בלאט 52 פון 57
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 06, 2012 6:09 am
דורך זאלץ ליבהאבער
וויל דאס קען מסתמה זיין א ישיעה
לויט ווי זי הערט ממפי השמועה
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 07, 2012 4:28 am
דורך msp
האט זי זיך ארויסגעלאזט אויף די לאנגע נסיעה
די זכרונות זענען צוריק ארויפגעקומען פון יענע צייט
וואוינען אין פאלאץ מיט מאריא נאך די פאגראמען פון ת"ח ות"ט
זי קומט אהן און גייט צום גרויסען שער מיט נערוועזיגקייט
א וועכטער קוקט איר אהן "וואס וואלען זי היער" פרעגט ער שטרענגערהייט
זי זאגט איך בין א גוטע פרוינדין פון די קעניגין איהרע מאיעסטעיט
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 07, 2012 11:51 am
דורך שלומי אמוני ישראל
און אן קיין שום שהי'
אידן זענען אין א סכנה ווער קען פעניען
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 10, 2012 2:55 am
דורך msp
דער וועכטער זאגט ענטשולדיגט מען קען נישט סתם אריין אהן אנ'אפוינטמענט
זאגט אסתר'קע איך בעהט דיר די קעניגין וועט זיין גאר צופרידען
זאג איר אז איר שוועסטער איז דא די וואס שטאמט פון אידען
זאג איר א סימן אז מען פלעגט אסאך שפילען מיט א בוים לעבען דעם פענסטער פון שלאף צימער...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 7:20 am
דורך msp
איך זאג דיר זי וועט זיך זיכער דערמאנען ווי אימער
דער שומר איז געגאנגען צו די קעניגין און איר דאס איבערגעגעבען
וואס? אסתר'קע טוט נאך טאקע לעבען?
קען נישט זיין! מיר אהנטוהן אזא עגמת נפש יאהרען לאנג...
אסתר'קע וואלט מיר נישט געטוהן אזוי באנג
לאז איר אריין, וועלען מיר זעהן ווער זי טאקע איז
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 14, 2012 6:03 am
דורך msp
אסתר'קע דאווענט: אייבערשטער, העלף, מיר דערקענען זי טאקע מוז....
זי גייט אריין אין קעניגין'ס צימער זעהט זי מאריא שטיין
מאריא זעהט איר און ברעכט אויס אין א געוויין
אסתר'קע! ווי האסטו מיר אזא זאך אהנגעטוהן....
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2012 3:37 am
דורך msp
זאגט אסתר'קע געדענקסט נישט ווי דער גלח האט מיר געוואלט פון אמונה אוועקציהען....
כ'האב געמוזט אנטלויפען זיך צו האלטען ביי אידישקייט
ווייטער אהנהאלטען די הייליגע גאלדענע קייט
אבער יעצט דארף מען אויספועל'ן א ישועה
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2012 7:35 am
דורך msp
און בעסער ווי שנעלער און ווי פריער
דיין מאן וויל ארויס ווארפען די אידען פון לאנד
ווייל ער האלט אז די אידען זענען א שאנד
לאמיר אים באווייזען אז דאס שטימט נישט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 4:05 am
דורך msp
מאריא לאכט און זאגט דער קעניג וועט זיין אינגאנצען צוכישט
לאמיר אים דערציילען אז מיר האבען א גאר ספעציעלע גאסט
די באראנעסס לואיזא דע קראקאווסקא דארף מען מקבל זיין ווי עס פאסט
אבער קודם כל דארף מען טוישען די קליידער מעהר אפ טו דעיט
אויב נישט איז קלאהר ביזט א אידישע יעדער וואס זעהט
אויך דארף מען רעדען פראנצויזיש געדענקסט עס נאך?
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 21, 2012 5:47 am
דורך msp
מע ביען סור.... די לעקציעס יעדע וואך....
זי האט זיך איבערגעטוהן מיט די נאבעלע בגדים די שיינע
עס איז געקומען א פיאקער מיט פיר פערד פיינע
און איז געגאנגען פאהרען און אזוי ארום צוריק צום פאלאץ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 27, 2012 7:22 am
דורך msp
ווען זי קומט אהן צוריק צום באשטימטען פלאץ
דער משרת טוט באגריסען די באראנעס לואיזא איז אהנגעקומען
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 28, 2012 5:43 am
דורך msp
"לואיזא" קומט אריין און דער קעניג ווערט אין גאנצען באנומען
ער זעהט ווי אזוי די באראנעס האט עדעלע מדות און א קלאהרע פארשטאנד
זיי שמועסען און דעבאטירען וועגען כל מיני ענינים אין דעם לאנד
ביז זיי האבען גערעדט וועגען די אידען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2012 9:44 am
דורך msp
דער קעניג זאגט אז פון זיי איז ער זעהר אומצופרידען
זיי קענען נישט זיין צו ג-ט און צו לייט
זיי קענען זיך נישט אויפפירען מיט עלעגאנץ און איידעלקייט
מאריא שמייכעלט צו אסתר'קע און רופט זיך אהן צו איר מאן
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 4:52 am
דורך msp
איך מיין מיין טייערע אז אקעגען דעם איז דא א ראיה פארהאן
אז דו ביזט נישט גערעכט מיט דיין מיינונג
ווייל אונזערע באראנעס לואיזא באווייזט צו אונזער שטוינונג
אז אידען קענען זיך אויפפיהרען גאר נאבעל און איידעל
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 7:04 am
דורך msp
און די בעסטע ראיה וואס איך האב איז דאס מיידעל
וואס שטייט פאר דיר און רעדט צו דיר דא אין צימער
ווייל באראנעס לואיזא הייסט נישט אזוי איממער
נאר אין אמת'ן איז זי אסתר'קע א אידישע פרוי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2012 10:45 am
דורך msp
און דו זעהסט ווי זי פיהרט זיך אויף העפליך אזוי
און זי איז א גאנצע אידישע פערשוין...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2012 5:04 am
דורך msp
דער קעניג האט געזאגט אויב אזוי מוז איך מיין מיינונג אוישען שוין
מבטל זיין די באשלוס צו פארטרייבען די אידען פון אונזער לאנד
זיי קענען אונז גאר העלפען מיט זייערע קלארע פארשטאנד
אסתר'קע האט געבעהטען רשות אהיים צו פאהרען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2012 5:22 am
דורך msp
מיט א לייכט געמיד און מלא שמחה מאלה הדברים
איז זי אהנגעקומען אין דער היים און געלויבט השם
וואס האט זיין פאלק ארויסגענומען פון דעם קלעם
אלץ דערציילט בפרטי פרטים צו אלע אידען
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2012 6:05 am
דורך msp
דער עולם איז דעווען אין פרייליכע געמידען
געלויבט דעם באשעפער פאר אזא ישועה
און נאך דעם וואס אסתר'קע'ס אידענטיטעיט איז געווארען בידוע
איז ר' מנחם געווארען באקאנט אלץ חתנא דבי מלכא אין שטאט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2012 6:23 am
דורך msp
דאס לעבען האט זיך צוריקגענומען גיין אזוי ווי עס געראהט
האט זיך געמאכט אז רבי שבתי ראפאפארט איז געקומען אלס גאסט
מען האט אים מכבד געווען צו רעדען א פלפול אזוי ווי עס פאסט
עס האבען געהאנגען פלאקאטען אז הגאון ר' שבתי וועט רעדען וועגען תקפו כהן
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2012 11:23 am
דורך שלומי אמוני ישראל
די גאנצע שטאט איז געקומען הערן דעם גרויסן גאון
אסתר און ווייבער שול איז געשטאנען און געהערט
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 7:23 am
דורך msp
צו איר ווייטע יוגענט האט זי זיך געקערט
א לעכטיגע שטוב מיט א טאטע מאמע אזוי זיס און פיין
זי ליגט אין וועגעלע מיט א געוויין
דער טאטע איהרע שאקעלט דאס וועגעלע לערנענדיג גמרא
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 7:05 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
וועלכע סוגיא האט ער נאר געלערנט ווארט זי אויף אן הארה
אה איך מיין טאקע די זעלבע וואס איך הער דא יעצט און שול
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 4:03 am
דורך msp
זי שטרענגט זיך איין אראפ צו קוקען ווייל זיין פנים זעהן זי וויל
אזא לעכטיג פנים אזוי באקאנט ביי איר זכרונות שווימען ארויף
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 09, 2012 12:29 am
דורך שלומי אמוני ישראל
ווי אלס קליין מיידל זי שפילט זיך אין הויף
און אינמיטן פילט זי א שטארקע קאפ וויי