גריסן און שמועסן
זונטאג מאי 04, 2008 2:01 pm
טייערע פריינד, אלע אינאיינעם.
זיצערס אין קרעטשמע, נישט אויסלאזן קיינעם
לאמיר אנהייבן צו ארבעטן מיט שכל
וויאזוי ארויסצוברענגען א שמייכל
אויף יעדעמס פנים
בנים ובני בנים
פון מיין אוצר האב איך געעפנט מיין טעשקעלע
צו עפענען א נייעם אשכול'ע
פול מיט חן און טעם
א אשכול ווי יעדער זאל שרייבן עפעס אויפן גראם.
איינער שרייבט א שורה
און דער צווייטער פון די חבורה
שרייבט דערויף א גראם א נייעם
און נאכדעם א שורה פארן נעקסטן גראמער צו זיין מסיים
און דאס זעלבע דער דריטער
שרייבט א שורה וואס גראמט דעם צווייטנס צווייטע שורה, מיט א גראם א גוטער
און אויך א שורה פארן נעקסטן שרייבער
אן א גראם, פארן נעקסטן זאל עס זיין אן איבערבלייבער
איר פארשטייט?
לאמיך אנהייבן:
א גוט מארגן אייך אלע חברים וואס אין קרעטשמע זיצן
לעצט פאראכטן דורך
שמערי בערי אום זונטאג מאי 04, 2008 2:18 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
זונטאג מאי 04, 2008 2:02 pm
איך וועל מוסיף זיין א שורה פאר עס איז כלו כל הקיצין
און איידער שמערי שרייט שריב שוין די נעקסטע
זונטאג מאי 04, 2008 2:04 pm
אבער אז איך צייל גוט האלט מען שוין ביי די זעקסטע
נו ווער נאך קען געבן צושטייער
זונטאג מאי 04, 2008 2:05 pm
אוואו יאגסטו דיך דו ליידיגייער
סלאו דאון זיי נישט אין אזא ראש
זונטאג מאי 04, 2008 2:10 pm
פון די אשכול לא מש
ביז א תגובה ער טוט פארמירן
זונטאג מאי 04, 2008 2:12 pm
אינעם קרעטשמע מוז איך גיין שפאצירן
צו זען ווער נאך עס קען העלפן דא
זונטאג מאי 04, 2008 2:15 pm
הנה הוא בא
נו נו ווער קען נאך
זונטאג מאי 04, 2008 2:21 pm
איך קען קיין גראמען שרייבען
במיילה וועל איך שטיל בלייבען
זונטאג מאי 04, 2008 2:22 pm
איך קען עס נישט גלייבען!
ר' דארפסמאן ווייסט נישט דעם גראמען סיסטעם?
זונטאג מאי 04, 2008 2:23 pm
פארוואס באליידיגן דו מוזט אים?
גיי מיר וויטער מיט פרייד
זונטאג מאי 04, 2008 2:24 pm
אבער יעדער מוז שרייבן א גראם אויפן פריערדיגנס רייד
און עס האלט נאך ביי א גראם אויף די ווארט "נאך"
זונטאג מאי 04, 2008 2:25 pm
זונטאג מאי 04, 2008 2:25 pm
פאלגן איך מוז דיר דאך
ווער ווייטער וועט דאס שפינען
זונטאג מאי 04, 2008 2:27 pm
איינער וואס ליגט דערינען
און יעצט לאמיר דעם קרעטשמע אביסל צולייגן
זונטאג מאי 04, 2008 2:36 pm
בערי זיי מזבר וואס די אשכול איז פאר?
זונטאג מאי 04, 2008 2:37 pm
איך שרייב א שורה.
דו שרייבסט א גראם דערויף, און נאך א שורה וואס דער נעקסטער וועט שרייבן דערויף א גראם
זונטאג מאי 04, 2008 3:00 pm
farshlufen האט געשריבן:פון די אשכול לא מש
ביז א תגובה ער טוט פארמירן
אגב, "מש" גראמט נישט צו וועלכעס דו באציסט דיך, די לעצטע צוויי אותיות ברויכן גראמען, ריכטיג שמערי?
זונטאג מאי 04, 2008 3:42 pm
מעכעלע, 'מש', גייט ארויף אויף די פריערדיגע שורה פונ'ם פריערדיגן מגיב, 'ראש'. ער וויל אז דער נעקסטער זאל ציען דעם פריערדיגן'ס תגובה.
און אז מיט דעי שורה ציה איך ווייטער, דערצייל איך דיר א בשורה.
און אט מיט דעי שורה, ציה איך די שטריקל ווייטער.
זונטאג מאי 04, 2008 3:54 pm
איך_הער האט געשריבן:מעכעלע, 'מש', גייט ארויף אויף די פריערדיגע שורה פונ'ם פריערדיגן מגיב, 'ראש'. ער וויל אז דער נעקסטער זאל ציען דעם פריערדיגן'ס תגובה.
איך וויל נישט איבערדרייען דא, אבער "מש" גראמט נישט צו "ראש", ס'איז אבער גוט אזוי, וואס איך האב געמיינט צו זאגן איז, אז די לעצטע צוויי אותיות דארפן גראמען,
פארשטאנען?
זונטאג מאי 04, 2008 4:21 pm
עס איז א תירוץ פארהאנען!
אבער לאמיר נישט רעדן פון קיין נארישקייטן
זונטאג מאי 04, 2008 4:27 pm
מש, גראמט נישט מיט ראש? ווי אזוי פענאונסטו RUSH?
אבער כ'וועל גיין שטייטער.
און אנגרייטן א שורה א פרישע.
זונטאג מאי 04, 2008 4:27 pm
דער עולם ווערט געבעטן צו ציען דעם גראם, נישט זיין קיין רשע מרושע
טענה'ן קען מען זיך אין די ספעציעלע אשכולות וואס זענען דערפאר געגרינדעט
זונטאג מאי 04, 2008 4:28 pm
און דאס מאכט מיר פארווינדערט
פארוואס רעדט דער עולם פון אנדערע ענינים
זונטאג מאי 04, 2008 4:31 pm
ווען כ'האב געזעהן, אז קרעמער נעמט זיך אן האב איך מיך געוואונדערט.
אבער פון אים שטייט עס אויס.
זונטאג מאי 04, 2008 4:34 pm
נו! איך הער! רעד נישט קיין איבריגע רייד! דער עשקויל איז נאר פאר גראמען!