Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

בלאח בלאח, מאחדאחם, נישטאט, קאטרפעצינאח, עניעס, טעשדאט!!

דאנערשטאג מאי 01, 2008 2:07 pm

אזוי ווי ס'רוקצעך שוין אינטער מיין 500'סטע תגובה, אידעך זעלבסטפארשטענדליך אז אונטער מיין נאמען גייצעך אויפשרייבן, "שר חמש מאות", פילעך אז כ'מוז פארעכטן א טעות וואס דער עולם האט, כדי מקיים צו זיין דעם והייתם נקיים,

ס'מאנסע גייט אזוי, אזוי ווי כ'גיי יעצט דריקן דעים שלח, און ס'גייצעך אויפשרייבן שר חמש מאות, גייטעך דער עולם מיינען, אז ס'גאנצע "וויכטיג מאכער" באשטייט פון א פלעינע שר חמש מאות, און דעציט! מ'קענישט אזאנס צולאזן, מ'טאר נישט!!

ווילעך ענק אנטפלעקן דעם אמת'ן אמת,

דעיס וואס דארט שטייט, שר חמש מאות, מיינט גארנישט, זילטש, זערא, ניקס, נאדא, אפס, נול, בלאח בלאח, מאחדאחם, נישטאט, קאטרפעצינאח, עניעס, טעשדאט, א.א.וו., א.ד.ג. ועוד ועוד, וכו', וגו',

איך, וויכטיג מאכער, בין באמת, א שר אלף אלפי אלפים, ורבי רבבות, ומיליאני מיליאונען, וביליאני ביליאנען, , אםם, גענוג?

איי, וואס באדייט דאס שר חמש מאות? העלעכדער מסביר זיין, מ'רעדט וויפיל תגובות כ'האב שוין געשריבן, אה! אין דעים הינזיכט, בינעך טאקע נאך ביי 500, ממילא הייסעך א שר חמש מאות, אבער איך, בין באמת, א שר אלף אלפי אלפים, ורבי רבבות, ומיליאני מיליאונען, וביליאני ביליאנען, פארשטייסט?

און א עקסטערן דאנק פאר איכער, פארן זיך זארגן פאר דעים קעפל! און פאר אלטער'ן פארן צושטעלן דעים קעפל!


פאראם פאראם פאראם, פייוו חאנדרעט תגובות!!

שלח!

אאפס! איין מינוט!

נ.ב. ח"ו נישט פארגעסן, כ'בין נישט א שר חמש מאות, נאר לגבי תגובות, אבער בעצם בינעך א שר אלף אלפי אלפים, ורבי רבבות, ומיליאני מיליאונען, וביליאני ביליאנען, וטריליאני טריליאנען,

יעצט שלח!!

Advertisement

דאנערשטאג מאי 01, 2008 2:11 pm

יעצט זאל יעדער קלאטשן...................
וויכטיג מאכער מאכט זיך וויכטיג........................
קלאפ
קלאפ
קלאפ
קלאפ
קלאפ
קלאפ
קלאפ
קלאפ
קלאפ
קלאפ
קלאפ
קלאפ
קלאפ
קלאפ
קלאפ
קלאפ

דאנערשטאג מאי 01, 2008 2:14 pm

איך בין נישט קיין גרויסער בלשן (בעל-לשון), ווילט זיך מיר פרעגן אויב די ווערטער אויפן קעפל האבן עפעס א באדייט אין סיי וואספארא שפראך..

דאנערשטאג מאי 01, 2008 2:18 pm

נעוואדע! ווייסטו דען נישט יואלי לעבאוויטש'ס ניי-אונגאריש?

ווייסט וויאזוי מען זאגט ביי זיי גוט מארגן

יא-איטשבעלע-נורבעק-סילוואפלע-איטשוואלאנ-קורפיעלע-האראמ-אוזוואנ-וואלטאנ-וועלי
(געשריבן בקיצור).

איך האב געמוזט לייגן שטעקעלעך אינמיטן מעזאל פארשטיין וויאזוי די שפראך ארבעט

דאנערשטאג מאי 01, 2008 2:26 pm

מזל טוב שר הטריליאן, שכוח פאר ביז אהער.

דאנערשטאג מאי 01, 2008 2:27 pm

"נאר טריליאן"?????????????????????????????????????????????

אוי וועסטו כאפן!!!!!!!!

כאטש ארום שיליאן-גיליאן-בריליאן
איך קען עס אפילו נישט ארויס זאגן

דאנערשטאג מאי 01, 2008 2:30 pm

ער האט דאך נישט גערעדט פון אזעלעכע גרויסע נאמבערס יעצט, ער האט נאר גערעדט פון די קליין געלט... האב איך אויך נאר געשריבן פון די קליינע נאמבערס.

דאנערשטאג מאי 01, 2008 2:31 pm

איך בין נייגעריק צו וויכטיגמאכער בלע"ז וועטיכעס מוחל זיין.

וויכטיג מאכער, זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ

דאנערשטאג מאי 01, 2008 3:45 pm

קרעמער האט געשריבן:איך בין נישט קיין גרויסער בלשן (בעל-לשון), ווילט זיך מיר פרעגן אויב די ווערטער אויפן קעפל האבן עפעס א באדייט אין סיי וואספארא שפראך..


כ'האב געשריבן פאר א ריזען א שכוח פאר אלטער, ווייל איך פארשטיי אויכנישט וואס ס'מיינט, נאר כ'האבעים געזאגט וואס כ'גיי שרייבן, האטער מיר געשיקט דעים קעפל!!!

שמערי בערי האט געשריבן:איך בין נייגעריק צו וויכטיגמאכער בלע"ז וועטיכעס מוחל זיין.

וויכטיג מאכער, זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ


וועמען זאלעך מוחל זיין, און וועמען זאלעך ענטפערן א תירוץ,

אבער אז מ'רעדט שוין פון שמערי'ן, מוזעך ארויסברענגען מיין התפעלות, קוים איזער דא 2 טעג, און שוין איזער מיר געווארן א חמישים'ל, און יעדע תגובה עקסטער, אזוי זאפטיג! אנריעל! ער וואקטמער אויס א "בחור'ל", א "יענטאאש", וכד'.

שמערי, קיפ איט אפ!

דאנערשטאג מאי 01, 2008 3:59 pm

העי וויכטיג, קאמא עסטאס? פארא קוטשא פייע נעקי עינגעם אדא, ניעם טשיקא ווארע?

דאנערשטאג מאי 01, 2008 4:04 pm

דא איז געווארן פארברענגען?

דאנערשטאג מאי 01, 2008 4:57 pm

א יישר כח פאר ענקער אלע קאמפלימענטן פאר מיר (כאטש סנישט אין פלאץ).

צוריק צום ענין, וועגן קרעמערס מעכטיג שיינע הערליכע ארטיקל

דאנערשטאג מאי 01, 2008 4:59 pm

וויכטי, א פיינע בייפאל, איך האב הנאב געהאט! סתם געוואלט לאזן וויסען. שכח.

דאנערשטאג מאי 01, 2008 10:33 pm

מאזאל טאוו

פרייטאג מאי 02, 2008 9:48 am

וויכטי יו אחר גרעיט, קיפל איט אטפל.

פרייטאג מאי 02, 2008 11:01 am

ניין! איך וויל דיר באמת נישט זאגן א שכוח פאר דעם ארטיקעל, אויסדריקלך נישט. נישט ווייל עס קומט זיך דיר נישט, עס קומט זיך דיך יא, אבער נישט דעס וויל איך יעצט טוען,
און בכלל ווייס איך נישט אויב עס קומט זיך דיר, ווי עס קוקט אויס אינמיטן פון דיינע/ענקערע שורות קומט זיך דא א שכוח פאר אלטער/איכער (עס איז "נישט" די זעלבע זאך,
אבער פאר דיר קומט זיך זעכער אויך עפעס, אויב נישט מער ווי עפעס, אבער ווי געזאגט, נישט פארדעם בין איך דא.

נאר פארוואס יא? וועל איך ענק זאגן, פאר די אלע תגובות וואס האט דיר צוגעברענגט אנצוקומען ביז אהער, באמת איז דא ווייניג, זייער ווייניג, מיעוטא דמעיטא (וויזוי ספעלט מען דאס?)
כ'מיין גאנץ א קנאפע פאר וואס ווען זיי האלטן ביי פינעף הונדערט זאלן זיי האבן פופציג זאכליכע תגובות, און ווער רעדט נאך פון הונדרעט?
אבער פינעף הונדרעט????? דאס איז דאך ממש א מילתא דלא שכיחא, ווען די תנאים וואלטן וואלטן ווען געוואלט עניטינג גוזר זיין, אדער נישט גוזר זיין ביי א מילתא דלא שכיחא,
און איינער וואלט געפרעגט, למשל וואס איז א מילתא דלא שכיחא? א גוטע קשיא, ניין? עס טרעפט זיך דאך נישט, איז ווי זוי איז מען דאס מסביר?
היינט קען מען שוין ענטפערן, למשל אזא וויכטיג מאכער קוים איז ער דא צוויי חדשים און בלשון ועוד, רש"י וואלט ווען געהאט א כלומר, און מען וואלט ווען אויסגערעדט וואס עס איז שווער געווען פאר
רש"י הק', כ'מיין איינער וואס איז קוים דא צוויי חדשים אן א.............(איך האף אז עס האט גענוג פינטלעך, פאר די ווארט וואס איך אויסגעלאזט.) איז דאך שוין א מילתא דלא שכיחא?
פ"וו דארף מען נאך א פשט? און עס וואלט ווען געווען א שיינע תירוץ, און ער האט פינעף הונדרעט זאכליכע לערנבארע תגובות, יא דאס איז א מילתא דלא שכיחא, און אויף דעם זאג איך א שכוח.

נ.ב. א לענגערע באריכט וועט נאכפאלגן האפענטליך דורך שר השכוחת ערעד זארכ.

פרייטאג מאי 02, 2008 1:03 pm

מזל טוב וויכי טייערער, שכוח פארן נישט פארגעסן מיר צו שכוח'ן.

קיפעט אפ, מאך זיכער אז מיר זאלן זיך ענדזשויען ווייטער אויך, קענסט שוין יעצט אנפאנגען צו ארבעטן אויף דיין טויזענט'סטע.

פרייטאג מאי 02, 2008 1:06 pm

דעמאלטס וועט זיין אזא שיינע לאנגע אז אוי וועט מען אים באשכוח'ן.
אפילו דרך אגב וועט מוזן!!!!!

קיפ איט אפ!

טשעינדש, יעס ווי קען

מאנטאג מאי 05, 2008 11:30 am

וויכטיגער, אשר יגורנו...

ב"ה די האלסט שוין דא, אז ווען איך שרייב די שכויעך פארן מיך מהנה זיין מיט אייער 500'סטע תגובה קען איך שוין זאגן אז די האלסט ביי 529..

און דער אמת איז דאך טאקע אזוי ביז נישט מער ווי א "שר ימש מיאו".. אממממ, נא, א טעות ביסטאך א שרי אליפם ורבבות, שוין איך האב שוין פארגעסן וואס איך האב געוואלט שרייבן.

דער עיקר איז אז איך האב הנאה געהאט פון דיי געשרייבאכץ, גיי אן דערמיט, און אי"ה ביי די זעקס הונדערסטע וויל איך זעהן א לענגערע, כאטש אין שפראך ווייס איך נישט אויב די וועסט טרעפן עפעס לענגער'ס וויייל דאס אליין איז דאך שוין אויך אויסגעזויגן פון קיבאורד, אבער ס'מאכט נישט אויס, די שרייב נאר, און אינז וועלמיר שוין הנאה האבן.

חזקה על וויכטיג מאכער שאין מוציא תחת ידו דבר שאינו מתוקן.

מאנטאג אוקטובר 27, 2008 10:12 pm

אכמעדינעסראלאפארקאןדזאד האט געשריבן:
בלאח בלאח, מאחדאחם, נישטאט, קאטרפעצינאח, עניעס, טעשדאט!!


זאג עס צען מאל בשם אומרו, מיט א צוגעשטאפטע נאז.....

מאנטאג אוקטובר 27, 2008 10:35 pm

בלאַ בלאַ מאַדאַם נישטאָ קאָרפעצינאָ, עניעס טעשדאָ!!!

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 10:01 am

שמערי אפשר לערנסטו מיר אויס כתלמיד לרב, וויאזוי מ'מאכט נקודות דא אין קרעכמע.

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 6:11 pm

גיי אריין אין CAPS-LOCK, ווען דיין בלינקעדיגע שטעקעלע איז נאכן אות וואס דו ווילסט א נקודה לייגן, דריק SHIFT אינאיינעם מיט איינע פון די נומערן אויבן, וועט ווערן אונטער דעם פריערדיגן אות א נקודה. דא איז די ליסטע ביילייפיג (אסאך מאל איז עס אנדערש)

; = ְ
1 = ֱ
2 = ֲ
3 = ֳ
4 = ִ
5 = ֵ
6 = ֶ
7 = ַ
8 = ָ
9 = ׂ
0 = ׁ
- = ֹ
= = ּ

וְדַי לַחֲכִּימָא

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 8:57 pm

בִרֵמּיזָה

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 9:18 pm

האלטסט אויף א דרך...
שרייב א תגובה

Advertisement