בלאט 56 פון 57
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2015 1:28 pm
דורך yahoo
ער גיבט א שריי, רבי ניין
נישט דאס האב איך געמיינט
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2015 1:38 pm
דורך וואס זאגסטי
דער גאבי און שטוב ערשיינט
און בעט ביים רבין צי רחמנות האבן
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2015 2:54 pm
דורך yahoo
וואס איז דאס ליגענט זאגן
טוט די רבי פרעגן
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2015 4:06 pm
דורך וואס זאגסטי
מיין פרנסה האט גענומען שלעכטע וועגן
און א וועג ארויס האב איך נישט געקענט טרעפען
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2015 4:51 pm
דורך וואס זאגסטי
האסטו געדארפט א תהלים געבן א עפן
פארן בורא זיך אויסוויינען
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 7:17 am
דורך קרוץ מחומר
און שרייען מרן דבשמיא לך מתחנינן
דו ביסטאך די מקור הפרנסה
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 7:24 am
דורך קרוץ מחומר
שיק שוין צו מיר אן הכנסה
די קרומע וועגן באלאנגט נישט פאר אן ערליכן איד
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 1:05 pm
דורך וואס זאגסטי
אבער ער ווערט נישט מיד
אין בעט ביים רבין אפשר דאך
עס וועט דאך זיין א גרויסע בראך
אין א חילול השם
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 7:15 pm
דורך קרוץ מחומר
ראטעווע מיך ארויס פון מיין קלעם
איך זאג צו אז פון היינט מאל אן
העלעך קיינמאל אזאנס מער טאן
זאגט די רבי גוט, איך זע און פארשטיי
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 5:03 pm
דורך וואס זאגסטי
און זכות וואס די ביסט דעם בורא שטענדיג געטריי
און די טיילסט צדקה אסאך
האט דער רבי געווינטשען אויף זיין שפראך
וועט דיך דער בורא דערקוויקען אין דיך א ישועה צושיקען
אבער די דארפסט זיך אינטער נעמען
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 5:55 pm
דורך קרוץ מחומר
נישט קיין חילוק אין וואספארא מצב אדער קלעמען
אייביג נאר יושר לשאת ולתת באמונה
נישט מאכן מער ח"ו חילול השכינה
און יעצט נאכ'ן קבלה וואס דו האסטעך פארגענומען
א ברכה וועסטו אצינד באקומען
יהי רצון מלפני ה' שתמצא חן
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 5:58 pm
דורך פלטיאל
דער איד ארומגענומען מיט פרייד
ארויס ער גייט
מקבל די קבלה
און זוכה געווען צו די הצלה
---
כהאב נישט געוואלט די מעשה שליסן
מען קען נאך צוגיסן
שפינען ווייטער די שמועסן
עס זאל ווייטער פליסן
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 5:24 am
דורך צווייפעל
און ר' קלמן טאקע שרעקליך רייך געווארן,
די אינשורענס האט די געריכט אנגעווארן,
דעם שאדן געמוזט דעקן
געקריגן די גרויסע טשעקן
די פייער זיך געלוינט
ווייל די רבי האט געשוינט
(דארפן מיר ארומקריכן
און מיט ליכט זוכן
אפשר פונעם געלט עפעס געבליבן שטעקן
אפשר קען מען נאך א ביינדל אפלעקן...)
___
-------
איצט ברויך מען א נייע מעשה אנהייבן
א עכטע וואס יעדער וועט גלייבן
א מעשה מיט האפט
מיט אסאך זאפט
זאל זיך וועבן און שפינען
די סלינע פון מויל זאל רינען
ווער נעמט דאס ווארט?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 8:58 am
דורך וואס זאגסטי
פון וועלכע סארט
אפשר נאכמאל א יארצייט
די מ"ב פירושים אויף פרשת בחוקותי
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 3:50 pm
דורך קרוץ מחומר
העלמיר שפינען אינאיינעם די מעשה מיט'ן הייליגן אוה"ח לכבוד די וואך פרשת בחוקותי.
און צו די וואס ווייסן נישט די אינסטראקשנס פון דעם אשכול העלמער נאכאמאל ערקלערן. קענסט שרייבן און שפינען די מעשה מיט דיינע גראמען ווי לאנג די ווילסט, אבער ביים לעצטן שורה שרייב נאר די ערשטע ליין פונעם גראם כדי די אנדערע זאלן קענען ממשיך זיין און ווייזן זייער קענטעניס. און אצינד וועלן מיר אנהייבן בס"ד..
אינעם שטעטל סאלי אין מאראקוי'ער לאנד
פון א ווינקעלע ערגעץ, א ליכטיגקייט שיינט
אין א הייזקעלע ער זיצט זיך דארט אזוי באשיידן
ר' חיים ארומגענומען מיט ספרים, א גן עדן
די תורה הק' לערנט מיט א פייער אן אויסטערלישע
באשיצט אויף די וועלט מיט זיין טהרה וקדושה
א מנהג געהאט, עס אנגעהאלטן שטארק
יעדן סוף וואך געגאנגען צום מארק
זיך איינגעהאנדלט א קעלבעלע געשמאק און גוט
מיט'ן ציל צו קענען מחיה זיין דערמיט
לכבוד שבת קודש די ארימע תלמידי חכמים
מענג צו זיין דעם שבת מיט ברבורים מפוטמים
איינמאל פאסירט ביי די בהמות א מגיפה
אלע בהמות זענען געפינען געווארן טריפה
אין ערגעץ קיין כשר פלייש נישט פארהאן
געוואלד, צו וועט קיין פלייש לכבוד שבת נישט זיין?
אבער א שמועה איז בליץ שנעל אין שטאט ארויסגערינען
אין איין איינציג שטוב קען מען יא כשר פלייש געפונען
אינעם הויז פונעם הייליגן צדיק ר' חיים
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 4:04 pm
דורך פלטיאל
ממש מן השמים
יעדער לויפט כאפן שיריים
אפשר א שטיקל בשר
פון פלייש וואס איז נישט אסור
לכבוד דער הייליגע שבת
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 4:11 pm
דורך קרוץ מחומר
פון די הייליגע אידישע אויפגאבעס
א גביר פון שטאט א שטיקעלע בעל גיאה
שטעלט זיך אויך אין די רייע
ר' חיים, פארקויפט מיר אויך
כ'וועל אייך באצאלן לויט אייער געברויך
ניין ביטע, זאגט ר' חיים איידל
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 4:21 pm
דורך וואס זאגסטי
עס איז נאר פאר תלמידי חכמים מיט א צובראכנעם ביידל
איך קען אפילו נישט געבן פאר געלט
ווייל סדארף גיין אויף וועם סשטייט די וועלט
דער עושר זאגט אבער
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 4:27 pm
דורך קרוץ מחומר
בינעך אנדערשט פון זיי? אפשר געמאכט פון ראבער?
אינמיטן זיך אויסטענה'נען און שרייען
קומט אריין א ת"ח א דיין
די אוה"ח הקדוש מיט שמחה טוט אים דערלאנגען
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 4:30 pm
דורך וואס זאגסטי
דער עושר האט מיט קולות אנגעפאנגען
פאר דעם שלעפער קענסטו געבן ברייט
און מיך שטופסטו אין א זייט
ער איז ארויס אויף געברויזט
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 4:36 pm
דורך קרוץ מחומר
שרייענדיג "אויך מיר א ת"ח!!" וועם דו געטרויעסט
דער אוה"ח הקדוש האט געשוויגן מיט א שתיקה
און איז צוריק צום גמרא בקול מתיקה
אבער אויבן אין הימל אשר כל מעשיך נכתבים בספר
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 4:41 pm
דורך פלטיאל
צוגעזעהן ווי דער עושר מיט אייפער
נישט בייגעשטאנען זיין ניסיון
און פון תורה געמאכט א בזיון
באשלאסן אז מען קען נישט שווייגן
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 4:53 pm
דורך וואס זאגסטי
און א גזירה אויף אים געטיון ארויף לייגן
צי דארפן גיין גלות ליידן
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 5:12 pm
דורך קרוץ מחומר
ווייל דער אוה"ח הקדוש האט זיך געדארפט מיט עזות דקדושה אנקליידן
און מוחה זיין אויפ'ן גביר כדבעי
פאר'ן מבזה זיין א ת"ח א מורה הוראה
דער אוה"ח באהבה טוט עס מקבל זיין
און תיכף מוצ"ש נאכ'ן זמן
זיך ארויסגעלאזט מיט'ן וואנדער שטעקן
דעם פגם אויסצומעקן
מיט פראסטע קליידער שלעפט זיך מייל נאך מייל
קיינער דערקענט אים נישט בכלל
דארט ווי ער האט בייטאג פארבראכט
בלייבט ער נישט אויפדערנאכט
ביז איינמאל ערב שבת אינמיטן פרייען פעלד
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 10:29 pm
דורך צווייפעל
נ.ב. צו ציען ווייטער דעם בענדל
ברויכעך נעמען געלד
קויפן דעם ביכל פון מנחם מענדל
וועל איך זען וואס אין פעלד האט פאסירט