גריסן און שמועסן
דאנערשטאג מאי 08, 2008 7:38 pm
שוין מסביר געווען, די קאליר רויט איז זייער שיין פאר די וויין קאליר, אבער די בלויע קאלירן זענען מער ווי די קאלירן פון די קרעטשמע, האסט א נייצע?
און א יישר כח פאר אלע מחזיקים מגיבים משיבים ומשמחים.
Advertisement
דאנערשטאג מאי 08, 2008 11:50 pm
גרויזאמער, גרויזאמער, וואו ביסטו? קענסט אהערקומען דא? איצט ווען מ'דארף דיך ביסטו נישט דא, לאמיר זעהן וואס דו קענסט, כ'מיין אז דו וואלסט געווען דער בעסטער אפמאכער פון אלעמען וועכעס פון שמערי מ'זאל נוצן, און וואו מ'זאל עס לייגן.
וועט איר דאך זיך אוודאי וואונדערן וואס האבעך זיך דערמאנט פון גרויזאמער? דער גרויזזאמער פאר ווער עס געדענקט איז א ניצוץ פון שמערי, אדער פארקערט, שמערי איז א ניצוץ פון איהם, ביידע האבן געניאלע איינפאלן אזש די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף... אלזא, פארשטייען מיר שוין פארוואס כ'רוף אהער גרויזאמער'ן, ער וואלט געמאכט צימעס דא.
עלקא פנים, טוט וויאזוי איר פארשטייט.
פרייטאג מאי 09, 2008 12:50 am
איך האב פארשטאנען די ערשטע רגע, אז ר' שמערי, וויל בכלל נישט אוועק נעמען די קרעטשמע פון די רעכטע זייט, נאר אנשטאט די פשוט'ע ווערטער העכער די אפשען פון זיך איינסיינען, זאל זיין א לאגא, סאו, מ'קען לאזן די קרעטשמע פיקטשער, דארט ווי ביז יעצט, און לייגן א לאגא אויף די לינקע זייט אין טאפ פון אלע ווערטער, און ס'האט מער א פשט די רויטע, מיט די וויין וואס גיסט זיך פון די ע'ין, און אפשר זאל אן אנדערע אות גיסן וויין פאר די רעכטע גלעזן אויך.
פרייטאג מאי 09, 2008 9:24 am
ר' שוועמל:
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, ווי אזוי האסטו ארויפגעלייגט אום מאי דעם אכטן א בילד פון מאי דעם ניינטן?
פרייטאג מאי 09, 2008 9:53 am
farshlufen האט געשריבן:ר' שוועמל:
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, ווי אזוי האסטו ארויפגעלייגט אום מאי דעם אכטן א בילד פון מאי דעם ניינטן?
ווייל זיין זייגער אין זיין פרופיל איז נישט גוט אנגעשטעלט. אדער אפשר איז עס יא גוט אנגעשטעלט, נאר איז נישט קיין אמעריקאנער.
פרייטאג מאי 09, 2008 12:35 pm
מיין מיינונג איבער לאגאו'ס, אז דער קאמפעני איידענטעפעצירט זיך מיטען לאגאו, ווייסט יעדער איינער אז דער לאגאו ווייזט וואס דער קאמפעני איז, אזוי וואו דער משול מיט גוגעל, געב עס פאר א איד וואס האט נאך נישט געזעהן אינטערנעט און פרעג אים וואס די קאמפעני איז, איך בין זיכער ער וועט נישט וויסען עס איז א שטארקע איינרעדעניש עס איז נישט דא אזא זאך וואו איידענטעפייען א קאמפאני מיט זייער לאגאו, נאר ווען עס פארמאגט א פיקטשער.
אס עס איז א פאפאלערע קאמפאני אין איידענטיפייד זיך אלעמאל מיטען לאגאו וועלען די מענטשען וואס קענען די קאמפאני עס גלייך דערקענען, און וואו אויך די געציילטע אידעליך וואס זענען געגאנגען אין סקול זיך לערנען מאכען לאגאו'ס וועלען אפשר אויך פארשטיין וועלכע סארט קאמפעני מען רעדט.
א דוגמא, די מענטשען וואס זענען פארקויפט פאר ווערייזען וועלו דיר אלע זאגען אז דער שיפע ליין וואס ווערייזען ווייערלעס האט אויף זייער לאגאו "V", ווייזט די זטארקייט פין זייער סערוויס, און ווען די וועסט פרעגען איינער וואס האט נישט ווערייזען וועט ער לאכען פון דיר ער וועט נישט פארשטיין וואס די רעדסט
פרייטאג מאי 09, 2008 12:48 pm
גערעכט גערעכט, באט געץ אפ אייער שטימע, לאמיר הערן, און גיין ווייטער
(אגב די דריטע בילד וואס שוועמל האט געלייגט זעהט אויס לפענ"ד גאנץ גוט, עכ"פ די קאלערס שטימען און דער קעפל זעהט אויס ווי א וועב סייט נישט סתם טרוקענע ווערטער מיט א בילד אינדערזייט)
פרייטאג מאי 09, 2008 12:53 pm
כ'מיין אז דו האסט רעכט.
פרייטאג מאי 09, 2008 5:14 pm
כ'טראכט אויך אזוי אבער נישט פאר א פרא'ס פיינעל אבער ס'איז א גוטע התחלה
זונטאג מאי 11, 2008 11:01 am
לפענ"ד האסטו צוויי אפשענס:
1 די רויטע און רויט מאכן די וועבסייט
2 די בלויע מיט די גלעזעל
זונטאג מאי 11, 2008 1:14 pm
אקעי, מגיימיר מאכן א סקר און דער עוילעם ווערט געבעטן צו שטימען
נאר פאר איך מאך א סקר ווילעך בעטן מען זאל מיר אנווייזן וויאזוי מען מאכט א סקר........
זונטאג מאי 11, 2008 2:29 pm
איך שטים פאר די רויטע
זונטאג מאי 11, 2008 4:40 pm
שמערי, לאמיר דיר דא אויסזאגן א סוד אין הלכות לוגו:
א לוגו דארף קענען אדורכגיין א פעקס מיט אלע דיטיילס, ועל דעת דעם, בויעט מען די קלארקייט פונעם לוגו.
לעצט פאראכטן דורך
ווארום אום זונטאג מאי 11, 2008 5:33 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג מאי 11, 2008 4:53 pm
ווארום האט געשריבן:, [געפילטע, זיי מוחל......... גיי קוק וואס איז די וועטער אינדערויסן....].
WHAT DOSE THAT MEAN??????????
זונטאג מאי 11, 2008 5:24 pm
די בלויע האט נישט קיין טעם , איך האלט אז די רויטע איז אסאך שענער
זונטאג מאי 11, 2008 5:51 pm
די וועבסייט קען מען נישט טוישן. די איינציגסטע אפציע איז צו מאדיפיצירן די לאגא.
איך האלט, ס'קומט נישט בלוי און נישט רויט. כ'על האבן צייט על איך מאכן א אנדער קאליר.
זונטאג מאי 11, 2008 8:37 pm
הקיצור, וואס בלייבט, זאל איך מיר אויסדרייען אויף די אנדערע (אנדערע פון וואסערע...) זייט און חלומ'ן בעסערע חלומות?
לאצמיר הערן ווי אומשנעלער
מאנטאג מאי 12, 2008 12:17 pm
דו מאכסט א פיינע דזשאב שמערי.
מאנטאג מאי 12, 2008 12:37 pm
בלוי זיכער נישט ווייל עס איז בלוי און ווייס אזוי ווי די צ........
מאנטאג מאי 12, 2008 4:27 pm
דארפסמאן האט געשריבן:בלוי זיכער נישט ווייל עס איז בלוי און ווייס אזוי ווי די צ........
און וואס איז מיט היימישע קוטשמע? וואסערע קאלער איז דאס?
גוט מגייט מאכן א בוי-קאט
מגיימיר צו אידישע וועלט
מאנטאג יוני 30, 2008 10:56 am
וואס איז געווארן מיט שמערי'ס שיינע לאגא?
מאנטאג יוני 30, 2008 10:56 pm
כ'מיין אז ס'איז מסודר.
מיטוואך יולי 02, 2008 3:40 pm
אזוי ווי מען האט מודיע געווען אז מען מופט, האב איך עס אריין געווארפן אין וואסער....
מיטוואך יולי 02, 2008 5:28 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שמערי, כ'האב הנאה פון דיין ארבעט, אבער כ'מיין אז איינער וואס האט שוין עקספיריענס אין גרעפיקס, וואלט ענדערש געמאכט א בילד פון א 'קרעטשמע', און נישט פון א גלעזל וויין,
יאך האלט אז ר' וויכי ברענגט ארויס א שטארקן דערהער.
ווארום האט געשריבן:שמערי, לאמיר דיר דא אויסזאגן א סוד אין הלכות לוגו:
א לוגו דארף קענען אדורכגיין א פעקס מיט אלע דיטיילס, ועל דעת דעם, בויעט מען די קלארקייט פונעם לוגו.
ווי אויך ר' ווארום דארף מען נעמען אין באטראכט.
מיטוואך יולי 02, 2008 5:36 pm
שמערי בערי האט געשריבן:אזוי ווי מען האט מודיע געווען אז מען מופט, האב איך עס אריין געווארפן אין וואסער....
אפילו אויב ר' קרעמער האט רעכט
קרעמער האט געשריבן:בכלל, אויב גייט מען אריבער צו די "אידישע וועלט", ווייס איך נישט אויב עס וועט נוגע זיין אזא 'לאגא'.
קאן עס נאך אלס צונוץ קומען אלס א הערליכע קעפל פאר א באזונדערע אפטיילונג.