בלאט 5 פון 57

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 9:31 am
דורך שמערי בערי
איך בין דיר אפילו נישט באקאנט!

שרייט דער גביר מיט כעס

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 5:13 pm
דורך קרעמער
זאגט דער ארימאן מאכסט פון מיר שפאס?

מיר זענען דאך אייניקלעך פון די זעלבע זיידעס

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 5:15 pm
דורך שמערי בערי
בוי ערגעץ אנדערש דיינע נארישע געביידעס!

אדער אפשר זענען מיר אויך פון איין באבע?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 5:21 pm
דורך קרעמער
אויב שוין קרובים - אפשר שאפסטו מיר א קאווע

דערווייל וועל איך זיך באקלערן אויב איך האב פאר דיר א פרוטה

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 5:25 pm
דורך שמערי בערי
אבער טו מיר א טובה מיט דיין הארץ דיין גוטע

געמיר עפעס צו עסן ווילאנג איך האב נאך מיין נשמה

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 5:27 pm
דורך וויכטיג מאכער
א קרעקער וועט פאר דיר זיין א נחמה?

דא האסטע, און מאך א שיינע ברכה,

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 5:28 pm
דורך שמערי בערי
דערווייל איז דער ארימאן געלאפן כהלכה

צום רבי'ן בעטן א ישועה

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 7:05 pm
דורך איך_הער
און דער רבי פרעגט אים, בתמיהה.

קען דיר דיין קרוב נישט ארויס העלפן אביסל?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 7:26 pm
דורך שמערי בערי
זאגט ער, רבי אט דא ליגט טאקע דער שליסל

אבער העלפן ווילער דען?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 7:39 pm
דורך איך_הער
כ'וועל אים פרעגן אויב צו מיר קומען ער קען.

און איך וועל מיט אים כאפן א שמועס.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 7:40 pm
דורך שמערי בערי
דער רבי רופט אים צו אזוי זיס

און פרעגט אים מיט א שמייכל

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 7:44 pm
דורך איך_הער
אבער דער איד א-ווי נישט אים מ'מיינט שאקעלט זיך אזוי מיט זיין ברייטן בייכל.

דער רבי ווייסטעך אז היינטיגע צייטן איז זייער שווער.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 8:24 pm
דורך קאניאק
דער רבי געט א זאג מיין חסיד הער
אביסל בטחון מען ברויך צו האבען

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 9:42 pm
דורך מאשקע
גיי ביים בריקל גראבן

וועסטו אן אוצר טרעפן

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 9:56 pm
דורך קרעמער
דער איד טוט זיך מיט א שאוועל שלעפן

ער הייבט אן מיט די עבודה

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2008 8:59 am
דורך farshlufen
זינגט זיך אונטער א שיינעם ניגון אויף אודה

דעם שאוועל אין די ערד ער שטעקט

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2008 9:15 am
דורך מאשקע
די זאמד און שטיינער האט ער שוין אויפגעדעקט

ער ארבעט שווער און שוויצט

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2008 10:37 am
דורך וויכטיג מאכער
זיין גאנצער כוח אויפגענוצט,

אינמיטן איינער רופטעם,

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2008 10:40 am
דורך קרעמער
ער קוקט ווער ס'ביפט-אים

ער האט באקומען א טעקסט

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2008 10:46 am
דורך שמערי בערי
דער שומר פונעם בריק פרעגט אים "וואס דא דו שמעקסט?"

זאגט ער מיין רבי האט מיר געשיקט ווייל אונטערן בריק איז דא א נויצער

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2008 10:48 am
דורך farshlufen
זאגט דער שומר, דיר חלומ'ט אז דו ביסט לגדולות נוצר?

מיר האט זיך אויך שוין גע'חלומ'ט אויך אזא אופן

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2008 10:51 am
דורך שמערי בערי
מיר האצעך גחלומט אז ביי אייזיק פון קראקא אונטערן אויבן

איז א סאך געלט פארהאנען

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2008 11:13 am
דורך וויכטיג מאכער
פוצדעך אפ פון דא, פארשטאנען?!

ער הייבט אן צו טראכטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2008 11:22 am
דורך שמערי בערי
"לויט דער נאמען טיצעך מיר דאכטן,

אז מען רעדט גאר פון מיין הויז!"

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2008 12:27 pm
דורך יצמח
איז ער שנעל פון אונטער די בריק ארויס

און שנעל געטוען לויפן