בלאט 1 פון 2

רבותי! וואס טוט מען מיט א נודניק?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2008 9:33 pm
דורך שמערי בערי
דער נודניק,

איר קענט אים?

איך וויל נישט!

אבער איינע פון מיינע שלימזלות איז אז איך קען אים ליידער יא....

וואו איך גיי און וואו איך שטיי איז ער דא, צו אין בית המדרש צו אין גאס, צו אויפן טעלעפאן, אלעמאל מיט א צווייטע נודנעם זשומעריי וואס לעכערט די אויערן, אבער אינטערעסאנט, אלעמאל וועט ער מיר רופן "פונקט" ווען איך האלט אינמיטן עפעס וויכטיג טאן, צום ביישפיל, ער וועט מיר קיינמאל נישט פארגעסן צו רופן אינמיטן דאווענען, ער וועט מיר קיינמאל נישט פארגעסן צו בעטן א וויכטיגע טובה אין די מינוט אינמיטן אנטוהן די בגדים אין מקוה וכו' וכו', נישט ווייל ער מיינט עפעס פערזענליך, ער וויל נאר פשוט א טובה, און איך, הער אים אויס, געב אים עצות, און אנשטאט וואס ער זאל זיך באדאנקען און צורוה לאזן, ווערט ער פשוט צוגעקלעבט ווי א פליג צום "פליי קעטשער" און קען זיך נישט אוועק רירן פון מיר....

אט למשל, איז אים לעצטנס ביי געפאלן א מאדנעם האר-אויפשטעלנדן קאנספיראציע, נעמליך, איך זאל אים בארגן מיין קאר..

ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט דער געדאנק אפגעקלונגען אין מיינע אויערן מיט א מעכטיגן ווידער קלאנג, אבער עד כאן, דאס קען איך שוין נישט, און כ'האב באשלאסן אז זאגן ניין וועט דאך נישט העלפן, ווייל אין צוויי מינוט ארום איז ער דאך נאכאמאל דא, שוין וועל איך אים האלטן אין איין אפשטופן ביז ער וועט כאפן דעם רמז.

קאטלפלאטנעם, "יעצט" בין איך "פונקט" פארנומען, רוף מיר שפעטער, מ'עט שוין זעהן... בקיצור איך יאג מיר דאך זייער שטארק... מוז איך לויפן, און איך הייב אן גיין.

דריי מינוט איז אדורך, איך שטיי אינדרויסן פון בית המדרש אינמיטן א געשמאקן שמועס מיט מיין חבר, און די הויזן ציטערט מיר... איך נעם ארויס מיין טעלעפאן, און צו אלדאס רוחות... נודניק קאלט מיר...

האלא? רוף איך אויס מיא א פארסאפעטע שטימע, איך האלט דאך יעצט אינמיטן זיך יאגן, נישט אזוי?.

יא, שמערי? (כאילו ער ווייסט נישט וועמען ער'ט געקאלט), "יא!", אה שמערי, איך וויל אפטראגן עפעס א פעקל צו מיין באבע שוין א לאנגע צייט, אבער איך קום נישט אן, אפשר קען איך האבן דיין קאר אויף א האלבע שעה?

עם... יא, אפשר באלד, יעצט גיי איך אין אפיס, און באלד, אז איך וועל קענען וועסטו מיר צוריק קאלן.... ווייסטו וואס? גוט, קאל מיר באלד....

וואס מיינט באלד?, אה, א שעה צוויי, "א שעה אדער צוויי?", ווייסטו וואס, קאל מיר אין א שעה, גוט, זיי געזונט.

איך האלט שוין ב"ה נאך פרישטאג, קום אן אין אפיס ווי א ברייטער מחותן, זעץ מיר צו דר'ארבעט, און דער טעלאפן קלינגט..., איך געב א קוק... אוי, ס'איז אדורך פונקט א שעה.... זעהט אויס ער שטייט שוין ביים זייגער און ציילט די סעקונדעס, א קלייניגקייט? דרייוון שמעריס קאר???

הקיצור, איך בין מיך מיישב, איך געב א דרוק דעם IGNOR קנעפל, האסטו דען א בעסערע עצה פאר א נודניק?, און עס גייט נישט אדורך קיין צוויי סעקונדעס, און עודך כי עניתני, עס דריזלט שוין ווידער, ווער? נו, ווער דען?, און ווייטער איגנאר, דער שפיל גייט אזוי אן פאר עטליכע מינוט, און דאן הער איך א צווייטע סארט קלינג, אזא וואס איז מיר מודיע אז איך האב א מעסעדש, האב איך דען יעצט נישט בעסער וואס צו טוהן ווי הערן א מעסעדש?, און איך ווייס דאך ממילא ווער דאס איז...

און דאן, נאך א קאל און נאך א מעסעדש, כ'האב באשלאסן גענוג איז גענוג, די נעקסטע צוויי שעה איז מיין טעלעפאן אויף סיילענט, און זאלער זיין געזונט.

אה, שוין לאנטש טיים, כ'נעם ארויס מיין טעלעפאן, ארום צוואנציג מיסד קאלס, איך דיסמיס אלעס, און זעץ מיר צום מעסעדש מאשין.

"דו האסט פינף נייע און מעסעדשעס און קיין איין אלטע מעסעדש" באגריסט מיר די פלונית'טע וואס איך קען שוין אויסנווייניג מיט אירע נארישע אנוויזונגען.

גוט "ערשטע מעסעדש": העלא, עם, שמערי..., יא, כ'טריי דיר צו קאלן, קענסט מיר פליז צוריק קאלן?, אקעי, יא, עם... יא, שמערי?, הערסט נאך? יא, עם, ס'איז נודניק (ווי גלייך איך ווייס נישט אליינס...) אקעי ביי.

אויסגעמעקט, נעקסט מעסעדש, העלא, שמערי? ס'איז נודניק, איך דארף דיין קאר, איך פאר היינט אויף בארא פארק, איך וועל דיר געבן מיין שוואגערס קאר אין אויסטויש (ווארט, ס'קומט מיר ארויף אן איבל...), איך דארף האבן א גרעסערע קאר, און דו דארפסט עס דאך נישט, סאו, ווען דו האסט מיר אן ענטפער געמיר א קאל צוריק, ווייל איך וויל שוין באלד פארן, און איך דארף לכתחלה א גרעסערע קאר פאר די גאנצע משפחה, אקעי, זאג מיר אויב דו קענסט, ווייל איך דארף עס האבן וויכטיג, איך בין געווען ביי א רענטעל און זיי האבן נישט פאר מיר קיין מיני-ווען, און איך דארף האבן אסאך פלאץ..."

נאך איידער איך האב עס געענדיגט הערן, געב איך א טיפן קוועטש דעם 7 אויסצומעקן דעם מעסעדש בלויז אויף צו הערן "נעקסט מעסעדש: שמערי! איך האב דיר שוין איינמאל געבעטן... וכו" איבערקייענדיג דעם גאנצן דרשה מיט א שיינע פאר הוספות, און פראזן צוגעלייגט, איך האלט נאך ביי די ערשטע צוויי שורות און איך שפיר ווי דער היינטיגער פרישטאג קומט מיר שוין ארויף... איך פארקלאפ דעם טעלעפאן מיט כעס - נישט איידער איך האב אויסגעמעקט דעם מעסעדש אויף לעולם דוד.

שוין זעהט אויס ער'ט געראפן א צווייטן וועם משוגע צו מאכן.

דעם נעקסטן אינדערפרי, כ'שטיי אין בית המדרש, מיין לינקע ארבל ארויף געצויגן, און אין די רעכטע האנט מיין תפלין, און... נודניק איז דא... ער קומט צו צו מיר מיט א מינע וואס וויזט נישט אויף קיין גוטס, ס'זעהט אויס ווי זיין אייער שפייז היינט אינדערפרי האט צוגעברענט.

"שמערי" - הייבט ער אהן "ביזט נארמאל? איך האב געמוזט בארגן פון א צווייטן א קאר, דו ווייסט נישט אז איך האב נישט ליב משוגע צו מאכן מענטשן...? (אזוי?????) ווייסט ווי שווער ס'איז אנגעקומען פאר מיר צו בארגן א קאר פון א צווייטן? (נאך א מזל...) אבער היינט דארף איך עס אויך, איך דארף אנקומען קיין הוידא-פאפאש (פארשטייט זיך א פיקטיווער נאמען...) און איך "מוז" האבן א קאר.

און דו דאווענסט דאך יעצט! שוין, ביז דו וועסט ענדיגן דאווענען (מארגן נאכט מעריב) וועל איך שוין זיין צוריק.

נא! אהא! ענטפער איך – שוין מיט די תפלין אויפן ארעם – ווייזנדיג מיט מיינע הענט איינס איבערן צווייטן, ווי צו זאגן אז איך גיי מיר וואשן די הענט, כ'אדעך ערשט געענדיגט לייגן תפלין, נישט אזוי?

דער למך קוקט מיר נאך ביז צום טיר, איך כאפ הענט און פיס שפרינג ארויס פון שטיבל, באהאלט מיך אין נעקסטן שטיבל אין קארנער, שטעל מיך דאווענען, און ער ווארט נאך...

און אט, איך האלט שוין ביי שמוינעסרע, און הילד איננו, ער איז שוין ווייטער דא, איך שאקל מיר ביזן דאך איך דאווען היינט עפעס זייער עהרליך, קיצור, ס'נאך שמוינעסרע, אבער איך גיי דאך שוין באלד, איך ווייז אים אויף מיין לינקע האנט (דארט ווי אסאך מענטשן האלטן זייער זייגער) דערנאך דריי אים דעם טייטל פינגער אויף ארויס, צו ווייזן "באלד", שוין ענדליך, מ'קען דאווענען, ער'ז ארויס.

איך ענדיג דאווענען, לייג צאם די תפלין, ארויס פון בית מדרש, און באמס... ער איז דא!

נו שמערי, ווען גייסטו אין אפיס, איך דארף דיין קאר "נאר" א האלבע שעה, איז מעגליך?

און היינט גייט דער הסבר נאך טיפער: ווען דו ביסט אין אפיס גייסטו דאך נישט ארויס, נישט אזוי? גוט, איך קען קומען באלד צו דיין אפיס? (כ'האב מיר נישט דערשראקן, ווילאנג ער וועט אנקומען מיט די פיס צו מיין אפיס קען א אסטראנאט אנקומען דריי מאל צו די לבנה...).

ענדליך, נאך זוי פיל פרעשער, ויסעו, דער נודניק האט מיין קאר!! דער גליק האט אים באטראפן!

מה עשה הקב"ה, איך באקום צוריק מיין קאר, דרייוו א צוויי גאסן, און קככלכקככלכלכככך, די רעדל האט געפלאצט! האט! דאס איז שוין חוצפה!, איך טראג דעם קאר צו פיקסן, צאל 15$ און געגאנגען ווייטער, יעצט העליך שוין האבן א הסבר פארוואס אים עס נישט צו געבן דעם קאר, שגאטכע פלראטטיס!

דעם נעקסטן מאל ער'ט מיר גערופן האב איך מיט א משל און נמשל מסביר געווען באריכעס פארוואס איך קען שוין אים עס נישט בארגן, "איך מיין טאקע נישט דיר!", זאגעכעם, אבער פארשטייסט, ס'געשעהן..., איך קען שוין נישט בארגן די קאר....

ס'איז א טאג דערויף, והנה....

צוגעטראפן! ער קאלט שוין ווידער!


זעהט אויס מיין ווארענונג מיינט ביי אים גארנישט

שטעל איך יעצט מיין פראגע!

רבותי! וואס טוט מען מיט א נודניק?????




[align=center]אילוסטראציע פון מיין טעלעפאן יענעם טאג...[/align]

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2008 9:35 pm
דורך וויכטיג מאכער
טוה נישט גארנישט דערווייל, ווארט כ'זאלעס ליינען!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2008 9:41 pm
דורך איך_הער
וואס הייסט וואס דו טוהסט? דו שרייבסט אן ארטיקל אין קרעטשמע, און איך האב הנאה, ווער דארף מער פון דעם?

געווענליך ווערט מען פון אזא נודניק נישט פטור, ביז מ'זאגט אים ברחל בתך הקטנה, אנטשולדיגט מיר האבן זיך געטראפן, און גייט זוכט אייך אן אנדערע קרבן תמיד.

שכוח, כ'האב זייער הנאה געהאט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2008 9:43 pm
דורך שמערי בערי
אבער אפילו ווען כ'האב אים געזאגט בלאה בתך הגדולה "פוץ דיר אפ פון מיר".

האט ער מיר אנגעקוקט ווי פון לבנה אראפ: "פארוואס????"...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2008 10:49 pm
דורך ברוך
קודם דאנק דעם באשעפער אז עס איז נאר איינער, ווייל בעפאר איך בין געווארן א שלעכטער, האב איך געהאט בערך זעקס זיבן, גוטע חבירים,
צוויי האב איך נאך יעצט, ווי זוי האט יענע פעשער געזאגט פארן דר. נאכן גיין אויפן שום (קנאבל בלע"ז) דייעט, יעס איי לוזט אלל מיי פרענדס,
דו זעלבע קען מען דא זאגן,

וועגן ב"ה ווען איך האב די ערשטע מאל געוואלט בארגען א קאר אפאר וואכן נאך מיין חתונה, האט מיר יענער (א פופציג יעריגער, נישט קיין גוזמא) געזאגט,
נקוט האי כללא בידך, צוויי זאכן בארגט מען נישט, די משפחה, און די קאר. עס האט און זיינער צייט אויסגעקוקט זייער עקסטרעם צו מיר צוזאמצושטעלן די צוויי זאכן,
אבער ער איז מיר געווען א גוטע רבי, איך האב אים רוב מאל געפאלגט.

ערעב בערל , דו ווערסט נאר בעסער און בעסער.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2008 10:51 pm
דורך מאשקע
שמערי, דו ביזט א ריכטיגער נודניק. איך זאג דיר א שכוח אויף איין ארטיקל, שרייבסטו נאך איינס. איז זאג דיר שכוח אויפ'ן צווייטס, שרייבסטו א דריטס. כ'מיין, וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן בפזר תלישה קטנה אז דו ביזט גוט? גלייבסט מיר נישט אויפ'ן ווארצל?

דער בילד איז נאך דאס בעסטע (אויסער דיין ארטיקל...). נאר איין קשיא האב איך, האט יענער טאקע געווארט איין גאנצע מינוט צווישן איין נודנע און צווייטן? וויאזוי האט ער דאס אויסגעהאלטן?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2008 10:55 pm
דורך קרעמער
שמערי בערי, איך בין געפלעפט פון דעם הערליכן ארטיקל. קיין גרייז, קיין הגה האב איך דערויף; עס איז פערפעקט בתכלית הפערפעקטיזם!

יישר כח נודניק.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 8:30 am
דורך יאנאש
שמערי, יישר כח, וויט רייטערס עז יו, די קרעטשמע וויל ליוו פארעווער.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 9:50 am
דורך יצמח
שמערי, יו אר אנבעליוועבל, שכוח פארן מיך מהנה זיין.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 10:08 am
דורך 3x0
זייער שיין אראפגעלייגט שמערי, א גרויסן שכוח.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 10:17 am
דורך איזאק
שמערי איינער, מעכטיג.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 1:59 pm
דורך וויכטיג מאכער
אקעי, שמערי די שכוח'ס האט שוין יעדער געשריבן,

איך וועל דיר נאר געבן א עצה, (כ'גראדע געוואלט שרייבן מאשקע'ס עצה, אבער כ'וויל נישט זיין א קאפי קערער), ווען דיין קאר איז ליידיג פון געז, בארגעים די קאר, און .................... כאפסט?

וועגן דעים ארטיקל זעלבסט, העלעך עגריען מיט קרעמער,

טענקס. וויכי.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 6:18 pm
דורך scy4851
שמערי, ווען די האסט ערליך אונזינען וואס די זאגסט יעדען פרי ביי דעם "שתצילינו היום ובכל יום...מפגע רע.."
וואלסט נישט געהאט דעם פראבלעם.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 7:01 pm
דורך שמערי בערי
scy4851 האט געשריבן:שמערי, ווען די האסט ערליך אונזינען וואס די זאגסט יעדען פרי ביי דעם "שתצילינו היום ובכל יום...מפגע רע.."
וואלסט נישט געהאט דעם פראבלעם.

איך האב גראדע היינט יא אינזין געהאט, אבער איך זעה אז ס'האט נישט געהאלפן, איך מיר אנגעטראפן מיט דיר...

ס'נאר א וויץ....

מעכל? (מוחל בלע"ז)

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 9:39 pm
דורך scy4851
דער אמת איז אז איך האב אויך געזאגט דעם יהי רצון, און דאך האב איך מיך אנגעטראפען מיט דיר... :lol:

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 9:45 pm
דורך scy4851
שמערי, איך האב פאר דיר נאך אן עצה,
זאג אים אז די שטעלסט איהם צי אן עירוב און ער זאל זיך אפטראגען

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 6:03 pm
דורך שמערי בערי
ויבוווווווווווווווא נודניק, היינט איז ער ווידער דא, און דאס מאל מיט א מין אומדערהערטע קאנקערדאנציע..........

יא גלייבט מיר......

ער איז דא....

אוי ראטטעוועט, וואס טועך....

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 8:08 pm
דורך אבאמא09
זאג אים אז ווען די ניצט נישט דיין קאר ווערט עס פארניצט פאר די קאמפיינערס פון די קרעטשמע וואלן

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 9:39 pm
דורך סאכדעס
שמערי, איי דאנט נאו האו איי מיסד סאוטש א גוד וואן.. ביסט שמעריער ווי בעריער, כ'מיין, דו ביסט דאך אוימגלויבלעך גוט, כ'מיין וואס רעדעך דען, כ'גלויב עס שוין איינמאל...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2008 10:57 am
דורך שמערי בערי
והנה און נינוה....




ער איז דא....

יא, שוין ווידער פייניגט ער די נערווען, איך זאג אייך ס'איז נישט קיין ווערטל, ער האט זיך לעצטנס גענומען איבער מיינע ביינער, און איך האב זיך ווי א שיפע זיבעלע געטרייט אפצושאקלען פון אים אויף א שיינעם אופן, אבער....

געווען איז עס דארשטאג נאכט, ווען כ'אזעך געגרייט מיטצוהאלטן דעם געבויגענעם דעבאטע, צווישן ערעב יאסל און די רעבעצן, און כ'אנישט געהאט קיין נערפן צו'נעם, ובפרט אז מיין קאר האט שוין געברויכט צו האבן ערנסטע מעינטענענס זינט כ'האב עס אנגעהויבן צו פארבארגן פאר אנדערע מענטשן (נישט דייקא נודניק באטשי...), האמער זיך צוגעזעצט צום דיבעיט און יעצט האב איך נישט קיין טעלעפאן.....

זייענדיג פונקט אין די גיסטע האב איך אנגעצייכנט פונקטליך ווען ער האט מיר געקאלט, אבער אזוי ווי ווען כ'האב מיר געכאפט אז כ'דארף עס אראפ שרייבן איז שוין עטליכע פון די פריערדיגע נומערן פארלוירן געגאנגען, הייב איך אן פון 8:50 פי עם, די לעצטע (אדער בעסער געזאגט ערשטע) נומער וואס כ'האב נאך געזעהן אין מיינע מיסד קאללס:


8:50
8:58
8:59
9:01
9:03
9:08
9:08
9:09
9:10
9:11
9:16
9:19
9:20
9:21
9:22
9:23
9:25
9:29
9:31
9:33
9:48
9:49
9:50
9:51
9:56

(פאר סאם ריזען האט ער מיר אפגעלאזט פאר צוואנציג מינוט, כ'זאל קענען אטעמען)

10:17
10:28
10:29
10:32
10:38

דו האסט 7 מעסעדשעס...

1: שמערי, קאלל מיר צוריק, ס'איז נודניק....

2: שמערי, מעגסט נאך אמאל אויפהייבן אויף מיר, קאלל מיר צוריק, שכויעח.

3: אקעי שמערי, סטאפ מיט די דשאוקס, זאג מיר ניין איז ניין און כ'וועל דיר אפלאזן (אזוי??????????) אבער הייייייייייייייייייייייייב שוין אויף דארט.

4: שמערי!!! שמערי!!! הייב אויף!!! כ'טריי דיר שוין צו קאלען אפשר הונדערט מאל (אמת אמת....) פארוואס הייבסטו נישט אויף דיין טעלעפאן????

5: שמערי, איך גיי פארשפעטיגן מיין מיטינג, ביסט נישט קיין נארמאלע מענטש (ס'פאלט דיר נישט ביי עפעס אנדערש?) כ'בעט דיר, הייב אויף, הייב אויף, הייב אויף....

6: ליידיג

7: שמערי בערי (דא זאגט ער שוין מיין לעצטע נאמען, וואס דארף מיר אייגענטליך דערמאנען ווען מיין רבי האט געשריגן שטרענג מיין גאנצע נאמען...), כ'קען וויסען פארוואס דו הייבט נישט אויף? (דא האב איך עס שוין אויסגעמעקט ווייל כ'בין שוין פשוט געוועזן זאט פון הערן....)







הצלחה!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2008 11:08 am
דורך שלעפער
איך האב באמת מיטליידט מיט דיר, אבער פון דו אנדערע זייט פריי איך מיר יעדעס מאל וואס ער קאלט דיר אזוי איז דא וואס צו ליינען.

שכוח שמערי, ער דרייט זיך כאטש דא און קרעטשמע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 16, 2008 4:13 pm
דורך איך_הער
איי קענט בעליוו איט, דאסידאך טאקע א נודניק, (שמערי, האסט געוואוסט?)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2008 1:38 pm
דורך שלעפער
הער א מעשה:(מעשה שהי')

היינט באקום איך א קאול פון מיין שוואגער מיט איין שמחה

יואלי: שלעפער

שלעפער: יא?

י: איך האב עס געמאכט

ש: געמאכט וואס?

י: וואס הייסט וואס? מאך דיר נישט נעריש

ש: נו רעד שוין וואס?

י: פארוואס ווערסטו נערוועז?

ש: וואס ווילסטע? רעד ווייל איך בין ביזי

י: איך האב עס געמאכט ביי דו ערשטע מאל

ש: וואס?

י: איך האב דיר נישט געזאגט אז איך גיי עס היינט מאכן?

ש: ניין, זאג ווייל באלד ווער איך טאקע נערוועז

י: דו ראוד טעסט

ש: זייער גוט ווערי העפי

י: געדענקסט וואס האסט מיר געזאגט?

ש: שוין געזאגט אויכעט, וואס?

י: האסט מיר "צוגעזאגט"

ש: אז?

י: הער אויף, געדענקסט נישט?

ש: ניין

י: האסט געזאגט ווען איך באקום לייסענס בארגסטו מיר דיין קאר

ש: וואס האב איך געזאגט?

י: אפשר נישט פונקט דעי ווערטער אבער עפעס אזוי אז ביז ווען איך באקום לייסענס בארגסטו עס זיכער נישט

ש: דעיס מיינט שוין צוגעזאגט?

י: אבער איך האב שוין געזאגט פאר אלע מיינע חבירים אז איך גיי האבן מיין שוואגערס קאר

ש: אקעי איך האב יעצט נישט קיין צייט צו דיר קאלל מיך שפעטער

י: ביי טראאאאךךךך

וואס טוט מען מיט א נודניק?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2008 5:36 pm
דורך אלעקסיי
אוי ביסטו גוט, שמערי. דו נודניק איינער, דו לאזט נישט נאך, דו האלטס אין איין שיסען ארטיקלען אין קרעטשמע אן אויפהער, איז נאך דא א גרעסערע נודניק ווי דיר?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2008 9:45 pm
דורך שמערי בערי
שלעפי, זאג אים:

קויף דיר א אלטע קאר, ס'איז ביליגער ווי ס'גייט מיר קאסטן צו פיקסן מיין קאר...

(דאס איז געווען א אמת'ע אינצידענט ביי מיר, צוליב א פארבארגעניש האבעך געמוזט איינצאלן א גוטע דרייצן מאות פאר מיין קאר.....)