Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:23 am

א שוחט פלעגט קומען פון א דערנעבענדיגען פלאץ

איר געמאכט כשר'ס צו עסען און אויך א ביסל געהאלפען מיט לערנען דינים

Advertisement

מאנטאג יולי 23, 2012 3:33 am

אסתר'קע האט טאקע פראבירט אהנצוהאלטען הלכות פון אלע מינים

און זי איז ממש אזוי געווארען צום פרינצעסין ווי א שוועסטער

מאנטאג יולי 23, 2012 3:55 am

ביי די לימודים פון שפראכען איז אסתר'קע געראדע געווען די בעסטע

אבער מאריא האט קיין קנאה נישט געפיהלט בכלל

דינסטאג יולי 24, 2012 7:14 am

די צייט לויפט זיי וואקסען אויף זיי שמ'ן איבעראל

מען טראגט צו שידוכים פרינצען גראפען באראנען פון די שענסטע משפחות

אבער מאריא פארלאנגט אז פאר איר שוועסטער אויך אזעלכע הצלחות

אסתר'קע איז דאך א אידיש קינד און אידען האבען נישט חתונה מיט קיין גויים

מאנטאג יולי 30, 2012 10:07 am

זי האט געוויסט דער אמת אז והבדילנו מן התועים

אבער דער קעניג האט פארלאנגט פון גלח זיינער

ער זאל פראבירען איינרעדען אסתר'קע א צוקומפט א שיינער

אויב זי וועט ווערען א קריסטין כדת וכדין....

מיטוואך אוגוסט 01, 2012 7:18 am

ער קומט צו אסתר'קע און כאפט א פריינדליכע שמועס איבער איר צוקומפט אלץ פרינצעסין

זי דארף זיך נאר טובל'ן אין די הייליגע וואסער און אין אותו איש גלייבען

אבער אסתר'קע מאכט געוואלדענעס זי וויל א אידישע בלייבען

מאריא הערט די קולות און זי קומט צו לויפעןזעהן וואס טוט זיך דא

דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 9:40 am

כאפט זי אסתר'קע און זאגט צו איר לאז אים אפ און קום שפילען אויף א פאר שעה

מער וועט ער דיר נישט טשעפען קיין מאהל דאס טוה איך צו זאגען

אבער אסתר'קע האט פארשטאנען אז מען דארף אויף א פלאן צו יאגען

זי דארף אנטלויפען פון פאלאץ הגם זי האט מאריא גאר ליב

זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:28 pm

אבער זו מוז אנטלויפן פון דעם שטוב

ווייל היום אומר לו עשה כך ומחר עשה כך

מאנטאג אוגוסט 06, 2012 6:44 am

איין נאכט האט זיך געמאכט א פייער און אסתר'קע איז געווען וואך

איז זי ארויסגעלאפען דורך דעם פענסטער אהנכאפענדיג זיך אויף א בוים

מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:57 am

פון דארט אריבערגעשפרינגען דעם צוים

און אנטלאפען אזוי אריבער וועגען און שטעגען....

מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:59 am

מ'האט איר געזוכט און ארום געגאנגען פרעגן

צו איינער ווייסט אוואו זי געפינט זיך

מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:07 am

מאריא די פרינצעסין איז געווען אויסער זיך

זי איז געווען זיכער אז אסתר'קע איז פארברענט געווארען

מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:38 pm

זי האט ביטער געוויינט און געזיצן פארלארן

אסתר'קע ווי ביזטו, ווי וועל איך זיך אן דיר טרייסטן.

דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:18 am

אבער אסתר'קע האט פארדינט דערפון אממייסטען

זי האט געקענט בלייבען א חלק פון אידישען פאלק פון כלל ישראל

מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:52 am

אזוי איז זי געגאנגען און געוואנדערט בארג און טאהל

ביז זי איז געקומען אין א שטאט ווי אידען האבען איר אויפגענומען

דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:13 am

א פאר פאלק וואס האבען נעבעך נישט קיין קינדער באקומען

ביי זיי איז אסתר'קע געווען אזוי ווי ממש אנ'אייגען קינד

מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:41 am

ווייל נעבעך זיי זענען געווען קינדערלאז ביז אצינד

די בעלהבת'טע איז אבער לא עלינו נישט געזונט געווארען

דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:29 am

עס איז איר נישט באשערט געווארען לאנגע יאהרען

רופט זי צו איר מאן ר' מנחם צו איר בעט

פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:19 am

זאגט צו: טוה א טובה מיין נשמה און הארך אויס וואס איך יעצט דא רעדט

מיר האבען טאקע נישט זוכה געווען צוזאמען צו קיין קינדער

אבער פון באשעפער האט זיך דא באוויזען א וואונדער

אסתר'קע א טייערע פרוי מסתמא פון גאר מיוחסדיגע משפחה

עס זעהט זיך אהן אויף אירע מדות ושמירת ההלכה

דערפאר בעהט איך דיר טייערע מנחם נעם איר אלץ ווייב

פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:42 pm

דו וועסט זיין צופרידן צו גאט און צו לייט

און מאך געציילטע טעג איז ר' מנחם שבעה געזיצן

דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:27 am

און נאך די שלושים און די הויז געטוהן אויספיצען

האבען ר' מנחם און אסתר'קע חתונה געהאט

דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:33 am

די צייט לויפט מען האלט שוין עטליכע יאהרען נאך ת"ח ות"ט

ר' מנחם און אסתר'קע זענען געבענטשט געווארען מיט קינדער פיינע

אדעוואהל אין פולין האט זיך דער נייע קעניג איינגעארדענט די מלוכה זיינע

ער האט געהאלטען אז די אידען קענען קיין געהעריגע בירגער נישט זיין.....

מאנטאג ספטמבר 03, 2012 9:08 am

האט ער באשלאסען א גזירה די אידען דארפען פון זיין לאנד אוועק גיין

עס האט זיך געטוהן אויף די אידישע גאסען א שרעק

די צרות פון כלל ישראל נעמט דאך נישט קיין עק

אין אלע שטעטלעך האט מען געדאווענט און געבעהטען צום הייליגען בורא

מען האט שטארק מחזק געווען די גדרי התורה

געפריווט מיט פארשידענע שתדלנות און קאנטאקטען אין לאנד

אבער גארנישט האט געקענט אדארך ברעכען די אייזערנע וואנט

פרעגט אסתר'קע ר' מנחם ווי הייסט די קעניגין לאמיר וויסען

מיטוואך ספטמבר 05, 2012 5:54 am

ווער ווייסט אפשר קען מען פון דעם געניסען

איך וועל דיר דערציילען א זאך פון מיין פארגאנגענהייט

דו ווייסט וואס איז געווען צוריק א לאנגע צייט

געווען א אידיש מיידעל אין פאלאץ פון דעם מלך פולין

איך בין עס אפשר קען איך עפעס פועל'ן

אויב איז זי מאריא זעמער דאך אזוי ווי שוועסטערס כמעט

דאנערשטאג ספטמבר 06, 2012 5:49 am

מיר האבען דאך צוזאמען גוטע צייטען געהאט

זאגט ר' מנחם יא יא דאס איז זי טאקע ביזט גערעכט

דיין עצה איז גארנישט אזוי שלעכט

גרייט זיך אסתר'קע אהן פאר די לאנגע נסיעה
שרייב א תגובה

Advertisement