גריסן און שמועסן
דאנערשטאג מאי 08, 2008 11:25 am
ביסט גוט 'קריעטיוו'
Advertisement
דאנערשטאג מאי 08, 2008 11:37 am
א גרויסן יישר כח!
נו, וואזאגט דער עולם? איזה ואיזה?
דאנערשטאג מאי 08, 2008 11:41 am
גראדע האב איך ליב די צווייטע, די ליכטיג בלוי.
דאנערשטאג מאי 08, 2008 12:00 pm
אקעי רבותי, נאך איינס, אבער באטראץ אויך די אלע פריערדיגע, צייטליך, אויב מעגליך ווייז א פריוויאו פון אלע וויזוי עס זעט אויס אויפן סייט
- עטעטשמענטס
-

- .jpg (40.02 KiB) געזעהן געווארן 756 מאל
דאנערשטאג מאי 08, 2008 12:21 pm
שמערי,
די לעיטעסט רויטע געפעלט מיר ס'מערסטע.
דאנערשטאג מאי 08, 2008 12:22 pm
די בלויע ווערטער פון "גלעזעלע שנאפס" און "גוט ווארט" האט - לדעתי - נישט קיין פשט. ס'איז צו פענסי.
דאנערשטאג מאי 08, 2008 12:29 pm
גראדע מיינעך אז אפשר האט עס יא א פשט, א לאגא קומט פענסי, אבער וויאזוי דער עולם וויל.
מיללער (און אנדערע) די "לעיטעסט רויטע" איז שענער מיט די גלאז אויף די רעכטע זייט (אזוי ווי דאס) אדער אן דעם?
אגב, איז דא א וועג צו מאכן "רעיטינגס"?, אויב יא לייג איך ארויף יעדע עקסטער און דער עולם זאל וואוטען
- עטעטשמענטס
-

- .jpg (40.57 KiB) געזעהן געווארן 745 מאל
דאנערשטאג מאי 08, 2008 12:45 pm
די לעצטע (רויטע) מיט די צוויי גלעזלעך איז שוין צו געפאטשקעט.
פונקט ווי מאשקע געפעלט מיר דאס בעסטע די רויטע ווי עס גיסט זיך אריין אינעם גלעזעל פונעם עין.
די ערשטע בלויע האט נישט קיין פשט, אויב עפעס נאר די צוויטע בלויע.
ברויך מען יעצט אפפמאכן צווישן די צוויי. די רויטע מיט עין וואס גיסט וויין און די צווייטע בלויע. דאס איז זיכער אז די רויטע קאלר איז בעסער פארן קרעטשמע, אלס די קאליר פון וויין און בכלל איז עס אסאך א שענערער קאליר, אבער די בלויע איז מער געאייגענט פאר די היינטיגע קרעטשמע סייט קאליר.
נו, מאך א סקר, אבער לייג נישט ממש אלע, נאר וואס דער עולם האלט איז גוט.
(נאכדעם ברויך מען עקסטערע רחמים אז דאס זאל ארויפגיין אויפן קרעטשמע, און עקסטער ווען מ'גייט מופן קיין 'אידישע וועלט' אין די גאר-נאנטער ציקונפט זאל עס נישט פארבלייבן עלענד)
דאנערשטאג מאי 08, 2008 12:46 pm
מאך עס אביסל דארקער (טינקעלער) בעגראנד
דאנערשטאג מאי 08, 2008 12:50 pm
צייטליך האט געשריבן:נו, מאך א סקר, אבער לייג נישט ממש אלע, נאר וואס דער עולם האלט איז גוט.
???
דאנערשטאג מאי 08, 2008 1:34 pm
דערווייל איז געבליבן א אויסוואל פון די צוויי:
ביטע שטימט פאר
1
אדער
2
אדער
3) מאכן נאך א סטראטעגיע, און דאן באשליסן
- עטעטשמענטס
-

- 2.jpg (38.49 KiB) געזעהן געווארן 732 מאל
-

- .jpg (40.02 KiB) געזעהן געווארן 698 מאל
לעצט פאראכטן דורך
שמערי בערי אום דאנערשטאג מאי 08, 2008 2:14 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג מאי 08, 2008 1:53 pm
די גרעיע בעקראונד אונטער'ן בלויע'ן גלעזל קומט לכאורה נישט. מיין שטימע קען איך נאכנישט באשליסן דערווייל.
דאנערשטאג מאי 08, 2008 1:56 pm
דאס איז געשען ביים עקספארטן, ויתוקן אי"ה
דאנערשטאג מאי 08, 2008 2:07 pm
1.
(לייג אריין אן אייז אינעם גלעזל, עס איז הייס געווארן אינדרויסן...)
די צווייטע קוקט אויס מער ווי די שער בלאט פון א הגדה של פסח, ס'צו ערנסט לדעתי (און צו א טייערע כוס, וואס די קרעטשמע'ס פינאנציעלע צושטאנד קען זיך נישט ערלויבן..).
דאנערשטאג מאי 08, 2008 2:14 pm
איך בין זייער פארנומען אין די טעג און איך האב כמעט נישט קיין צייט אריין צו קומען אין קרעטשמע פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט. אבער דאך האב איך מיר יעצט נישט געקענט איינהאלטען פון אריין סיינען (כאטש אפילו איך ווייס אז דאס האט מיר געקאסט אלע אראנדזש שאלאכץ), ווייל איך וויל דא מאכען א פוינט, און איך וויל זעהן אז די עולם איז מסכים מיט מיר.
די גראפיקס פון די אלע פארגעשטעלטע לאגאס זענען הערליך און שיין איינס בעסער פון די אנדערע, אבער דאך באדייט עס נישט א 'קרעטשמע'. עס זעהט אויס ווי א לחיים, א פורים ארטיקעל, אדער א פסח'דיגע סדר. אין א קרעטשמע זיצט מען אויף בענקלעך ארום אסאך טישען און אויף הויכע בענקלעך ארום א הויכע קאונטער און עס גיסט זיך שנאפס און קאניאק, ביר מיט לאגער, און אפילו טיי און קאווע. נישט אפט וועט איר זעהן א באטעל וויין אין א קרעטשמע (איך רעד פון עקספיריענס) ענדערש וועט איר טרעפען וויין אין א שיינע רעסטוראנט אדער שבת ביים טיש.
בכלל מיין ווען איך זעה דער לאגא דערמאנט עס מיר א דעקל פון א מאגאזין, א שטייגער ווי דער בליק אדער די צייטשריפט, אבער נישט א לאגא פון א וועב סייט אדער א בלאג.
לדעתי דארף די לאגא אפטייטשען די בלאג אדגער די וועבסייט. ווען איר קוקט אויף די לאגא פון גוגעל זעהט איר אין די לאגא וואס גוגעל איז (אזוי רעד איך מיך איין).
עניוועי, איב בין נישט קיין גרויסע מבין (בעצם האלט איך אז איך בין יא, עס פאסט מיר אבער נישט עס צו זאגן ברבים) און מיר געפעלט גאנץ גוט די בילד וואס מיר האבן יעצט, כאטש אפילו עפעס זאגט מיר אז מ'קען עפעס מאכן בעסערס, אבער די וואס זענען געוויזען געווארן ביז יעצט זאגן נישט 'היימישע קרעטשמע.
איך בין א יחיד און איך באצוואונג נישט מיין דעת אויף קיינעם.
דאנערשטאג מאי 08, 2008 2:20 pm
שמערי, כ'האב הנאה פון דיין ארבעט,
אבער כ'מיין אז איינער וואס האט שוין עקספיריענס אין גרעפיקס, וואלט ענדערש געמאכט א בילד פון א 'קרעטשמע', און נישט פון א גלעזל וויין,
כאפסט?
דאנערשטאג מאי 08, 2008 2:21 pm
אף אני אענה חלקי.
די לעצטע בלויע מיטן ברייטן גלאז, איז נישט שיין, ספעציעל די פאנד איז נישט צום דבר [ווייל ס'פאסט פאר א אלטע קרעטשמע אין גריכנלאנד פאר ס'געווען קארעל דיזייזינג..]
איך האלט דווקא יא פון די רויטע מיט צוויי גלעזלעך, נאר די ענדע פונעם 'ע' דארפסטו בעסער צופיצן די פלעשל-העלדזעלע.. ווייל ס'איז צו אנמערקבאר דאס אומ'פראפעשענעלטי.
א דאנק אייך
דאנערשטאג מאי 08, 2008 2:52 pm
מנשה, יעצט זעט עס אויס בעסער?
- עטעטשמענטס
-

- 3.jpg (47.68 KiB) געזעהן געווארן 842 מאל
דאנערשטאג מאי 08, 2008 2:55 pm
אנדי פעטיט האט געשריבן:לדעתי דארף די לאגא אפטייטשען די בלאג אדגער די וועבסייט. ווען איר קוקט אויף די לאגא פון גוגעל זעהט איר אין די לאגא וואס גוגעל איז (אזוי רעד איך מיך איין).
[align=center]סתם צו פרעגן פאר אינטערעסאנטקייט, אויב די ווערטער אויבן פונעם סייט:[/align]
[align=center]
היימישע קרעטשמע
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט[/align]
[align=center]צייגט יא וואס דאס איז.......[/align]
(לכתחלה האב איך געמיינט צו זאגן אז מען זאל עס לייגן דארט אנשטאט די טרוקענע ווערטער וואס מאכט די סייט אויסקוקן צו אומפראפעשענעל, אבער די הנהלה קען עס לייגן ווי זיי ווילען)
און אויך זאג מיר פונקטליך ווי מען זעהט אויף גוגעל וואס זיי טוען?
- עטעטשמענטס
-

- images.jpg (2.31 KiB) געזעהן געווארן 866 מאל
דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:50 pm
א בילד רעדט מער ווי אלעס. ממילא מוזטו לייגן עפעס א בילד אינעם בעקראוינד, וואס די בילד זאל זיין, צו פון קרעטשמעריסטן צו פון וויין צו פון חסידישע היימישע קריקאטורן און מאלעוועריי, דאס קען מען שוין זאגען ריחות וטעמים.
די פאנדס זענען זייער גוט, און די נוסח וואלט איך אלץ שרייבער פאבעסערט אזוי: קומט אריין פאר א גוט ווארט, וואס איז בעסער ווי א גלעזל שנאפס!..
[און דאס איז די אמת אויכעט.. ווייל ס'מאכט מיך דארשטיג ווען איך לייען 'קום טרונקען' און ס'נישטא אויף קידוש מאכן..]
דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:51 pm
נאך א וויכיטיגע נקודה 'בעזרת השם יתברך' איז אונזער קרוין קעפל ביי יעדן בוכשטאבישן דאקומענט
דאנערשטאג מאי 08, 2008 5:10 pm
צייטליך דיין ערשטע לאגא מיט'ן פלעשל וויין אין די זייט איז די בעסטע
דאנערשטאג מאי 08, 2008 5:28 pm
לאטגאט? געגאנגען! שמערי זאחרקע ארויס פון סטאק וויפיל דו האסט, אין אויב איז נישט דא גענוג נעם דיך ארבעטן אויף נאך אפאר הונדערט שטיק, בלויע רויטע וויין מאסט, סאטל גיסען...
א מיינונג?? אהה?? נעעע דאס קען איך נישט, די זאכן זענען נישט פאר מיר.
איך פערסאנעל וואלט געהאלטן טאקע אז די באטעל קרעשטמע וויין זאל זיך אדורך דרייען אלע ווערטער, אבער גיסן זאל זיך דייקא יא נאר פון די עי"ן.
אבער איין זאך שמערי וואס איך זעה אז צייטליך האט היפש א געפיל צו דיינע זאכן, והא ראי' ער האט שוין אפילו צוזאם געשמאלצן דיינע ארבעט אריין אין קרעטשמע, קיפ אטן טרעיקנג הים...
דאנערשטאג מאי 08, 2008 6:45 pm
שכויח בשמערי..
אט האב איך געמאכט די סייט מיטן באם. לאמיר זעהן וויזוי דער עולם וועט האלטן.
- עטעטשמענטס
-

- kret-2.jpg (50.92 KiB) געזעהן געווארן 775 מאל
-

- kret-1.jpg (50.31 KiB) געזעהן געווארן 774 מאל
-

- kret-3.jpg (48.98 KiB) געזעהן געווארן 774 מאל
דאנערשטאג מאי 08, 2008 6:51 pm
דערווייל נאכנישט געקענט מחליט זיין וועלעכע איז דאס וואס עס דארף זיין אויף קעפל
וואס כ'האב שוין יא מחליט געווען איז אז ר' שמערל איז א געבוירענע קרעטשמעריסט מיט אלע הינזיכטן סיי מיטן פאברעצירן איידיעס און מיטן זיין קריעטיוו
און אטא דאס איז מיט וואס מיר שטאלצירן אז מיר האבן אריינגעכאפט אזא פיינע געשמאקע און טאלאנטפולע העכל בייניז און קרעטשמע
נ.ב. די בלויע קוקט מיר אויס ווי א שפיטאל אדער קינדער גארטען טאוועל וואס דערציילט נישט וואס די קרעטשמע איז
משא"כ די רויטע איז זייער שרייעדיג פארן די טריקענע און בלאסע קאליר פון די קרעטשמע אפשר קען מען מערדזשען די קאלירן