בלאט 3 פון 57

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 04, 2008 5:39 pm
דורך קרעמער
לאז דאס איבער פאר די שיחות

יעצט מאך עס בקיצור נמרץ

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 04, 2008 5:40 pm
דורך שמערי בערי
אוי איז דאס א אנזעץ

לאמיר רעדן פון עפעס א צווייטע ענין

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 04, 2008 9:48 pm
דורך איך_הער
וואסי שלעכט מיטן ערשטן בנין?

ס'איז בעסער ווען מ'נעמט א מעשה און מ'גייט אויף א סדר.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 04, 2008 10:12 pm
דורך מאשקע
אפילו דארפסמאן פארשטייט נישט ליידער,
דארפי, גיי ערגעץ אנדערש איבערדרייען,

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 04, 2008 10:13 pm
דורך מאשקע
מאשקע דארפסט נישט שרייען,
קענסט זאגן מיט שיינעם,

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 04, 2008 10:22 pm
דורך איך_הער
דערווייל האבעך נישט מיט וועם צו ציען א מעשה איך האב דא קיינעם.

ווער וויל אנפאנגען א מעשה, געבויעט אויף ספרית מחנים?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 6:46 am
דורך farshlufen
געווען א איד וואס האט געהאט א קרעטשמע פאר גוים


נו ווייטער ברויך איך שוין הילף פון מיינע קליינע

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 10:24 am
דורך שמערי בערי
דער פריץ איז איין טאג אנגעקומען מיט א וואגן א שיינע

"איך ווארף דיר ארויס פון קרעטשמע" האט ער געשריגן

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 12:03 pm
דורך מאשקע
און איר מיינט אז איך האב דאס פארשוויגן?

איך בין געבליבן אין קרעטשמע ווי גארנישט וואלט געווען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 12:04 pm
דורך שמערי בערי
ביז דער פריץ האט געזעהן

מען זאל דעם מאשקע ארויס ווארפן מיט פערד און וואגן

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 12:04 pm
דורך שמערי בערי
צו זיין רבי'ן איז ער געלאפן און געטון זאגן

אוי רבי, עס איז מיר ביטער!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 12:07 pm
דורך מאשקע
דער רבי איז דאך אבער זייער א גוטער,

האט ער מיך אויסגעהערט מיט הארץ און געפיל.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 12:10 pm
דורך שמערי בערי
און געלאפן אין שול

איינגעריסן אין הימל

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 2:21 pm
דורך קרעמער
אויבן האט זיך געשאפן א טומל

און משמים האט מען ערלעדיגט אזוי

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 2:27 pm
דורך וויכטיג מאכער
ער איז געראטעוועט געווארן פונעם גוי,

דער פריץ האט געהאט א מפלה,

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 2:33 pm
דורך farshlufen
ס'איז אנטשטאנען א בהלה

און מאשקע איז פארבליבן

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 2:36 pm
דורך וויכטיג מאכער
און מ'האט דעים פריץ פון שטאט פארטריבן

ס'געווען א שמחה אין שטעטל,

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 2:36 pm
דורך קרעמער
דער צדיק האט זיך דאן אנגעטאן דעם קיטל

און זיך ארויסגעלאזט אין א רקידה

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 2:39 pm
דורך farshlufen
געהויבן די פיס די מידע

און יעדער האט געזעהן

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 2:39 pm
דורך קרעמער
א נס ופלא איז דארט געשען

אלע האבן געטאן דאנקן

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 2:43 pm
דורך וויכטיג מאכער
אויף די ישועה וואס השי"ת האט געשאנקען,

די מעשה גייט נאך ווייטער?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 2:46 pm
דורך קרעמער
עס איז נאך אזוי לאנג ווי א לייטער

דער פריץ האט נישט איינגערוהט

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 3:47 pm
דורך דארפסמאן
אבער מען האט די יודען געהיט

קיינער קען פאר קיין יוד שלעכט טיען

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 3:56 pm
דורך שמערי בערי
דער פריץ איז ארום געלאפן ווי א בין

און פרובירט מיט אלע מיטלען

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 4:12 pm
דורך מאשקע
דער עולם זאל זיך אויסטון די היטלען

דארפסמאן האט שוין ענדליך געכאפט דעם גאנג