Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

די קרעטשמעס לאגא!

מיטוואך מאי 07, 2008 8:08 pm

אלס א דיזיינער וואס לערנט זיך, האב איך געוואלט פארשלאגן א נייע "לאגא" צו ערזעצן די אלטע אומבא'חנטע ווערטער אויפן דאך פון די קרעטשמע, און עס טוהן בחינם

איך האלט נאך אינמיטן ארבעטן דערויף! אבער דערוויייל האב איך באשלאסן צו ווייזן פארן עולם א דרעפט וויאזוי עס זעהט אויס, ירא הקהל וישפוט, און יעדער קען זאגו זיין מיינונג, צו עס איז בכלל שיין, אדער וואס מען קען פארבעסערן וכו', און אויב דער ציבור וועט וועלן קעניך מאכן נאך א נייע!

נאך אפאר מאל טרייען דארף עס אויסקומען גוט בע"ה.

איך זאג עס פון עקספיריענס!
עטעטשמענטס
.jpg
.jpg (43.55 KiB) געזעהן געווארן 1136 מאל
לעצט פאראכטן דורך שמערי בערי אום מיטוואך מאי 07, 2008 8:22 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

Advertisement

מיטוואך מאי 07, 2008 8:18 pm

גאנץ פיין, פעלט נאך איבער היפש ארבעט.

מיטוואך מאי 07, 2008 8:19 pm

מאך א פאר ווערסיעס, און פון דארט עמער גיין ווייטער.

מיטוואך מאי 07, 2008 8:20 pm

אלעקסיי האט געשריבן:גאנץ פיין, פעלט נאך איבער היפש ארבעט.



כהאב דאך דאס געשריבן, נו לאצמיר הערן (אגב יעצט זעט עס שוין אויס אנדערש!, איך האב שוין געטוישט אפאר זאכן, און אי"ה מארגן וועל איך עס נאכאמאל ארויפלייגן).

מיטוואך מאי 07, 2008 8:26 pm

לייג ארויף יעדע טויש ביטע

מיטוואך מאי 07, 2008 8:52 pm

אביסל שפעטער....:
עטעטשמענטס
.jpg
.jpg (58.71 KiB) געזעהן געווארן 1093 מאל

מיטוואך מאי 07, 2008 8:54 pm

דאסי שוין צו פשוט, פאר אן אנגעטרינקענע קרעטשמע.

מיטוואך מאי 07, 2008 9:05 pm

לייג ארויף א פיקטשער פין א מיקי מייז כ'מיין א ניק וואס טרינק

מיטוואך מאי 07, 2008 9:13 pm

קיין גרויסער גראפ-יקער בין איך נישט, על כן בין איך צופרידן אפילו מיטן ערשטן ווערסיע, אבי עס איז אנדערש ווי די ביז יעצטיגע איינפאכע פשוט'ע טרוקענע וכו' וכו'.

יישר כח פון פאראויס פאר דיין הארעוואניע (כ'האף נאר אז דער ארענדער וועט דאס טאקע קענען ארויפשטעלן בפועל ממש, אנדערש איז כאטש מחשבה טובה ארבעט אויס דיין פאך)

מיטוואך מאי 07, 2008 9:49 pm

מיר געפעלט אויך היבש בעסער ס'ערשטע.

מיטוואך מאי 07, 2008 9:56 pm

גם לי (גם לך לא יהיה)

מיטוואך מאי 07, 2008 10:09 pm

לאמיר זאגן פון מיין עקספיריענס. דאס ערשטע איז הערליך שיין, ס'ווייזט אויף דיינע גוטע טאלאנטן, און ביזט אויפ'ן וועג צו מאכן הערליכע זאכן.

דאס צווייטע האסטו אוועקגענומען די פאטא חלק אבער ס'צייגט אסאך מער! דאס גלעזעלע שרייט פון זיך אליינס. יעדער זעהט פון וואס מ'רעדט דא. כ'וואלט נישט געוועלט פאר'ן צווייטן פשוט ווייל ס'איז דאך נישט וואס א פיינעל לאגא דארף צו אויסזעהן, אבער דאך וויל איך ארויסברענגען דעם פוינט:

א לאגא דארף צייגן פאר'ן מענטש/ליינער פון וואס דאס רעדט זיך אן דארפן ליינען ווערטער. אפשר וואלסטו געדארפט ווען מאכן אינטערסאנטע מינע אויתיות, אדער פונעם לינקן דעכל פונעם עי"ן פון היימישע, מאכן די גלעזל משקה, הייב אן פאנטאזירן, וועסטו געוואויר ווערן אז דו קענסט דאס אויך...

חזק ואמץ!

דאנערשטאג מאי 08, 2008 12:57 am

שוין, אינעם קרעטשמע זענען שוין דא לאגא'ס אויכעט. און ווען 'עט זיין באמעס? און טשאווארגא'ס ?

דאנערשטאג מאי 08, 2008 9:14 am

איך וואלט געשטימט פארן ערשטן לאגא.

נאר איין זאך וואס מ'זאל פארעכטן. דארט ווי עס טיילט זיך אפ די בעגראונד פון אינטרען גלעזל צו די ווערטער "היימישע קרעטשמע" גייט אזוי זיג-זאג, דאס פעלט נישט אויס,ענדערש זאל עס גיין מיט א שעידינג, אדער א צווייטער וועג.

דאנערשטאג מאי 08, 2008 9:32 am

שוועמל, לחלחתי, ובגדול!

דאנערשטאג מאי 08, 2008 9:34 am

דער פאריקטער דעילי איד איז אויסגעלאפן פון שמוץ, האט ער היינט געלינקט צו דעם אשכול... רפואה שלימה בתוך שאר בלאגערס.

דאנערשטאג מאי 08, 2008 9:43 am

אז דו לייענסט עס איז 'ער' פאר-ריקט?

אין פאקט, איז דער ערשטער לאגא זייער שיין, נאר די רויטע קאליר קלעשט מיט די טיפישע בלויע דעזיין פונעם סייט. מען דארף קענען מעטשן קאלירן אז ס'זאל האבן עפעס א שייכות אינעם אנדערן. נישט אויסזעהן ווי א ספאנישע דירה.

דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:05 am

א יישר כח פאר אלע מעירים, אין גאר קורצן טטעל איך ארויף לייגן א פרישע ווערסיע בע"ה.

דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:25 am

גערעכט. עס קלעשט מיט די קאליר פונעם קרעטשמע, הגם מ'קען אין א מינוט טוישן די קאליר פון קרעטשמע, (אזוי ווי מ'האט געטוען אין די ניין טעג)

דא האט איר ווי עס וואלט אויסגעקוקט.
עטעטשמענטס
 1.JPG
1.JPG (25.22 KiB) געזעהן געווארן 984 מאל

דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:27 am

דא איז די צווייטע לאגא.
עטעטשמענטס
 2.JPG
2.JPG (24.84 KiB) געזעהן געווארן 979 מאל

דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:30 am

שמערי, זייער שיין.

איך האלט ענדערש פון די ערשטע, אבער אזוי ווי צייטליך, אנשטאט דעם זיג-זאג-זאו זאל זיין עפעס אנדערש.

דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:54 am

דא האב איך צוויי נייע ווערסיעס, איינס וואו עס מערדשט מער אריין צו די קאליר פון קרעטשמע


און איינס וואו עס מערדשט מער אריין די וויין (איך האב דירעקט געמאכט אזא קאלער עס זאל מעטשן מיט די וויין).



איך האב דערווייל שוין אנגעהויבן פרובירן נאך א וועג, יישר כח פאר אייערע מיינונגען, מנאי ומכם תסתיים.
עטעטשמענטס
.jpg
.jpg (73.74 KiB) געזעהן געווארן 875 מאל
לעצט פאראכטן דורך שמערי בערי אום דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:54 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:54 am

בכלל, אויב גייט מען אריבער צו די "אידישע וועלט", ווייס איך נישט אויב עס וועט נוגע זיין אזא 'לאגא'.

דאנערשטאג מאי 08, 2008 11:11 am

איינער קענעפעס זאגן אויף די פריערדיגע בילדער?

דאנערשטאג מאי 08, 2008 11:17 am

די ערשטע רויטע געפעלט מיר בעסער, ובפרט די איידיע פונעם וויין וואס גיסט זיך פונעם עי"ן.
שרייב א תגובה

Advertisement