העפטיגע קאמפיין: קראק די קראקס!!
אחראי: אחראי
העפטיגע קאמפיין: קראק די קראקס!!
און יעצט עמער רעדן פון ריכטיגע ברעכעדיגע נייעס, ווען מיקי עספין, א אייוואוינער אין די באהאמעס, האט נארוואס געבראכן איינע פון די קאמפליצירסטע גינעס ווארלד רעקארדס.
מיר וועלן אים איבערגעבן דאס ווארט, און דערנאך עס צוריקנעמען, דערווייל לאמיר הערן וואס ער האט צו פארציילן.
"אין א שיינעם פארוואלקענטן דינסטאג פארמיטאג, האב איך אזוי ארומשפאצירט אויף די טעראסע פארנט פון מיין וואוינארט" הייבט מיקי אן דערציילן די ענטוזיאסטישע געשיכטע זיינע וואס עס ליגט אינטער זיין רעקארד ברעכעריי "און איך האב אזוי באטראכט מיינע גרינע קראקס וואס איך האב געטראגן אויף מיינע פארטריקענטע נאקעטע פיס, זיי האבן הערליך אפגעשפיגלט אין די זון וואס האט געבאקן יענעם אינדערפרי און מיינע מחשבות האבן אנגעהויבן לויפן איבער דעם".
און דא לייגט מיקי צו א זאך וואס איז וויכטיג צו באטאנען "נישט אז איך האב איבריגע צייט צו באטראכטן קראקס, איך בין בעצם זייער א פארנומענע מענטש און אזעלכע זאכן פארנעמען ביי מיר נישט קיין ארט, אבער... אבער..." מיקי האט זיך דא אביסל פארהאנקערט און נישט קלאר ארויסגעברענגט וואס עס האט אים דאסמאל יא צוגעברענגט צו דעם זעלטענעם געשעעניש פון באטראכטן זיינע קראקס, אבער מיר וועלן צוריק גיין צום געשיכטע.
דא הייבט זיך מיקי'ס שטימע און ער ווערט זייער נאסטאלגיש און אויטענטיש "און איך האב געטראכט אז די קראקס איז גאר א סימבאלישע און אינספירירנדע אביעקט. אנגעהויבן ביי די פילע לעכער וואס עס פארמאגט, וואס סימבאלירט די לעכער וואס יעדע מענטש פארמאגט אין זיין לעבן, און ווייזט אז די לעכער זענען גאר א גוטע זאך. אזוי ווי ביי די קראקס וואס עס העלפט די לופט צירקולאציע אין די פיס. דאס איז גאר וויכטיג פאר יעדן צו געדענקן אין זיין לעבן אז א לאך מיינט נישט קיין שלעכטס, פארקערט, עס בויט אויף דעם מענטש'ס כאראקטער און שטופט אים צו גיין פאראויס אין לעבן".
און מיקי זעצט פאר פיל מיט אייפער "דערנאך די סארט ווייכע ביליגע מאטריאל מיט וואס דאס איז צאמגעשטעלט, וואס שטעלט קלאר פארן מענטש אז וואס די טייערע שיך קען נישט געבן פארן מענטש, קען די פשוטע פארשעמטע קראקס העלפן פארן מענטש און אים מאכן באקוועמער אין לעבן, דאס צייגט קלאר און דייטליך אז נישט געלט ברענגט פארן מענטש א גוטע לעבן און נישט טייערע קארס און הייזער, פארקערט גאר, א גליקליך לעבן קומט פון לעבן פשוט און צופרידן".
"און נאך מערערע געדאנקן האב איך דאן ארויסגעלערנט פון מיינע קראקס, גאר וויכטיגע פונקטן וואס קענען יעדן העלפן אינעם טאג טעגליכן לעבן".
"און אזוי טראכטנדיג דאס אלעס האביך באשלאסן צו ברענגען דאס מענטשהייט צום באוואוסטזיין מיט וואספארא אוצרות מיר דרייען זיך ארום טאג טעגליך, און אלעס איינגעוויקלט אין א פשוטע קראק!! פאר אפאר פיאסטער קען מען לעבן א גליקליך לעבן!!"
דעריבער האביך דאן באשלאסן צו טון דעם געוואגטן שריט און גיין ברעכן א ווארלד רעקארד איבער קראקס, מיט דעם איינעם ציל צו אויפוועקן מיט דעם דאס מענטשהייט צו די געהיימניס וואס ליגט באהאלטן אינטער דעם אראפגעקוקטן קראקל".
מיקי האט זיך דאן דורכגערעדט מיט זיינע נאנטע פריינט וואס טיילן אייניגע קלוגשאפט מיט אים, און דאן טאקע נאך מערערע וואכן און חדשים פון זיך גרייטן דערויף האט ער ענדליך באוויזן דאס אוממעגליכע און געבראכן א ריזן רעקארד ווען ער האט אנגעטון און אויסגעטון זיינע קראקס דאס מערסטע מאל אין א מינוט זינט מען האלט רעקארד אויף אזעלכע זאכן!!
פיר און זעכציג מאל האט ער עספיעט צו אויסטאן און אנטון זיינע שיך מיט זיינע גאר פלינקע הענט און מיט דעם געווארן ערקלערט אלץ דער עמטליכער געווינער און 'קראקס העלד'!!
און דאן, באקומענדיג די 'פלעק' וואס באשטעטיגט זיין וואוילע טאהט, האט ער פייערליך געגעבן א רעדע פאר די אלע פארזאמעלטע, ווי ער האט באטאנט די אלע אויבנדערמאנטע מחשבות זיינע מיט זיין קלארע און רייכע שפראך, און דאן אפעלירט ביי די אנוועזנדע אז מען זאל טוישן די ביז יעצטיגן געדאנקן גאנג און אנהייבן טראכטן מער קראקעדיג, און דאן וועט די גאנצע לעבן זיך טוישן און פארן אויף א בעסערן וועג!! קראקעדיג!!
דאן האבן טאקע אלע פארזאמעלטע, זייענדיג אינספערירט פון דער רעדע, אינאיינעם פייערליך אויסגעשריגן 'ווי אלל פאר קראקס'!!, 'ווי ליוו עי לייוו אף קראקס'!!
און אזוי איין מאל און נאכאמאל פאר א לענגערע צייט, און מען האט נישט געקענט איינשטילן די מאסן און גיין ווייטער מיטן פראגראם.
ערשט נאך אפאר שעה ווען די עולם האט זיך שוין בארוהיגט און געווארן הייזעריג, האט מען אויסגעטיילט פילע ערליי באמפער סטיקער'ס און קי טשעינ'ס מיט די סלאגאן פונעם קאמפיין:
'קראק די קראק, ליוו עי לייוו אף קראקס'!!
און די עולם איז ארויס דערמיט באקלעבט און באהאנגען פון אלע זייטן און זינט דאן געקראקט די קראק עד עלות הקראק, וניקראק הקראק עד שנזכה ליקוראק לגמרי בהקראק.

לעצט פאראכטן דורך חבקוק אום זונטאג נובעמבער 08, 2020 10:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Re: קראק די קראק!!
לאור בקשת פנימחדשות, האמיר געגעבן א פנים חדשות פאר אונזער העפטיגע קאמפיין און געפענט א באזונדערע אשכול פאר די קראקע קראק.
Re: קראק די קראק!!
וועכע אמט באקום איך אין די קראק אדמיניסטראציע?
א'נישט האט זיך די גאנצע נייע אשכול נישט געלוינט.

- קלאָצקאָפּ
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6513
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: קראק די קראק!!
כ'האב גע'אישי'ט כאניש'ן ער זאל זאפארט קומען זיך אננעמען פאר די צוקלאפטע פאפוטש געמיינדע. ער זאגט אז עריז אויפ'ן וועג..
שויתי ה' לנגדי תמיד
Re: קראק די קראק!!
א סענזאציע טוט זיך אין די קראק אדמיניסטראציע, ווען פנימחדשות האט געשטעלט א סיטואציע פון א אויפגעבלאזענע אוויאציע. אין די קראק הויפט סטאנציע פון די אלגעמיינע אילוסטראציע, געפלאנט איז אים צו שטעלן אין די סענעטאציע, א וויכטיגע אמט אין די גארבעזש צירקולאציע פון די בארימטע אויסגעשפראכענע קראק'ואציע.
קראק די קרוק.
קראק די קרוק.
Re: קראק די קראק!!
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'האב גע'אישי'ט כאניש'ן ער זאל זאפארט קומען זיך אננעמען פאר די צוקלאפטע פאפוטש געמיינדע. ער זאגט אז עריז אויפ'ן וועג..
נע. ער איז יעצט פארנומען מיט א גלעזער קאמפיין.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4763
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am
Re: קראק די קראק!!
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'האב גע'אישי'ט כאניש'ן ער זאל זאפארט קומען זיך אננעמען פאר די צוקלאפטע פאפוטש געמיינדע. ער זאגט אז עריז אויפ'ן וועג..
דאס זיך אישי'ען אונטערן באנק איז געהעריגע גאווערמענט אינטערפירענס, געקניפט און געבינדן מיט עלעקשאן מעדלינג, בו ביום מיט קאנספירירן אונטערצוברענגן די יונייטעד סטעיטס אוו קראקעד נעישאנס.
וויל בי פראסקעט-יודעיט טו די פולעסט עקסטענד אוו די לאו ענד ארדער!!!
---
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2510
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
Re: קראק די קראק!!
אז יאמרו הקראקים באו ונחזיק טיבותא לראש הקראקים שיצר הקראק לבעלי הקראקים, אי לאו הא יומא דקאגרים כמה קראקים איכא בשוכא, ולית דין בר נש בלי קראקים
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער
בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני
דע לאן אתה הולך
בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני
דע לאן אתה הולך
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14819
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: קראק די קראק!!
לא קראק ולא יער,
נישט קיין קראק און נישט קיין וואלד!
פאפטש לייווס מעטטער!
נישט קיין קראק און נישט קיין וואלד!
פאפטש לייווס מעטטער!
- באטעמטקייטן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3120
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
- לאקאציע: עראונד דע קארנער
Re: קראק די קראק!!
נאו קראקס נאו פיס...
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14819
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: קראק די קראק!!
האהאהאהא!
נאו פוס אן א פינטל אין די פ, איא?
נאו פוס אן א פינטל אין די פ, איא?
Re: העפטיגע קאמפיין: קראק די קראקס!!
הגם לכבוש את הקראקס עמי בבית???
דער קומט זיך דא אריין אזוי אומגערופן, הייבט אן צו קאמפיינען פאר זיינע אומבאחנ'טע פאפוטשן. א מין חוצפה דאס!
מיום היווסדה פונעם קראקס קאמפיין איז נאכנישט פארגעקומען אזא אומדערהערטע אקט! געהעריג געהעקט די העק!
ליוו עי לייוו אף קראקס!!
דער קומט זיך דא אריין אזוי אומגערופן, הייבט אן צו קאמפיינען פאר זיינע אומבאחנ'טע פאפוטשן. א מין חוצפה דאס!
מיום היווסדה פונעם קראקס קאמפיין איז נאכנישט פארגעקומען אזא אומדערהערטע אקט! געהעריג געהעקט די העק!
ליוו עי לייוו אף קראקס!!
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14819
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: העפטיגע קאמפיין: קראק די קראקס!!
פאפאטש וועט נישט אויפגעגעבן!
מיר וועלן גיין אין סופרים קאורט, אויפווייזן די פאלשקייט פון די מעילין קראקסעס

- גרויסע עם הארץ
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7955
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
- לאקאציע: אייוועלט
Re: העפטיגע קאמפיין: קראק די קראקס!!
חבקוק, אזעלכע מורא'דיגע מוסר השכל'ס פון די קראקס! ייש"כ!
האסט מיר פיין געמאכט קלאכן, כ'מיין לאכן.

- הודו להשם
- שר האלפיים
- תגובות: 2854
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
- לאקאציע: נישטאָ
- פארבינד זיך:
Re: העפטיגע קאמפיין: קראק די קראקס!!
אה, ביי דעם מעמד איז מסתמא נתחבר געווארן דעם סינגל:
ירקרק ניגון
ירקרק ניגון
.................................................................................................................................................................................................טויט אין די אויגן
♟♟♟♟♟♟♟♟
♜♞♝♚♛♝♞♜
♟♟♟♟♟♟♟♟
♜♞♝♚♛♝♞♜
Re: העפטיגע קאמפיין: קראק די קראקס!!
א קרוק פון קראקע האט זיך באזעצט אין קוק קאונטי און געגאנגען מיט קראקס מיט א קראק פאט אין הענט צווישען היישעריקען וועלכע האבען געקריקעט,
ער איז געגאנגען דארט מאכען די באקאנטע סגולה פון שרייען קו קוקו קוקוריקו מיט איין ציגעמאכטע אויגען
ער איז געגאנגען דארט מאכען די באקאנטע סגולה פון שרייען קו קוקו קוקוריקו מיט איין ציגעמאכטע אויגען
Re: העפטיגע קאמפיין: קראק די קראקס!!
זייער א שיינע מעשה, יישר כח פארן מיטיילן.
אבער מען מוז דא באטאנען מיט קלארע קידוש החמה אותיות אז דער מענטש האט נישט קיין שייכות מיט אונזער קראק גרופע. און איך זאג נאכאמאל - קיין שייכות!
ביי אונז פלעגט מען נישט טון אזעלכע זאכן קיינמאל, עס איז קיינמאל נישט געווען אונזער דרך.
אונז פלעגן קיינמאל נישט ניצן קיין קראק פאט'ס, ומשום 'אל תקרק פן תיקרק' גזירה הא אטו הא.
לערן דיך אויס, נישט יעדער וואס גייט מיט קראקס מיינט עס אז ער איז א מיטגליד אין אונזער גרופע. פינטל מיט א א'.
ממילא בלייבט נאר איבער צו ווינטשן...

מענין שלא מנין, איז ער געגאנגען מיט א קראק פאטס ווייל זיין קהילה האט שוין דעמאלטס געאסרט א איי פאט כך דרך הקרוקס
Re: העפטיגע קאמפיין: קראק די קראקס!!
האביך די זכיה אז די צוויי טויזענסטע פון פאליסעידס האט ער אריינגעשליידערט אין מיין אשכול, וואספארא זכיה. מזל טוב!
אז דו ביסט שוין דא ווילעך טאקע נישט וויסן;
דו הייסט נאך די פאליסעידס הייוועי, אדער נאך די פאליסעידס פירמע פון וועם איך קויף פארטשמענט פאפיר, אדער נאך די פאליסעידס מאאל?
אויב דו שעמסט דיך צו רעדן דערפון, מוזטו בכלל נישט ענטפערן אויף מיין שאלה, קענסט מיך איגנארירן כאילו האסט נישט געכאפט אז איך האב גערעדט צו דיך, כאב גארנישט געמיינט פערזענליך, איך בעטיך שוין איבער אויף מיין הארבע פראגע, כאב נישט געוואוסט בכלל עס איז א פערסענעל קוועסשאן, כ'בין פלעין געווען א נייגעריגע בחור, דעטס אלל, נעם עס נישט אזוי ערנסט און צום הארצן. סאו נאר אויב דו ווילסט מיר ענטפערן און עס איז דיר באקוועם און דו ביסט אפן מיט דעם, ענטפער מיר פליז ווי אמשנעלסטן. איך ווארט דא אויף דיך.

- סאכדעס
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 24179
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
Re: העפטיגע קאמפיין: קראק די קראקס!!
פארוואס ליגט עס דא אין פארברענגן, דאס איז א געהעריגער ארטיקל אזוי פון אלט-שטאט ארויס.
געוואלדעוואנע חבקקוקוקוקוקו, כ'בין צוקראקט און צוקוקוט פון דעם קראקטיקל.

פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט