בלאט 1 פון 2
אריבער צוויי הונדערט נושאים אין קרעטשמע
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 11, 2006 1:06 am
דורך שוועמל
די הארץ טליעט פון פרייד, זעענדיג אז קיינעהארע מען וואקסט און מען בליעהט לשם ולתפארת. אריבער צוויי הונדערט נושאים זענען שוין אויפגעבראכט געווארן אין קרעטשמע החדש, וואס אירע תגובות, אפגעזען די אינהאלט, האבן אממייסטענס אויפגעלעבט די ליינער און אריינגעברענגט, טיילווייז, א לעבעדיגן געמיט אין די גייסט פון אירע צוקוקער. כה לחי. און דאס אלעס איז כמובן ריין פון יעדן לשון הרע מחלוקת פאליטיק = גימטריא עמלק, שנאת חנם ושאר מדות רעות.
לעומת זאת, שטייט דער פורום צו מחיה זיין נפש כל חי מיט א שמייכל, אזויוי עס איז ידוע פון ספרי מוסר און פון צדיקים די גרויסע מעלה צו פרייליך מאכן אידן. בשמחה וטוב לבב.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 11, 2006 9:49 pm
דורך שוועמל
איך זעה אז ס'אט קיינעם נישט באנומען.
נו, זאל זיין דריי הונדערט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 12, 2006 2:19 pm
דורך קרעמער
דאכט זיך מיר אז מען קומט שוין אט אט אן צו 7000 תגובות!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 12, 2006 2:37 pm
דורך יאנאש
יא דאס איז עס 7000
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 12, 2006 4:46 pm
דורך מעסטערמיינד
כ'וואלט דאס אפשר געדארפט שרייבען אינעם אנדערן אשכול אבער איך בין פויל אהין צו גיין שרייב איך עס דא.
אין פארק זענען דא בערך 1150 נושאים און בערך 13000 תגובות, וואס דאס קומט אויס בערך צו 11.3 תגובות פער נושא, דא איז אין די קרעטשמע אליין דא בארך 200 נושאים און בערך 4000 תגובות בערך 20 תגובות פער נושא, (נישט אריינגערעכנט אנדערע פארום'ס)
יעצט אויב איך געדענק גוט איז איינע פון די מערסטע פראבלעמן וואס מ'האט געבעטן דעם עולם דארט איז געווען אז מ'זאל זיך וויסענדיג מאכען ווען איינער שרייבט עפעס, דא אבער אפי' לאמיר זאגען אז זייער אסאך זענען וואן ליינער'ס מוז מען מודה זיין אז דער פראבלעם איז נישט דא..
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 1:43 pm
דורך סאכדעס
ייש"כ מעסטער מיינד פאר'ן אראפברענגן דעם אנאליז.
Re: אריבער צוויי הונדערט נושאים אין קרעטשמע
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 7:17 pm
דורך איך_הער
שוועמל האט געשריבן:די הארץ טליעט פון פרייד, זעענדיג אז קיינעהארע מען וואקסט און מען בליעהט לשם ולתפארת. אריבער צוויי הונדערט נושאים זענען שוין אויפגעבראכט געווארן אין קרעטשמע החדש, וואס אירע תגובות, אפגעזען די אינהאלט, האבן אממייסטענס אויפגעלעבט די ליינער און אריינגעברענגט, טיילווייז, א לעבעדיגן געמיט אין די גייסט פון אירע צוקוקער. כה לחי. און דאס אלעס איז כמובן ריין פון יעדן לשון הרע מחלוקת פאליטיק = גימטריא עמלק, שנאת חנם ושאר מדות רעות.
לעומת זאת, שטייט דער פורום צו מחיה זיין נפש כל חי מיט א שמייכל, אזויוי עס איז ידוע פון ספרי מוסר און פון צדיקים די גרויסע מעלה צו פרייליך מאכן אידן. בשמחה וטוב לבב.
מ'האלט שוין ביי דריי הונדערט, און די אויבנדערמאנטע שורות זענען נאך אלץ אקטועל ב"ה.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 9:34 pm
דורך שוועמל
העי דו פאסקודניאק ..........!!!!!!!!! דריי דיך נישט אויס ווי כאילו כאילו כאילו מ'מיינט נישט דיך!!!! יא יא טאקע דיך מיין איך....
איך קום אריין אין קרעטשמע ווי שטענדיג נאך א טאג שווערע ארבייט איך וויל זיך אביסל אויסציען די מידע ביינער אויף א פיינעם באקוועמען קויטש'עלע ואס שטייט דארט אין די זייט, און דא האט עס ווידער פאסירט...
פולע כוואליעס פון פרייד האבן ווידער אנגעהויבן טליען אין מיין הארץ, א פריידיגע מינע האט זיך צוגאסן אויף מיין געזיכט, 'נושאים 300' האט אפגעקלינגען אין מיינע אויערן ענליך צו די בת-קול וואס כ'אב לעצטענס געהערט, כמעט וואס איך האב שוין אפילו נישט געוואלט באזוכן אינעוויניג, מ'שטיינס געזאגט איז דאס פונקט גענוג פאר מיר די דאזיגע בארואיגונס פיל איינצונעמן זעענדיג אז קיינעהארע מען וואקסט און מען בליהט. די מספר הנושאים האט געגרייכט שלש מאות דאס באטרעפט גענוי דעם ציפער וויפיל אייזלעך [מיטן כולל..] זיידע יעקב האט געשיקט צו בעאיינפלוסן פעטער עשו'ן.
אבער, [פעלט נישט אויס צו נוצן דעם גראבן פינגער]דא קומט א אבער, מיין נייגער האט זיך דאך געשטארקט צו זעהן טאקע דאס אליינס, די נייע צוגעקומענע נושאים וואס מאכט מיך אזוי פרייליך. וואס זאגן זיי, און וואס 'לויטן' [נישט זיך פארמישן מיט פעטער 'לוט'] זיי. איך זעה טאקע די שיינע מעלדונגען און צוגעקומענע הערות, עס טליהעט אין מיין הארץ א פרייד'עלע.
אינסטינקטיוו הייב איך אן טראכטן פון דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט, ווי אן ענליכע מעשה האט זיך אפגעשפילט, געהאנדעלט האט זיך עס דעמאלס מיט די זעלבע געקנעטענע קוגל, נאר איין קליינער חילוק, דעמאלס האט מען גערעדט פון 200 און היצטעט רעדט מען פון דריי הונדערט, דאס הייסט א העכערונט פון גאנצע 'פופציג פראצענט'. איך בין אויסן צו לאזן מעלדן דער דאזיגער פריידיגער באמערקונג פארן חשובער ציבור הגולשים. מיט פרייד נעם איך מיך קלאפן אויפן טיש אזויווי די קינדער פויקן עוד ישמע..... ווען פלוצלינג....
...ויהי, וכבר אמרו חכמים אין ויהי אלא לשון של צער.
איך מערק ווי איינער האט מיך שוין אויסגעכאפט מיט די מעלדונג פון 'מיין אשכול'. די נייעס איז שוין געמאלדן געווארן א צייט פריער, דאס טייטש אז איך בין שוין נישט אקטועל יעצט מער!! מען האט מיך אויסגעכאפט!!! איך בין אוט אף קאנטראל!! דו גנב גזלן חמסן !! ווער האט דיך געלאזט דאס מעלדן אין מיין אשכול??!!! דו מיינסט דער אשכול איז עפעס אקרעטשמע'לע וואו יעדער קען אריינקומען!? דאס איז מייין באשטימטער ווינקל וואס די פרייד קען טליעהן אין מיין הארץ אן קיין שטערונגען. ווי האסטו זיך געוואגט דאס בכלל!!
הכי קרא שמו איך_הער, והשמיעני זה פעמיים............
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 10:07 pm
דורך סאכדעס
שוועמל
זייער געשמאק.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 01, 2006 11:04 pm
דורך איך_הער
שוועמל, איך הער (ליין) וואס דו זאגסט (שרייבסט).
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 03, 2007 6:48 pm
דורך איך_הער
שוועמל שוועמל, קום נישט מיט קיין טענות עני מאר, איך האב אריבער געלאזט פיר הונדערט, און דו האסט דיך נישט וואוסנדיג געמאכט, און ממילא ווען מען האלט יעצט ביי אריבער
500
נושאים אין די קרעטשמע, ברענג איך עס נאכאמאל אויף, און יא, איר האט צוגעטראפן די פאלגענדע ציטוט, איז נאך אלץ אקטועל, ב"ה.
שוועמל כתב:
די הארץ טליעט פון פרייד, זעענדיג אז קיינעהארע מען וואקסט און מען בליעהט לשם ולתפארת. אריבער צוויי הונדערט נושאים זענען שוין אויפגעבראכט געווארן אין קרעטשמע החדש, וואס אירע תגובות, אפגעזען די אינהאלט, האבן אממייסטענס אויפגעלעבט די ליינער און אריינגעברענגט, טיילווייז, א לעבעדיגן געמיט אין די גייסט פון אירע צוקוקער. כה לחי. און דאס אלעס איז כמובן ריין פון יעדן לשון הרע מחלוקת פאליטיק = גימטריא עמלק, שנאת חנם ושאר מדות רעות.
לעומת זאת, שטייט דער פורום צו מחיה זיין נפש כל חי מיט א שמייכל, אזויוי עס איז ידוע פון ספרי מוסר און פון צדיקים די גרויסע מעלה צו פרייליך מאכן אידן. בשמחה וטוב לבב.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 03, 2007 6:52 pm
דורך דארפסמאן
500 איז מיט דע נושא ?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 03, 2007 6:59 pm
דורך איך_הער
וואס איז דיין קשיא? אז די האסט אפשר אויסגעמישט תגובות מיט נושאים? מ'האלט יעצט ביי 503 נושאים אין די קרעטשמע זעלבסט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 04, 2007 12:54 pm
דורך דארפסמאן
המשתמשים שלנו פרסמו סך-הכל "17171" הודעות == א שיינע נאמבער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 04, 2007 1:26 pm
דורך קרעמער
יא יא.
הגם 9898989 איז אויך 'גאנץ' שיין..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 04, 2007 1:40 pm
דורך דארפסמאן
אבער מען האלט נישט דארט , ווען איך האב געשריבען האט מען געהאלטן ביי 17171
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 04, 2007 7:29 pm
דורך איך_הער
די אשכול איז געשטעלט אויף נושאים, ס'איז דא אן עקטערע אשכול וואס איז געשטעלט אויף נאמבער וואס ס'הייסט
די נעקסטע אינטערעסאנטע נאמבער, סא ברויך מען נישט אויסמישן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 04, 2007 10:56 pm
דורך שוועמל
איך הער,
איך בין ברוגז אויף דעם אשכול
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 1:06 am
דורך איך_הער
ברויך איך עפעס טוהן דערצו? אדער איז עס געווען א סטעיטמענט שלא על מנת לקבל פרס?
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 1:09 am
דורך מאשקע
שלא על מנת לקבל פראסק.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 1:09 am
דורך שוועמל
קענסטו דען עפעס טון דערצו ?
אל תיקח ללב, נאר געווען א לצה
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 1:12 am
דורך איך_הער
כאנאר געוואלט מאכן זיכער.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 9:32 am
דורך סאכדעס
מאשקע קבל

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 21, 2007 12:10 am
דורך קרעמער
אדורך א שטיקל צייט, און מיר פייערן שוין 1001 נושאים אין קרעטשמע גופא!!!
א גוטע נאכט
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 21, 2007 9:28 am
דורך איזאק
קרעמער לאמיך דיך פארהערן, וואס איז געווען די פיר הונדערט און דריי און פערציגסטע נושא ?