Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

גירות אשכול

מאנטאג מאי 05, 2008 12:36 pm

נאך לאנגע הפצרות בין איך נעתר לבקשתיכם (לשיטת ר' יענקל פרייליך פונעם שטערן...) האב איך מיך מגייר געווען און אריינגעלייגט דעם יודלע.

למען האמת, דאס נישט אריינלייגן דאס יודלע איז טשאסט געווען א מיסטעיק.

אלץ גר העלפט מיר ארויס ווי אזוי עס צו פייערן, איך בין אן אומוויסנד קינד.

(א גרויסן ישר כח פאר מיסטער יאנאש, מיין רוסישע שכן, וואס האט ארויסגעהאלפן מיט'ן גיורת פראצעדור, ותשואות חן לו.

Advertisement

מאנטאג מאי 05, 2008 12:38 pm

שוין, איז די גאצע מעשה אין מיין אשכול געווען איבריג

ברוך האשעם אז איך קען יא ספעלען

מאנטאג מאי 05, 2008 12:40 pm

מזל טוב ! כשם שנכנס היודעלע כן יכנס כל הפשתן הזה.

מאנטאג מאי 05, 2008 12:42 pm

איך מיין אז יעצט קען מען עס צוטיילן אויף דריי

פוי (דו ביסט א מתנגד??)

לי (הרי את מקודשת...)

שעזר (האסטוך זיכער אגעשוירן ביים גירות)

מאנטאג מאי 05, 2008 1:22 pm

קאנגראטולעישען!! פוילשער, אפס! פוילישער, זאלסט זעהן אבאנטש לאכעס! (קרעדיט מאשקע)

מאנטאג מאי 05, 2008 1:43 pm

מזל טוב פוילישער, נו פעקעלעך ווען וועט זיין ?

מאנטאג מאי 05, 2008 1:45 pm

געוואלט מאכן פעקעלעך, ווייסעך נישט וועלכע הכשר צו נוצן, יאך בין זוי אומוויסנד.

מאנטאג מאי 05, 2008 1:54 pm

ווארט נאר, באלד קומט סאכדעס!

מאנטאג מאי 05, 2008 2:00 pm

דא קען מען ניצען נאר די ועד הכשרות דקהל קרעטשמע

מאנטאג מאי 05, 2008 2:03 pm

איז די עולם זיכער אז ער איז א ריכטיגע גר? איך האב מורא אז מ'האנדלט דא פון נאך א לעיווי פרשה.

מאנטאג מאי 05, 2008 2:27 pm

אנדי;

חחח

איך וויל עפעס אנדערש וויסן. ווען מען האט גענומען די יודעל"ע פון שרי און געשטעלט ביי יהושע, האט מען כידוע געדארפט נעמען אויך פינטעלעך פון בן נון און צושטעלן צו יהושע. פון וואנעט האט מען יעצט גענומען דעם פינטל פאר די יודעלע???

מאנטאג מאי 05, 2008 3:59 pm

פון דעם פינטל שכל וואס ער (ווער?, איך ווייס אויך נישט, אבער נישט איך...) האט!

מאנטאג מאי 05, 2008 4:15 pm

מזל טוב פוילישער. כשם שנכנס לבריסק, כן יכנס לטוילעט ולחיפער ולווייסע טובי'.

מיטוואך מאי 07, 2008 3:10 pm

אי"ה ביי ענק אויף שמחות בקרוב במהרה. גראבע דאנק פאר'ן זיך באטייליגן מיט מיין שמחה.

ליצנות אין א זייט געלייגט, לעצטע וואך איז אין "די צייטונג" געווען גאר א שארפע בריוו איבער די גירות פרשה, אז ס'איז סתם געווען אויפגעבלאזן און א שטיק שקר וואס ס'האט זיך גוט פארשפרייט. זיין בקשה איז, אז פאר מען מעלדט א נייעס דארף מען עס גוט איבערקוקן ווי קראנט עס איז, און נישט עובר זיין אויף הארבע עבירות דורכ'ן ציל פון זיין די ערשטע וואס ברעכט די נייעס .

דאנערשטאג מאי 08, 2008 1:03 am

לויט וויפיל איך ווייס איז דער לעווי געווען ערענסט דערביי צו ווערן א פולקאמער שות"מ, די פראבלעם איז נאר געווען אז דער ראביי וואס האט אים מגייר געווען טויג אויף גירות ווי איך אויף פרעזידענט. ליידער א שוואכער איד יענער וואס האט צופיל נישט געקענט פארקויפן פאר א גר.

דער אנדערער פראבלעם וואס האט אנגעדרייט דעם שטינק איז געווען מר. לעווי אליינס, דערמיט וואס ער האט זיך גערופן מיט א פאלשן נאמען פון א געשטארבענעם איד, קאנסעקווענשעלי האט דאס געגעבן דעם איינדרוק כאילו ער איז א פאלנער גוי און גוטער דריי קאפ.

ואהבתם את הגר כי גרים הייתם בארץ מצרים.

דאנערשטאג מאי 08, 2008 9:26 am

שוועמל האט געשריבן:לדי פראבלעם איז נאר געווען אז דער ראביי וואס האט אים מגייר געווען טויג אויף גירות ווי איך אויף פרעזידענט.


שוועמל ביסט נאך אזוי גוט פאר פרעזידענט ווי דעם אלטן אדער שווארצן און די לעדי...

אמאל ווען מען שטעלט צוזאם צוויי צדדים וואס האבן דיפרענצן צווישן זיך, קומט ארויס א מעסיגקייט וואס שטעלט צופרידן יעדן. שטעלט אייך פאר מען שטעלט צוזאם די דריי קאנדידאטן מעקעין אבאמא און קלינטאן קומט ארויס א אלטן שווארצע גוי'ע...

דאנערשטאג מאי 08, 2008 9:42 am

חחחח פוילישער

דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:20 am

גוט גוט ר' גר (אדער גיורת, אלטע שוורצע גויטעלע)

דאנערשטאג מאי 15, 2008 12:01 am

ח פאליש
('כאנישט קיין צייט צו לאכן געהעריג האב איך געלאכט שנעל..)
שרייב א תגובה

Advertisement