Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג יוני 19, 2012 8:35 pm

געצאלט האב איך א רובל נישט מערע

און דא ארויסגעשלעפט פינף טויזנט וואס איז די חשבון

Advertisement

מיטוואך יוני 20, 2012 6:13 pm

איך האב עפעס א קעש-בין

פאר עולם הבא איז דאס דער פרייז?

דאנערשטאג יוני 21, 2012 12:21 pm

זאגט עם די רבי חלילה האסט נישט געמאכט קיין גרייז

ווען ער האט דיין עוה"ב גענומען פון דיר, איז עס א רובל אויך נישט געווען ווערט

זונטאג יוני 24, 2012 11:52 am

שכר אויף יענע וועלט באקומט מען נאר ווען תומ"צ ומעש"ט מ'פארמערט

אבער דו מיין פריינד בוזט נישט געווען אין די קאטעגאריע

זונטאג יוני 24, 2012 5:05 pm

אבער ווען דו האסט אויפגעבויעט דיין טעאריע

אז דו גייסט חתונה מאכן א בת תלמיד חכם

זונטאג יוני 24, 2012 10:11 pm

טא איז שוין נישטא קיין שאץ צו די געוואלדיגע רווחים

דאס איז דאך פון די אלו דברים וכו., והקרן קיימת לעולם הבא

מאנטאג יוני 25, 2012 11:04 am

יעצט האט זיך ארום געדרייט די טאבע

און די עוה"ב איז שוין ווערט אסאך מער פילפאכיג

מאנטאג יוני 25, 2012 10:47 pm

כ'מיין אז די מעשה איז שוין היצט יא פארטיג, אויב נישט זיי מיך נישט מרחק

אזוי צו אזוי זייזשע ווייטער ממשיך להלאה

דינסטאג יוני 26, 2012 3:40 pm

וואסער טייערע הייב אן א מעשה צו םונעם זיידע פון שפאלע

צו פון א ראשון אדער אן אחרון אפילו א מעשה פון די גמרא

מיטוואך יוני 27, 2012 8:05 am

איך האב גרויס חשק מיך אן צו שליסען אין די שיירא

אבער צו דעם דארף איך קענען די מעשה

דאנערשטאג יוני 28, 2012 3:34 pm

מנחם שלום דו האסט דאך מעשיות א גאנצע קאסע

הייבן אן און מיר וועלן פרובירן ממשיך צו זיין עפעס

פרייטאג יוני 29, 2012 2:47 am

גוט אבער פאר איך א התחלה געב עס

וויל איך ערשט מברר זיין א זאך

קענט איר דער סיפור וועגען טאכטער פון דעם ש"ך

עס איז א מעשה גאר שפאנענד און אינטערעסאנט....

פרייטאג יוני 29, 2012 10:31 am

די מעשה קען מען ליינען אין די אידישע ליכט באנד

פון אסתר מיט די קעניגס טאכטער?

מאנטאג יולי 02, 2012 4:22 am

יא יא דער שלומי גוט טראכט ער

איך מיין טאקע די מעשה גאר שיין....

מאנטאג יולי 02, 2012 9:59 am

נו מנחם שלום אפשר וועסטו דער מתחיל זיין

און מיר וועל מיר ווייטער די מעשה טראגן

מאנטאג יולי 02, 2012 10:28 am

ר' שבתי הכהן ראפאפארט פלעגט זיך שטארק פלאגען

אבער פון די הייליגע תורה האט נישט פארגעסען...

מאנטאג יולי 02, 2012 4:15 pm

אין זיין קליין שטובעלע איז ער געזעסן

און געהארעוועט טעג און נעכט

מאנטאג יולי 02, 2012 7:02 pm

די קעלט פינדערויסן שיעור די ווענט אדורכברעכט

פון צייט צו צייט ער ווארפט א בליק אויף זיין באליבט קינד

מאנטאג יולי 02, 2012 8:17 pm

אזוי צארט און איידל אן קיין זינד

אסתר'קע איז איר נאמען אזוי שיין

דינסטאג יולי 03, 2012 4:57 am

די רעביצין געווען פארנומען האלטענדיג די שטוב ריין

און דער רב האט געלערנט בבא מציעא

דינסטאג יולי 03, 2012 8:21 pm

ער האט געלערנט באימה וביראה וברסת ובזיע

מיט א פלאם איז ער געווען א מחדש חידושים

מיטוואך יולי 04, 2012 3:52 am

תקפו כהן אדארך געטוהן מיט אלע פירושים

און בחדא מחתא געשאקעלט אסתר'קע'ס בעט זי זאל איינשלאפען זיס

דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:02 am

אבער אין יענע צייט האט זיך אפשפילט א קאפיטעל אין די היסטאריע גאר מיאוס

עס האט אהנגעהויבען באשעווען אין ת"ח ות"ט די גזירות....
לעצט פאראכטן דורך msp אום דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:30 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:21 am

מען האט צוגענומען פון אידישע קינדער די חירות

די קאזאקן אין די טאטערן ביינאזאם

פרייטאג יולי 06, 2012 4:54 am

פאגראמען איבעראל ;פארגאסען אידיש בלוט ווי א ים

ר' שבתי'ס קהילה איז געווען אין געפאר....
שרייב א תגובה

Advertisement