גריסן און שמועסן
מיטוואך מאי 07, 2008 11:15 am
ווייסטו, ווער איז דאס בכלל?
Advertisement
מיטוואך מאי 07, 2008 11:18 am
ס'הייסט ווער?
מאשקע!!!
מיטוואך מאי 07, 2008 11:20 am
די גומען (טשין בלע"ז) איז אים שוין באלד אינגאנצן אויפגעגעסן פון אזויפיל קראצן מיט זיין הענט!
מיטוואך מאי 07, 2008 11:20 am
וואס איז דאס אוואטאר ? קיינמאל נאך נישט געזען די ווארט.
מיטוואך מאי 07, 2008 11:24 am
אוואטאר = די פארום בילד (avatar).
מיטוואך מאי 07, 2008 11:30 am
איך מיין מיר זאלן אין דעם אשכול צולייגן און אנאלאזירן פונקטליך מאשקעס בילד מיט אלע איינצעלהייטן און דעטאלן, ביז מיר וועלן האבן א קלאר בילד פון אים.
מסכים?
מיטוואך מאי 07, 2008 11:33 am
אפשר מיר וועלן פארט געבן פריער זכות הדיבור פאר מאשקע אליין?
מיטוואך מאי 07, 2008 11:35 am
אבער מאשקע האצעך נאכנישט באוויזן היינט, דאכצעכמיר!
לאמיר רופן די פאליס זאלן אים גיין זוכן
לעצט פאראכטן דורך
שמערי בערי אום דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:16 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך מאי 07, 2008 10:11 pm
ניין, ערנסטער. איך ווייס נישט ווער איך בין... ווער ווייסט דען יא ווער ער איז?... און בכלל, דו זעהסט נישט אויף מיין קאפ אז איך שאקל אויף ניין? כ'האב נישט קיין מושג ווער דאס איז...
איך בעט ענק, נעמטס ענק נישט צו מיין בארד. ס'איז זייער האקל. ס'איז שוין אפילו אמאל אראפגעפאלן, און כ'האב עס קוים געקענט ארויפלייגן מיט אביסל סקאטש טעיפ...
און פון די גומען רעדטס ניטאמאל... יוי טוט מיר עס וויי... איינער האט א בענדיזש?...
מיטוואך מאי 07, 2008 10:18 pm
מאשקע, חחחחח
דאנערשטאג מאי 08, 2008 5:39 am
מאשקע, דאס איז די בילד פון רוסישן צאר איוואן דער פערטער וואס פאר זיין איידעלען און רחמנות'דיקן כאראקטער מ'האט אים אנגערופן 'דער גרויזאמער'.
אט דא און
אויך דא האסט אביסל אינפארמאציע וועגן אים.
אבער דיין בילד איז גאר א ספעציעלע - דאס איז 'שטיקל' פון א באוואוסטן רוסישן קאמישן movie פון עפעס 35 יאר צוריק. אין דעם movie דערציילט זיך ווי עפעס א ביסל משונה'דיקער אינזשענער אין היינטיקע מאסקווע האט דערפינען א 'צייט-מאשין' און נישט-ווילנדיק ער האט געשיקט זיין שכן, וואס האט געהייסן איוואן וואסיליעוויטש (בן וואסילי) ווי איוואן דער גרויזאמער און אויסגעזען פונקט ווי ער, אין די צייטן פון דעם צאר, און דעם צאר געבראכט אין היינט-צייטיקע מאסקווע. בקיצור, דער שכן ווערט א צאר (און אפילו הייבט אן א מלחמה מיט די טאטארן) און דער צאר דרייט זיך אין די גאסן צווישן מאשינען, פראבירט זיך איינארדענען אין דער מאדערנער צייט און אפילו ווערט ארעסטירט ביי דער סאוועטישער מיליציע (פאליציי). בסוף אבער מ'האט זיי געביטן צוריק (עס זאל זיין 'העפי-ענד').
דער movie האט געהייסן 'איוואן וואסיליעוויטש פארבייט די פאך'.
אויף דעם 'שטיקל', וואס מ'זעט אויף מאשקע'ס אוואטאר, דער מלך זיצט און הערט מוזיקע (א פאפולערע ליד) פון א טעיפ (און ס'ברענגט אים צו שטארק התרגשות).
נ.ב. וועגן דעם movie דערציילט זיך מער בפרטרוט דא:
http://en.wikipedia.org/wiki/Ivan_Vasil ... the_Future
ן
דאנערשטאג מאי 08, 2008 8:35 am
זייער אינטערעסאנט ערנסטער, נאך עטליכע היסטארישע ידיעות אין מיין פעקל, תודה רבה.
דאנערשטאג מאי 08, 2008 8:39 am
געמיינט האב איך אייביג אז דאס איז מאשקע, דערווייל בין איך געוואויר געווארן אז דאס איז גאר איוואן.
דאנערשטאג מאי 08, 2008 8:43 am
שכוח ערנסטער, זייער גוט אראפגעלייגט א מאנסע וואס איך וועל קיינמאל נישט וויסן אחוץ אויב יאך וועל זיך לערנען רוסיש.
דאנערשטאג מאי 08, 2008 9:41 am
יישר כח ערנסטער, פאר די אינפארמאציע, די לינקס, און דעם שמייכל.
דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:19 am
farshlufen האט געשריבן:געמיינט האב איך אייביג אז דאס איז מאשקע, דערווייל בין איך געוואויר געווארן אז דאס איז גאר איוואן.
קענסט דען נישט די מעשה פון מחניים פון מאשקע מיט איוואן? ס'אלאס איינס, מאשקע, איוואן, דער פריץ, גרוב, באפרייט.
דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:25 am
ערנסטער, א גרויסן יישר כח! יעצט בין איך געוואויר געווארן מיין אמת'ן אפשטאם... און אויך אז איך בין א גרויזאמער...
די באטרד הענגט אויף א האטר...
דאנערשטאג מאי 08, 2008 12:22 pm
יאנאש האט געשריבן:שכוח ערנסטער, זייער גוט אראפגעלייגט א מאנסע וואס איך וועל קיינמאל נישט וויסן אחוץ אויב יאך וועל זיך לערנען רוסיש.
נישט קענעדיג רוסיש בינעך געוואור געווארן די מעשה דורך'ן ענגלישן וויקי וואס ערנסטער האט צוגעצייכנט.
דאנערשטאג מאי 08, 2008 3:02 pm
מאשקע האט געשריבן:די באטרד הענגט אויף א האטר...
ווען איך וואלט ווען געדארפט דיין מיינונג...
דאנערשטאג מאי 08, 2008 3:06 pm
נקמה, נקמה...
פרייטאג מאי 09, 2008 1:09 am
ערענסטער, ספאסיבא באלשוי, דאסוועדאניע
זונטאג מאי 11, 2008 9:51 am
מאשקע האט געשריבן:נקמה, נקמה...
תלמיד חכם שאינו נוקם ונוטר כנחש...
זונטאג מאי 11, 2008 9:51 am
סאכדעס האט געשריבן:ערענסטער, ספאסיבא באלשוי, דאסוועדאניע
ווסעגדא פאזשאלויסטא, ביוואי.
זונטאג מאי 11, 2008 12:46 pm
ערנסטער האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:ערענסטער, ספאסיבא באלשוי, דאסוועדאניע
ווסעגדא פאזשאלויסטא, ביוואי.
יא ניע פאנימייאו עטא סלאווא: 'ביוואי'. פאזשאלאסטע, אביאסני-יאו מיניא סמיסל
זונטאג מאי 11, 2008 1:21 pm
עפנטס א 'אשכול הרוסיש'............