Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג מאי 13, 2008 7:33 pm

די וועג דויערט לאנג, ס'האטצעך שוין אפילו אויסגעניצט די פערפעלעך. ( ר' שמחה, איר מאכט צו שווער.)

מ'דארף זיך ערגעץ אביסל אפשטעלן,

Advertisement

דינסטאג מאי 13, 2008 7:37 pm

פאר א טרונק וואסער זיך אביסעל דערקוועלען

און ווייטער געפארען ביז מעקומט אהן

דינסטאג מאי 13, 2008 7:39 pm

די פערד ווייסן שוין אליינס וואס צו טאהן.

און פאר א קרעטשמע זיך געגעבן א שטעל אפ,

דינסטאג מאי 13, 2008 9:22 pm

און פון וואגען אלע שטייגן אראף

און צום קרעטשמע נעמט מען זיך אלאז

דינסטאג מאי 13, 2008 9:26 pm

דער קרעטשמער נעמט אויף די געסט אזוי ווי ער איז געוואוינט מקדם ומאז.

אבער אויף זיין פנים דערקענט זיך א טרויער,

דינסטאג מאי 13, 2008 9:30 pm

דער בעל עגלה זעהט איהם אויס צי זיין א פויער

טרונקען וועט ער, אבער צאלען וועט ער נישט

דינסטאג מאי 13, 2008 9:32 pm

אבער אויף אזא געהויבענעם רבי'ן האט ער זיך נישט גערישט.

און באלד געשטעלט משקה אבער די טרויער פון זיין פנים אראפ נישט עס גייט,

דינסטאג מאי 13, 2008 9:39 pm

די גלחים און שטאט שטייען שוין גרייט

עס איז א יומא דפגרא און מען רישט זיך און גרויסען

דינסטאג מאי 13, 2008 9:42 pm

(ר' שמחה כ'האב מורא איר כאפט נישט צו וועלכע מעשה מ'צילט, מ'צילט דא צו די באקאנט וואך נאכט מעשה, מיט די קאץ.)

זיי ווילן דאך געווענליך די אידן צו שטויסן.

און זיי פלעגן דאס ביי אידישע שמחות אויס ניצן,

דינסטאג מאי 13, 2008 9:42 pm

און דא האלט דער איד פאר א וואך נאכט און ארום דעם טיש די תלמידים זיצן.

און דער קרעטשמער פארציילט צו די טרויער די סיבה,

דינסטאג מאי 13, 2008 9:51 pm

[איך האב געמיינט אז מען פלעכט די מעשה פון בעל שם מיטען גלח]

מארגען דארף פארקומען דער ברית מילה

פאר מיין קינד, און ער איז נישט דער ערשטע

מיטוואך מאי 14, 2008 12:45 pm

איך האב אבער מורא אז זיין גורל וועט זיין אזוי וויא דער לעצטע

ביינאכט ליגענדיג און וויגעלע אזוי

מיטוואך מאי 14, 2008 12:56 pm

איז וואס עס געשעהט גענוי

אז זיי לעבן דאס ליידער נישט איבער

מיטוואך מאי 14, 2008 1:40 pm

ווען איך טראכט נאר דערפון, כאפט מיר אהן א ציטער

עפעס א חיהלע, א קאטץ נעמט זיך איבער זיי

מיטוואך מאי 14, 2008 3:13 pm

און איידער מען געט זיך נאר א דריי

ווערט דער קאטץ נעלם געשווינד

מיטוואך מאי 14, 2008 3:26 pm

דאס איז ליידער געווען ביי יעדעס קינד

און דעריבער איז מיין ווייטאג אין לשער

מיטוואך מאי 14, 2008 3:56 pm

ווייל דאס יעצטיגע קינד איז ביי מיר זייער טייער

אז מען האט שוין אזוי פיל פארלוירען

מיטוואך מאי 14, 2008 4:06 pm

און איך האלט און איין טרוירען

עס קען ווייטער נישט אזוי אונגיין

מיטוואך מאי 14, 2008 4:09 pm

אן עצה דארף מען זיכען, איך מיין

אז דאס מאל זאל עס נישט גלינגען

מיטוואך מאי 14, 2008 8:52 pm

איך וואלט נישט געוואלט וויינען נאר זינגען

צום באשעפער א תפילה אפגעבען

מיטוואך מאי 14, 2008 11:03 pm

דער בעש"ט זאגט: ר' איד לעבן

איך האב דא מיטגעברענגט מיינע חברה חסידים

דאנערשטאג מאי 15, 2008 10:07 am

זיי זענען גאר געטרייע תלמידים

אז איך געב אפילו נאר א רמז א ווינק

דאנערשטאג מאי 15, 2008 10:12 am

טוען זיי אלעס שנעל און פלינק.

יעצט הער זיך גוט צו וואס איך גיי דיר באפעלן,

דאנערשטאג מאי 15, 2008 10:21 am

דאס קינד צי ראטעווען איז אינזער שטרעבען

און מארגען וועט פארקומען דער ברית מיטען באשעפערס הילף

דאנערשטאג מאי 15, 2008 11:29 pm

דער בעש"ט טוט זיך אויס דעם טילפ

און הייסט ארויסנעמען 10 גמרות פון שאנק
שרייב א תגובה

Advertisement