ארויף מיט אן אנקעטע!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

ארויף מיט אן אנקעטע!

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג יוני 11, 2020 4:13 pm

אזויווי די חברי ההנהלה נעתרו לבקשתינו און דעזיגנירט א ספעציעלע סוב-פארום פאר אנקעטעס, אבער לעומת זה שטייען די פותחי האנקעטעס און שרייען אז די סוב-פארום ליגט באשיידן אין א ווינקל וואו קיינער וועט אים ניטאמאל באמערקן. אשר על כן עפן איך אויף אנעשקל וואס וועט שטאלצערהייט שטיין אין סאמע צענטער פון די פארברענגען דיוויזיע וואו איר וועט קענען מעלדן אז איר האט אראפגעקלעבט א נייע אנקעטע אין יענעם ווינקל, כדי די וואס האבן ליב צו לאזן הערן זייער שטימע אין אנקעטעס זאלן קענען אהינלויפן תיכף ומיד.

און מיט דעם וועלן אלע צדדים זיין צופרידן
די "שטימע" צד וועט זיך פרייען אז אנקעטעס פארלירן נישט זייער בענקל אין פארברענגען און זיי האבן א גוטע דערמאנונג בודק צו זיין פאר אפדעיטס אינעם ס"פ.
די "שטומע" צד וועט זיך פרייען אז נאר אנקעטע-לאזע אשכולות בלייבן אקטיוו און בלויז איין אשכול (וועם ס'איז גרינג צו איגנארירן) קומט ארויף פון צייט צו צייט אפנעמען זיין אטענטשן.

ייש"כ פאר אייער קאאפעראציע.

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טראכט א מינוט, סקאראמוטשי און 4 געסט