גריסן און שמועסן
זונטאג אפריל 06, 2008 2:28 pm
באקומען א אימעיל, זייער אינטערעסאנט...
אינטערעסאנטצו וויסן.....
עס זענען דא טעג. און עס זענען דא טעג.
עס זענען דא טעג וואס אלעס קלאפט.
און עס זענען דא טעג וואס אלעס איז צוקלאפט.
עס זענען דא טעג וואס מ'גייט האנט ביי האנט.
און עס זענען דא טעג וואס מ'קלפט קאפ און וואנט.
עס זענען דא טעג וואס ס'געלונט אלעס וואס מ'מאכט.
און עס זענען דא טעג וואס אלעס קראכט.
עס זענען דא טעג וואס מ'זינגט מיט א פידל צום טאנצן.
און עס זענען דא טעג וואס זענען צופידעלט אינגאנצן.
עס זענען דא טעג וואס מ'שטרעקט דיר אויס א האנט אביסל.
און עס זענען דא טעג וואס מ'שטעלט דיר אינטער א פיסל.
עס זענען דא טעג וואס מ'ציהט די סטרונעס איידל.
און עס זענען דא טעג וואס מ'ציהט אן די נערוון שיידל.
עס זענען דא טעג וואס מ'ארבעט מיט דעת.
און עס זענען דא טעג וואס איין שטיק משוגעת.
עס זענען דא טעג וואס זענען מיט א שמייכלדיגן פנים.
און עס זענען דא טעג וואס מ'לאכט דיר אין פנים.
יעדער מצב איז נאר א גאסט...
נעם עס נישט צו לאסט...
Advertisement
זונטאג אפריל 06, 2008 2:55 pm
קהלת אין אידיש, וואונדערבאר.
זונטאג אפריל 06, 2008 8:55 pm
שכח וויכטיג מאכער, ס'נישט ס'ערשטע מאל היינט ביסט מיך מהנה.
זונטאג אפריל 06, 2008 8:57 pm
שאפסט פארגעניגנס פאר דיינע אידישע ברידער, גיי ווייטער אין דיזע פיסטריט
זונטאג אפריל 06, 2008 9:36 pm
גוט גוט פיין פיין
זונטאג אפריל 06, 2008 10:01 pm
זייער גוט,
עפעס ענליכס איז דא פון איך_הער'ן אן אשכול מיטן נאמען 'עס זענען דא מענטשן און עס זענען דא מענטשן',
דענק עך נישט וואו עס ליגט פארשטויבט אין בוידעם ערגעצן.
מאנטאג אפריל 07, 2008 12:37 am
זייער שיין, שכוח.
מיטוואך אפריל 09, 2008 1:22 pm
יעצט געלייענט, שכוח.
מיטוואך אפריל 09, 2008 1:55 pm
און איך האב עס יעצט געלייענט, שכוח.
דאנערשטאג אפריל 10, 2008 8:52 pm
וויכטי, שכויח יא אר דעבעסט,
מאנטאג אפריל 14, 2008 7:15 pm
עס איז דא טעג וואס וויכטיג מאכט מיך זייער ביזי