גריסן און שמועסן
זונטאג אפריל 06, 2008 10:03 am
שלום עליכם מיינע גוטע פריינד.
צו וואס זאג איך "שלום עליכם"?, ווייל אין דעם פורום "היימישע פארברענגן" סטאפ איך גאר ווייניג אריין, נאר ווען איך בין "עכט פארטיג" מיט די ארבעט, נאר ווען איך בין "עכט פארטיג" מיט אלע אשכולות פון אנדערע שטיבעלעך, נאר נאכן נאכקוקן אויף גוגל אלע מיינע פראגן וואס כ'האב מיך געמוטשעט אין ביהמ"ד א נאכט פריער. אקיצור, דא בין איך כמעט קיינמאל.
ווען איך עפן שוין יא דעם פורום און איך זעה א סיין: דא קומט נאר אריין אויב איר ווילט שרייבן א תגובה, קום איך פשוט נישט אריין, ווייל איך ווייס נישט וואסערע תגובה איך זאל שרייבן, צו פלעכטן ווערטער, און שרייבן נאר איין ווארט, בין איך ווייטער נישט אין די גיסטע, ליל ששי און מוצאי שבת אשכולות איז ווייטער נישט פאר מיר, אז נישט איז נישט.
זיך צו טענה'ען און גריסן לאז איך איבער פאר א צווייטן, און ב"ה מ'קען זאגן מ'הערט זיך נישט אויף צו גריסן און טענה'ען.. אייביג איז עס אויבן אן, ווי צו מעלדן: דא טענה'עט מען זעך פעסט, און אויב איר האט באמערקט, האלט דער אשכול ביים משונה'דיגן הויכן נומבער פון 126 זייטן!! און דער עולם רייסט זיך נאך ביי די קעפ.. און מיר רעדט מען איין אז יעדער לעבט דא בשלום ושלוה והשקט ובטח..
לעינינו; איך עפן פריער אויף דעם "קרעטשמע" און איך זעה. וואס זעה איך? שאחק!! איך אום 1969 האט מען ס'לעצטע מאל דא געשריבן א תגובה!!
איך בין נישט משוגע: איך האב געכאפט א בילד דערפון, און איך וויל נאר פרעגן: אזוי צו שלאפן?? קאם אן, פליז, פארוואס שעמט מען זיך דא?
- עטעטשמענטס
-

- 1969_1.JPG (70.94 KiB) געזעהן געווארן 909 מאל
Advertisement
זונטאג אפריל 06, 2008 10:16 am
איך ווייס שוין נישט אויב מ'מעג דיך נאך גלייבן צו נישט.
זונטאג אפריל 06, 2008 10:23 am
אנדי איך זאג עדות אז וואס יגר זאגט איז אמת נאר
ווען איך בין פריער אריין געקומען האב איך די זעלבע באגעגנט ביים דאר
זונטאג אפריל 06, 2008 11:31 am
אבער איך האב דא געזעהן נאך א חידוש וואס איז דאס דער פורם =המעמד וויזוי הייסט עס ?=
עס איז ?
זונטאג אפריל 06, 2008 1:52 pm
זיידי, דו ביסט שוין אויף די וועפסייט?
זונטאג אפריל 06, 2008 3:06 pm
בקיצור, 1969 איז א שיינע פאר יאר צוריק, איינער וואס איז דעמאלטס געבוירן, איז שוין היינט א זיידע
איז פרעגט זיך די פראגע: פאסט דאס פאר א פורום אין קרעטשמע? אנא נוליך חרפתינו
זונטאג אפריל 06, 2008 5:16 pm
סאכדעס האט געשריבן:זיידי, דו ביסט שוין אויף די וועפסייט?
כ'האף אז נישט, אבער דער יגר האט אינטערגעשניטן דעם שטיקל בילד פון וואס איך האב גערעדט ובכן איז א ראיה אז ער וויל נישט איך זאל רעדן דערפון ובכן וועל איך (דערווייל מאכן א שתיקה)
זונטאג אפריל 06, 2008 5:26 pm
יגר, אויסזעהן זעט טאקע אויס, אז דו האסט פונקט געהאט צייט. אבער פארוואס שטייט נישט דארט, ווער ס'האט איבער געלאזט די לעצטע הודעה, אין יענע צייט?
זונטאג אפריל 06, 2008 8:47 pm
יגר האלט, איין מינוט, דו מאכסט אזוי חוזק פון יענע פורומ'ס, און דו ביסט שיך אליין סותר מיניה וביה,
און כעל פארעש זיין מיינע ווערטער,
1969 למספרם, זענען מיר נאך אלע געווען זייער אינג, מען האט זיך געטנעהט, און איין ווארט אומערוואקסען,
היינט אבער זיצען זיי שוין אלע נאר אין היימישע קרעטשמע, קומט אויס אזוי, אז באמת זענען נאך די אשכולות און דערהייך פון 1969
און וויבאלד זיי זענען אונטערגעוואקסען, האבן זיי געהויבן פיס און ארויס יעדער, צו זיין בוים, איך מיין אז דאס ברויך דיר צו דינען ווי א גוטער הסבר,
אז נישט ביסטו נאך אביסעלע צו אינג.
זונטאג אפריל 06, 2008 8:55 pm
ס'איז א טעות וטעות לעולם חוזר (והוא רחום יכפר וכו', ודב"ז, וד"ל, ודו"ק, ה"י, ר"ל, ה"י, ע"ה, ז"ל, ג"ע, בה"ב, עשע-ע-ע-ע-ע-ע-ע-ערת בני המן!)
זונטאג אפריל 06, 2008 10:14 pm
איך קען נישט צוזיך קומען פון די לעצטע תגובה, איך רייס מיך אויף דער ערד........איך קוילער מיך....... הצלה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! די בויך ווארפט זיך עפעס נישט נארמאל.......יוי איך קען שוין נישט אטעמען..................... ער האט עס זיכער גע'גנב'ט פון ערגעץ......ס'איז צו גוט........
זונטאג אפריל 06, 2008 10:18 pm
מה בין ה"י ראשונה לה"י אחרונה ?
מאנטאג אפריל 07, 2008 7:44 am
חבירינו היקרים, דאס בילד דא איז אן "אמת" בילד!! צו ס'שמעקט אייך יא צו נישט.
פארוואס שטייט נישט ווער ס'האט דאס לעצטע געשריבן? פרעגט איך הער, דער תירוץ איז: איך ווייס נישט!! עבדים היינו לפרעה במצרים! אזוי איז עס געווען, און איך האב שנעל געבליצט א פיקטשער.
(איין זאך איז יא פאלטש, וואס דאס האט נאך קיינער נישט אויפמערקזאם געמאכט, היות דאס בילד פון קרעטשמע איז גרויס, און איך האב נישט געוואלט מאכן קלענער דעם בילד, האב איך ארויסגעשניטן דאס מיטעלסטע ליידיגע חלק. ד.מ. איך האב געלאזט די רעכטע זייט פון די נעמען פון די פורום'ס און די לינקע זייט פון די זמן פון די תגובות, אינמיטן פעלט! איר וועט עס באמערקן ביי די אויבערשטע ווערטער, ביי Windows internet Explorer שטייט נישט דאס גאנצע ווארט).
מאנטאג אפריל 07, 2008 8:48 am
וואסא חילוק ? ביסט דאך סיי ווי קיינמאל נישטא לויט דיינע ווערטער.
אונז לעב מיר רואיג אזוי אויך, פון מיר אויס זאל שטיין 1856.
מאנטאג אפריל 07, 2008 10:28 pm
אויב מעג מען פרעגן פריוואטע קשיות, פיר טעבס אויף בחדרי חרדים איז נישט געווען געניג, האסט געמיזט באהאלטן אפאר אינטער דעם עראו.
דינסטאג אפריל 08, 2008 1:43 pm
יעצט פארשטייעך שוין פארוואס מ'האט ג'אסערט צו כאפן פיקטשער'ס
מיטוואך אפריל 09, 2008 1:22 pm
איך נישט , איך בין נאכנישט געווען געבוירן 1969 סא לאז מיר ארויס פוינעם פיטשער
מיטוואך אפריל 09, 2008 1:23 pm
דעמאלטס זיי א היטער...
מיטוואך אפריל 09, 2008 1:54 pm
אזוי פרי האט קרעטשמע שוין געהאט אינטערנעט?
ווי אזוי זאגען די איזראעליס, זיי האבן שוין געהאט סעלפאונס פאר 50 יאר צוריק, מען האט געגראבען אין די ערד און נישט געפונען קיין דראטען, והדברים עתיקין.
דאנערשטאג אפריל 10, 2008 2:40 pm
א היטער אויף וואס
דאנערשטאג אפריל 10, 2008 5:07 pm
פאר א קאלטע סוכה.
דאנערשטאג אפריל 10, 2008 8:05 pm
מיין סוכה גראדע איז אויך היבש קאלט , קענסט מיר דערנאך אריבער שיקען דעם היטער.
זונטאג אפריל 13, 2008 11:47 pm
מען מוז זיך פאקן פעק און ארויסגיין פון דא
די קרעטשמע איז אין א סכנה פון אונטערגיין........
- עטעטשמענטס
-

- Error.jpg (37.29 KiB) געזעהן געווארן 322 מאל
מאנטאג אפריל 14, 2008 7:14 pm
עי ליפא אונטלויף נישט מען וועט עס באלד פארעכטן