גריסן און שמועסן
מיטוואך מאי 07, 2008 12:45 pm
איבער גאסן און איבער הויפן
אט זעהט ער זיך שוין ביי זיין טויער
Advertisement
מיטוואך מאי 07, 2008 12:55 pm
ער עפנט אויף דעם מויער
און לויפט גלייך צו צום אויבן, הייבט אן צו גראבן
מיטוואך מאי 07, 2008 7:16 pm
ער זעהט אז ביי זיך טוט ער א אוצר פארמאגן
עס איז אים געווארן ליכטיג פאר די אויגן
מיטוואך מאי 07, 2008 7:16 pm
גאלד און זילבער איז דארט געפלויגן!
אבער איין מינוט, סבאלאנגט דאך אפילו נישט צו מיר!
מיטוואך מאי 07, 2008 7:49 pm
ער הייבט זיך אויף און לויפט צום טיהר
ווען צו זיין ווייב גיט ער געשריי
מיטוואך מאי 07, 2008 7:50 pm
שרי'קא! איך גיי!
וואו גייסטו? פרעגט זי אין געיעג
מיטוואך מאי 07, 2008 7:53 pm
איך מוז מיך ארויס לאזן אויפן וועג.
און אונטער זיך די טיר ער גיט א פארמאך.
מיטוואך מאי 07, 2008 8:03 pm
אבער לאמיר דערציילען וואס איז געשעהן דערווייל פון די גאנצע זאך
דער שומר האט געזעהן ווי ער איז אנטלאפן
מיטוואך מאי 07, 2008 8:20 pm
האט ער ביי זיך גענומען טראכטן גאנץ אפן.
אפשר דאך ליגט עפעס אונטער די גאנצע מעשה.
מיטוואך מאי 07, 2008 9:05 pm
געטראכט האט ער מה יעשה.
אפשר זאל איך גראבן ווייטער.
מיטוואך מאי 07, 2008 9:18 pm
אויפצוהאקן די ערד טרייט-ער
און פלוצלינג די שאוועל האקט זיך אן אין עפעס הארט
מיטוואך מאי 07, 2008 9:55 pm
וויסן וואס דאס איז ער גארט
ביז א מינוט ער שטוינט
דאנערשטאג מאי 08, 2008 9:11 am
דאס גראבן האט זיך געלוינט.
אן אוצר אזא גרויסע וואס גלאנצט.
דאנערשטאג מאי 08, 2008 9:31 am
פאר די אויגן עס טאנצט
מטבעות פולע אין צאל
דאנערשטאג מאי 08, 2008 11:00 am
"אבער סאיז דאך נישט מיינס" כאפט ער זיך אויף אמאל
ער נעמט זיך לויפן מיט די שנעלסטע כח
דאנערשטאג מאי 08, 2008 6:56 pm
מען דארף שטארק צישטעלען מח
טראכטען א פלאן וויא זיך באהאלטען
דאנערשטאג מאי 08, 2008 7:41 pm
איך דארף דאך עס צוריק געבן דעם איד דעם אלטן
שרייט ער מיט אויפריכטיגע רייד
דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:21 pm
ווייל אויב עס בלייבט ביי מיר טוט מיר עס זייער לייד
און איך וויל זיין בשמחה
דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:27 pm
ער טוט זיך אן דעם מאנטל ווי א מומחה
און שטעלט גרויסע טריט צום טיהר מיטן אוצר אונטערן ארעם
פרייטאג מאי 09, 2008 1:01 am
אין מוח וועבט זיך אין א גאנצער פארעם
וואס זאל ער זאגן דעם איד ביים געפונען
פרייטאג מאי 09, 2008 1:07 am
ער לויפט אזוי ווי אן זינען.
און אין מיטן וועג דערזעטער פון דערווייטענס, ווי איינער לויפטעם א קעגן.
פרייטאג מאי 09, 2008 1:11 am
מ'דערקענט אז ער קומט פון וועגן און שטעגן.
אט באגעגענט ער איהם פנים אל פנים,
פרייטאג מאי 09, 2008 1:32 am
ער דערקענט באלד, אז יענער איז נישט פון די שטאטישע חזנים.
נאר טאקע דער זעלבער, צו וועם זיין פעקל מיטן אוצר געהערט,
פרייטאג מאי 09, 2008 9:59 am
מלא שמחה ער ווערט.
און לויפט צו אים מיט א שנעלקייט,
פרייטאג מאי 09, 2008 10:12 am
"געטראפן פונקט אין צייט!"
זאגט ער, "דא האסטע דיין סחורה!"