בלאט 53 פון 57

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 09, 2012 6:07 am
דורך msp
די מאמע בעהט דעם טאטען זאל שטיין דערביי

ווען זי ליגט אין בעט באקוועם און פראבירט צו שלאפען

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 09, 2012 12:53 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
אבער די היץ ווערט הויעך און זי דרייט זיך פון דרום צו צפון

און פון ווי א חלום הערט זי איר טאטענס זיסן שטימע

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2012 6:11 am
דורך msp
תקפו כהן מוציאין מידו אוי אוי אוי.... הערט זיך אין צימער

קפץ אחד מן המנויים..... אוי טאטע אוי טאטע ביזטו דאס....

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2012 5:09 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
דאס ביהמ"ד גיט זיך א דריי אויס צום ווייבער שוהל, וואס הערט מען דא וואס

ר' שבתי ענדיגט צו און ער לאדענט זיך אריבער צו ר' מנחם אויף א באזוך

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 13, 2012 6:01 am
דורך msp
אסתר'קע זעהט אים און עס איז קיין ספק מער נישט ביי זיך

טאטע אוי טאטע זי לויפט אים אקעגען

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2012 6:48 am
דורך msp
ר' שבתי טראכט איז מעגליך אז אסתר'קע האט זיך געראטעוועט אויף יענע געפערליכע וועגען?

ער פרעגט: אבער אסתר'קע איז געליגען טויט און א חיה האט איר אוועק גענומען...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2012 3:30 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
אסתר'קע ענפערט אבער א ישועה פון הימל איז געקומען

די חיה איז געווען אין געשטאלט פון קעניגס שלאס באדינער

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 16, 2012 7:25 am
דורך msp
און פון דעם איז כלל ישראל ארויס ווי א געווינער

זי האט געקענט אויפטוהן אויף מעביר זיין די גזירה....

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 16, 2012 12:02 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
ר' מנחם רופט זיך אן הערט נאר אידן טייערע

יעצט דעם קעניגס איידעם קען מען מיר ריכטיג רופן

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2012 8:26 am
דורך msp
ווייל טאקע די וואס שווימען אין דעם ים התלמוד שעם טיפען

זיי זענען די אמת'ע ריכטיגע מלכים

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 19, 2012 9:56 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
און יעצט א פרישע מעשה פון טשערנאבליר מגיד ר' נחום

געפארן די ערשטע מאל צום הייליגן בעל שם

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 10:12 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
מיט א גרויסע הכנה זיך געגעבן א נעם

מיט אן אפגעריסענעם מאנטל און א קאפעלוטש אן אלטן

איז ער געפארן דעם וועג דעם ווייטען דעם קאלטן

ר 'נחום שפאצירט אזוי אויף די וועג פול מיט שפאלטן

דערווייל זאגט דער בעש"ט רעבעצן עס קומט א גנב איינער גאר באהאלטן

היט זיך גאר שטארק ווארענט ער איר אן

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 2:05 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
מנחם שלום געב די דעם טאן

א מעשה הייב אן פון פריש

אזוי אז די בלעטלעך זאלן זיך געבן א מיש

אז עס זאל זיך טוהן אויף בענק און טיש

דערוילעם מעג אויך צולייגן א פעדער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 4:30 am
דורך msp
אזוי וועט טאקע זיין לייכטער פאר יעדער

מען דארף דאך זיין א נושא בעול

וועט זיין זיכער פיין און וואויל

אפשר די מעשה פון אלחנן פון רוים....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 12:08 pm
דורך גלייכגילטיג
איך מיין דו האסט א גוטן טרוים

ווייל כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט די מעשה מיט ר' אלחנן

אלזא וואס קענסטו שוין פון מיר מאנען

העכטענס קענעך דמיונען און בלאזן באלאנען

אבער וואס וועסטו שוין פון דעם פארדינען..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 12:17 pm
דורך msp
כאטשיק האסטו אונז אין זינען

אז דו ביזט דא אריינגעקומען צולייגען א פלייצע

אבער וועלכע מעשה דען? גיבזשע אונז אנ'עצה

א שיינס וואס יעדער פון אונז זאל עס קענען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 12:40 pm
דורך גלייכגילטיג
איך וויל דייקא יא די מעשה פון ר' אלחנן צוריקנעמען

לאמיר זיך אראפזעצן אונטערן בוים

מיט א גלעזעל שנאפס וואס עס רינט איבער שוים

און דו וועסט מיר דערציילן וואס עס איז פארגעקומען אין רוים

ביסטע מסכים, נו איך האב שוין אינטערדוסט

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 3:51 am
דורך msp
פיין שכוח פאר דעי בוסט

איך רעדט פון די באקאנטע מעשה פון דעם אידישען פויפסט אלחנן

דער זוהן פון רבינו שמעון הגדול פון מיינץ מגדולי מרנן ורבנן

קל חנן נחלתו בנועם להשפר פון שחרית ראש השנה יוצר

איז א רמז צו זיין יעניגער זוהן זיין טייערע אוצר

כהאף אז איך האב דיר געהאלפען זיך דערמאנען

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2012 10:47 am
דורך msp
אבער אונזער דאזיגער אשכול איז אביסעל צוריק געשטאנען

קיינער גיט זיך די מיהע עפעס דא צו שרייבען

כהאב גאר מורא אז ביי דעם וועט עס בלייבען

וואס וועט זיין ווייסט דער אייבערשטער אליין

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2012 7:04 pm
דורך ידיד
טייערער מנחם שלום איך וואלט ווען גערן צוגעהאלפן אז ס'זאל זיך נעמען פארן

אבער איך האב שוין גאר לאנג צוריק געליינט די מעשה, ס'איז מיר שוין ארויס פון זיכרון

אז דו וועסט שרייבן א מעשה וואס איז מיר גוט באקאנט

וועל איך בלי נדר צולייגן א האנט

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 27, 2012 5:14 am
דורך msp
אה דאס הייסט א ידיד טאקע א גוטע פריינט

נו וועלכע מעשה וועלען מיר צוזאמען קענען שרייבען

אזא מעשה וואס זאל דעם עולם דערהייבען

אפשר דער מעשה פון שפאליער זיידע ווי ער טוט טאנצען

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 27, 2012 10:29 am
דורך גלייכגילטיג
אה, דאס האט שוין בעסער שאנסן

לאמיר טאקע אנהייבן, היידע

די מעשה פונעם שפאלער זיידע

ער איז געווען א תלמוד פונעם מעזריטשער מגיד

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 28, 2012 6:56 am
דורך msp
צו אלעם איז ער געווען גאר גוט

פלעגט טובות טוהן פאר יעדען איד איבעראל

ארום גיין אויף צדקה און פדיון שבויים אהן א צאהל

משפיע געווען קדושה וטהרה ביי די חסידים

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 3:32 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
איז ער אמאל א שבת געווען ביי איינע פון זיינע ידידים

דער הייליגער ר' אברהם המלאך א פלאם פייער פון די אודים

געקומען צו קבלת שבת, דער זיידע נישט געווארט אויף קיין כיבודים

נאר גענומען טאנצען גאר שיין א מייסטער ווערק

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 3:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
געט א קוק ווער ס'דא!!!

(סארי נישט קיין גראם)