בלאט 57 פון 57

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 10:45 pm
דורך א גראם מיט טעם
ס'דאך געפארען ביז יעצט אזוי געשמירט

כ'זעה דער עולם זיך גענומען צו די מלאכה
פראפעשענאל גראמערס ממש א ברכה
לאמיר טאקע ציען ווייטער א מחי'
אינאיינעם די אייוועלט חברייא

יענעם פרייטאג אין היצען גרויסע
ערב שבת בהר בחקותי
לכבוד שבת כאפען א דרימל
מקבל תורה זיין פון הימל

אזויפיל פשטים מתוק מדבש

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 10:55 pm
דורך פלטיאל
איך האב געטון קלערן
דאס זעלבע וואס צווייפעל פארפירט
די מעשה כהאב נישט געטון הערן

א עצה איך דערמאן
א מעשה צו שפינען
וויאזוי עס זאל נישט זיין
וועט תגובות רינען

אומר ועושה
מורי ורבותי
געווען אמאל א איד

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 11:14 pm
דורך א גראם מיט טעם
איי עס פלאגט דעם געמיהט

ווי נעמט מען אינעם נייע דור
א איד פונעם אמאליגען סארט
וואס אויף זיין מחשבה איז נאר
אריין כאפען צו לערנען א אידיש ווארט

די היינטיגע צאן קדשים
וויסען און פארשטיין
אז כאטש די מצבים קשים
איז די אמונה געבליבען ריין

בקיצור,וואס איז מיט דעם פארגעקומען

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 11:19 pm
דורך פלטיאל
לאמיר אים רופן שמעון
געארבעט ביטער און שווער
טאג און נאכט אן אויפהער

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 11:52 pm
דורך הפייטן
קוים געקלעקט פאר'ן טעגליכן חיונה
פונדעסוועגן געווען אנגעזאפט מיט אמונה
שמחה מיט הסתפקות ביידע צוזאם
אויף השי"ת זיך קיינמאל געווען מתרעם
איין שיינעם טאג ער קומט אהיים און זעט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 7:39 am
דורך הפייטן
דאס ווייבל זיינע ווענדט זיך מיט געבעט
שמעון שמעון, וויפיל די שיעור? א שווערע שאלה
דאס טאכטערל אידאך שוין מעשרים ולמעלה
מ'ברויך דאך השתלות טון פארשאפן איר נדן
דערווייל זענען מיר ברויטלאז ענגשאפט און ליידן
עפעס דארף זאפארט געטון ווערן ענדגילטיג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 7:46 am
דורך פלטיאל
אבער ר` שמעון בלייבט געדולדיג
ער הערט אויס מיט א שמייכל
ער זאגט צו איר מיט שכל
לאמיר דיר פרעגן א פראגע
פארוואס זיין בדאגה
גערעכט טאקע מיט דיין השערה
אבער נעם דיר די סברה
אונז האבן א טאטן אויבן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 8:23 am
דורך וואס זאגסטי
וואס אפילו און א שווערע מצב דארף מען אים לויבן
מען דארף זיין בשמחה אלעמאל
ווייל הנה לא ינים שומר ישראל
מיט שמחה קען מען פוילן אלעס
דער באשעפער וועט געבן כל משעלות
לאמיר כאפן א רקידה
און דעם זכות וועלן מיר זוכה זיין צו עוד ישמע בערי יהודה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 8:42 am
דורך וואס זאגסטי
אפילו האסט אויגן פארוויינטע נאסע און מידע
לאמיר זיך שטארקען און א שמייכל ברענג ארויף
וועט דער אייבערשטער מאכן צו אינזער ליידן א סוף
כי בשמחה תצאו ובשלום תובלון
נאר דער בורא קען אינזער זארגען צומאלן