Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דער גוי מאכט פראבלעמען

מיטוואך אפריל 23, 2008 4:37 pm

דער גוי, פארוועם מ'האט פארקויפט די חמץ פון די קרעטשמע, מאכט געפערליכע פראבלעמען, ער ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, ער לאזט זיך נישט באניצן, אויך מיט די פון חמץ ריינע אשכולות געהעריג, א מין פארריקטע באשעפעניש, מ'וויל עפעס צו לייגן, דיסיידט ער, אז ער קען נישט טרעפן די פעיזש, אבער ווען מ'מאכט ריפרעש, דערזעט מען זיך, אז אלעס איז געהעריג דוירך, אויף נעקסטעס יאר, זאל מען זיך זוכן א נארמאלן גוי, און פארטיג מיט די אנשיקענישן.

עמער באלד געוואר ווערן, ווי לאנג ס'גייטעם נעמען צו באשטעטיגן, אז אט די נייע אשכול זאל קענען טרעפן מנוחתו על אדמת הקרעטשמע.

Advertisement

מיטוואך אפריל 23, 2008 5:27 pm

נישט לאנג גענומען.

מיטוואך אפריל 23, 2008 5:40 pm

רעדסט פון דיינע, אדער פון מיינע? קען זיין אז פאר דיר האטער דערעכעירעץ.

דאנערשטאג אפריל 24, 2008 12:47 pm

מיין גוי, וואס כ'האב פארקויפט די חמץ שעלט!! וואסי? כ'האב גענומען א טישו פון "זיין" קלאזעט, אן פרעגן רשות!

פרייטאג אפריל 25, 2008 2:44 pm

יאך האגעבארגט צווי זיכערהייטס נאדלען... כאגעזאגט ס'רביצין אז כ'גנב'ע פונעם גוי, זאגט זי ניין, דו בארגסט.. ר'לעדיגט, זעהט אויס זי איז די שכנ'טע פון מאשקע...

זונטאג אפריל 27, 2008 11:18 pm

ניין, מיין שכנ'טע האט דעם פסח געבארגט בלויז א קניידל-פארעם...

מאנטאג אפריל 28, 2008 2:59 pm

אהה, שערקויעך, כאזעך גימאט געשראקן...

מאנטאג אפריל 28, 2008 3:31 pm

מאשקע האט געשריבן:ניין, מיין שכנ'טע האט דעם פסח געבארגט בלויז א קניידל-פארעם...


און די האסט געהאט א קניידל-פארעם צו בארגען?

ווייל וויפיל משפחה מיטגלידער, חבירים, קרובים, שכינים און סתם ידידים וואס איך האב געבעטן אז מ'זאל מיר בארגען א קניידל-פארעם איז ביי יעדן געווען ס'זעלבער ענטפער.. פארשטייסט אלייין אז קיינער האט נישט געהאט.

מ'האט סתם געמאכט פורים פון מיר...

דינסטאג אפריל 29, 2008 2:43 pm

העי, מ'דארף וויסן וויאזוי צו בעטן... קודם כל, איז עס א פנימי זאך, מ'געט עס נישט ארויס פאר יעדן מאן דהוא... און צווייטנס, ס'איז מער באקאנט מיט א צווייטן נאמען, וואס איך קען נישט דא מגלה זיין מטעם החמוס מיט סחוג...
שרייב א תגובה

Advertisement