Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג יולי 06, 2012 12:23 pm

די קאזאקן שוין געווען אויפן וועג ביים טויער פון שטאט ביים שער

די אידן גענומען לויפן ווי דערשראקענע שאף

Advertisement

מאנטאג יולי 09, 2012 2:54 am

ר' שבתי האט אויפגעוועקט די רביצין און אסתר'קע פון זייער שלאף

און זיי האבען זיך גענומען אנטלויפען אריין אין וואלד

מאנטאג יולי 09, 2012 4:41 pm

די רביצין געפאלן אין חלשות באלד

אויך אסתר'קע נישט געבליבן אונטערשטעליג

דינסטאג יולי 10, 2012 7:08 am

קיין זאך קומט נישט צופעליג

ממילא האט דער רב אלץ באהבה מקבל געווען כדין

און אהנגעהויבען דערמינטערען די רביצין

אבער נצחו האראלים את המצוקים

דינסטאג יולי 10, 2012 2:23 pm

דורך די קאזאקן די מזיקים

איז די רביצין ליידער אומגעקומען

דינסטאג יולי 10, 2012 2:37 pm

זיי האבן איר פון די וועלט אוועקגענומען

און ר' שבתי איז אן אלמן געבליבן

דינסטאג יולי 10, 2012 2:40 pm

ר' שבתי זיך זיך געזעצט אבילות די טעג די זיבן

דערנאך ווייטער געלאפן זיך באהאלטן

מיטוואך יולי 11, 2012 3:03 am

מיט אסתר'קע האט ער זיך אוועק געזעצען אונטער א גרויסע בוים אנ'אלטען

און זיך פון דעם געלויפעכץ אביסעל געטוהן אויס רוהען

אבער אסתר'קע האט אהנגעכאפט א פיבער ממש ווי קוילען בריהען

ר' שבתי האט געמוזט גיין זיכען אביסעל וואסער אויף איר צו געבען

מיטוואך יולי 11, 2012 11:19 am

כדי אסתר'קע זאל דאס מחלה אדורכלעבן

שפאצירט ער אזוי אין וואלד שטארק אומרוהיג

דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:57 am

געבעהטען דער באשעפער עפען מיינע אויגען צו טרעפען עפעס אזוי ווי ביי ערליכע אידען איז נהוג

ער טרעפט טאקע עפעס א בריננע מיט וואסער צו טרינקעןצו דערכאפען די נשמה

לויפט גלייך צוריק מיט געפיהלען פון פארלייכטערונג און נחמה

אבער א פחד און א שרעק כאפט אים געוואלד געשריגען....

דאנערשטאג יולי 12, 2012 1:08 pm

ער קומט אן דארט ווי אסתר'קע האט געדארפט ליגן

אבער ואיננו ער זעהט איר נישט פאר זיינע אויגן

פרייטאג יולי 13, 2012 2:35 am

דאס האט אים פון זיין גלייכגעוויכט ארויסגיצויגען

און ער איז אויסגעבראכען אין א ביטער געוויין

הייליגער באשעפער ווי גרויס איז מיין פיין

נישט געקענט אפילו אסתר'קע ברענגען לקבר ישראל....

פרייטאג יולי 13, 2012 3:08 am

יעדע דריטע ליין

טוט א גראם זיין

פרייטאג יולי 13, 2012 5:01 am

אבער א איד איז א איד, אשריכם ישראל

בלית ברירה ר' שבתי איז ווייטער געגאנגען און האט זיך מחזק געווען

וואס איז אבער טאקע מיט אסתר'קע געשעהן

מוז מען אביסעל מסביר זיין די פאליטיק פון יענע צייט

פרייטאג יולי 13, 2012 10:21 am

ווען קעניגן האבן זיך א יעדע חודש זיך געגעבן א בייט

עס איז געווען א צומישעניש א שטארקע

מאנטאג יולי 16, 2012 2:39 am

פוילין האט אין יענע צייטען פארמאגט א סאך קרקע

עס האט אויך געוועלטיגט איבער די גרויסע אוקריינא

אבער די פוילישע באציהונג צו די אוקריינערס איז נישט געוועהן קיין פיינע

דערפאר האט כמעלניצקי אהנגעהויבען א בלוטיגע אויפשטאנד

אבער דער פוילישע קעניג האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון דעם צושטאנד

ער מיט זיין פמליא זענען געגאנגען אין וואלד שיסען חיות...

דינסטאג יולי 17, 2012 9:03 am

מיט א גרויסע צאהל פערד און הינט ווי עס פאסט פאר א קעניג לויט אלע דעות

אויף איין מאהל הערט מען קולות משונות פון די הינט

זיי דרייען זיך ארום א חלשות געפאלענע אידיש קינד

די פמליא איז צוגעקומען און זייער רחמנות איז געווארען גאר גרויס....

מיטוואך יולי 18, 2012 4:02 am

דער קעניג אליין בכבודו ובעצמו נעמט אסתר'קע אויף זיין שויס

און רופט דער דאקטער איר צו באטראכטען צו זי וועט נאך לעבען

ער נעמט איר פולס און זאגט יא! אבער מען דארף זיך מיט איר אפגעבען

זענען זיי צוריק צום פאלאץ שנעל געריטטען....

דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:45 am

עס האט טאקע אויפגעטוהן א שינוי צום גוטען

די דאקטוירים האבען זיך מיט אסתר'קע שטארק אפגעגעבען

און זי איז צוריק געקומען צו א נארמאל לעבען

דער קעניג האט געטראכט וועגען איר אוועק צו שיקען

דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:59 am

אבער דעם קעניגס טאכטער (נאמען געהיט אין רעדאקציע) ווי נאר זי האט אסתרקע געטוהן אנקוקן

האט זי זיך צום קעניג געטוהן ביקן

און געבעטן טאטע אדוני המלך

דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:09 am

דו ווילסט דאך אז איך זאל זיין פרייליך

נעם חלילה נישט אסתר'קע פון מיר אוועק...

דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:17 am

און דער קעניג האט גענומען אסתר'ס העק און פעק

און אריינגעלייגט און די פרינצעסנ'ס שטוב

דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:23 am

און זיי האבען זיך ממש אזוי ווי שוועסטערס געהאט ליב

אסתרקע האט פארלאנגט כשר'ס עסען און געהיט מצוות ווי ווייט זי האט געדענקט

דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:53 am

פון צייט צו צייט האט זי זיך נאך א ווארעמע אידישע היים געבענקט

אבער די פריינטשאפט פון מאריא די פרינצעסין האט איבער געוואויגען

און אויך האט זי געפיהלט א הכרת הטוב אין אירע אויגען

דער קעיניג האט דאך איר געראטעוועט דאס לעבען

דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:55 am

האט זי געפיהלט אז זי מוז זיך פאר זיי אוועקגעבן

און זי איז געבליבן אין קעניג'ס פאלאץ
שרייב א תגובה

Advertisement