Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זה לעומת זה - לכבוד חג הגאולה פון חיים בן העניא

דאנערשטאג אפריל 03, 2008 4:31 pm

זה – דאס! וואס דאס? דאס אז ווען כ'בין אין אן ענגן מצב, כלומר די געדיכטע וואלקענעס טוען זיך אויסשפרייטן אויפן האריזענט אין זיינע נאכווייען דרינגען מיר אריין ביז אין טיפן תוך אריין פון מיינע מח קעמערלעך, טוה איך זיך דאן משתמש זיין מיט די קרעטשמע ווענט אלס כלי זיין צו פירן מלחמה מיטן מצב, און כ'מארשיר אריין מיטן גאנצן אייפער, אנגעפולט מיט פעסער קוראזש, צו פירקלען שטותים והבלים באגלייט מיט קש ותבן בעטראפעצטיגע אשכולות, טא אויב אזוי איז דאך נישט מער ווי רעכט אז

לעומת – אנטקעגן,

זה - דאס! וואס דאס? דאס אז ווען כ'ווער ארומגענומען מיט א גוסטע פון פרייד און געטענץ, באגלייט מיט געזאנג און לויב, איז דאך נישט מער ווי רעכט אז איך זאל דאן אויך אריינקומען אין קרעטשמע און אהערשטעלן א נבל וכנור, באגלייט מיט א תוף ומחול'דיגער אשכול.

רבותי, כ'בין אויפגעהייטערט! טראץ וואס די וואלקענעס צייגן אירע דערנענטערונגס סימנים, בין איך אבער אין אטא די מינוטין אריינגעפארן אין פריידיגע גוסטע. יא! כ'בין אויפגעהייטערט, כ'בין שיכור פאר פרייד!

יא, יא, כ'ווייס אויך דערפון אז ס'שוין פאראן אשכולות, סיי אין נייעס און אפי' אויך אין הויפט קרעטשמע, איבער דעם דאזיגן פאסירונג, פארט אבער שפיר איך זיך אזוי צעלאזט פאר פרייד, אז איך ערלויב זיך צו עפענען א פריש אשכול אויך דא אין 'פארברענגען' פורום.

אידן אומעטום טאנצן און שפרינגען, מ'ווינטש זיך לחיים, מ'לויבט דעם באשעפער אין הימל פאר זיינע גרויסע חסדים וואס ער האט היינט באוויזן. אידן שאלן מיט געזאנג, אז טראץ דעם וואס מיר געפונען זיך אין די לעצטערע צייטן אין דעם גרויסן אפילה וואס צענדליגער אידן ווערן אריינגעשליידערט אין טונקעלע מלכות של חסד'דיגע תפיסה'ס, האט אבער הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו היינצוטאגס געהאלפן אידישע קינדער, ווען מ'האמיר זוכה געווען צו זען דעם יציאת התפיסה מעבדות לחירות, ומאפילה לאור גדול.

יא, חיים בן העניא איז ארויס מצרה לרוחה, מעבדות לחירות, משעבוד לגאולה ומאפילה לאור גדול, און כלל ישראל איז ארויס מאבל ליום טוב, ונאמר לפניו שירה חדשה הללוי'.

וידוע תדע, וויסן דארפן מיר: אז קיין יאוש איז נישט פארהאנדן! מיר האפן און מיר זענען מתפלל ווייטער צו השי"ת, אז: "אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשבי', המקום ירחם עליהם ויוצאם מצרה לרוחה ומשעבוד לגאולה, השתא בעגלא ובזמן קריב. וכאשר גאל את חיים בן העניא, כן ה"א ואלקי אבותינו יגיענו למועדים ולרגלים אחרים, אז מיר זאלן זוכה זיין זיך גאר אין גיכן זיך מיטצופרייען מיט דער בעפרייאונג פון אלע אונזערע ברידער וועלכע שמאכטן נאך ליידער אין די תפיסה'ס.

הנה ימים באים, די ימים המבורכים, בניסן נגאלו בניסן עתידין להיגאל, אין ניסן זענען מיר ארויס מעבדות לחירות פונעם מצרישן פיין, און אין ניסן זאלן אלע אידן זוכה ארויסצוגיין לגאולת עולם פון די תפיסה'ס פיין.

חברה, וואס זאל איך אייך זאגן? איך בין נאך צו שיכור פאר פרייד צו קענען שרייבן און שרייבן! אבער, שרייבן מוז מען! מ'מוז זיך פרייען, מ'מוז זיין פרייליך, און מ'איז טאקע ברוך השם פרייליך!

נו, וואו זענט איר רבותי? א סעודה'ניו, א רקידה'לע! נו, קרעמער נעם ארויס דעם פידל, מאשקע העלף אים דארט צו. יאנאש ברענג ארויף פון קעלער די אלטע געשמאקע וויינען, און בני היכלא זיי'זשע מוחל און גרייט דיר צו א "מיימאר" לכבוד דעם חג הגאולה פון ז"ך אדר. מיללער, זאפארט היינט (אנשטאט חול המועד) עפענען דעם סקרענטענער מוזיאום, און יענטאאש וועט האפנטליך שרייבן אן ארטיקל לכבוד דעם גרויסן פייערונג (הפנים אזוי האף איך). אלטער, מילא, ער טאנצט און שפרינגט דאך א גאנץ יאר, אבער היינט וועט ער לכבוד דעם פייערונג ארויסגיין אין ספעציעלן רבי ר' מיילעך טאנץ. אנדי, נו כאפ דיך אן מיט וויכטיג מאכער און שמיר אראפ עפעס א גוטס. ווער נאך? נו, יא, אבי מ'בלעבט וועט בעזר השם בדחנען לכבוד המאורע און זיידיניו וועט מיט זיין טעם זקינים אהער שטעלן עפעס א זאפטיגע און תוכן'דיגע מוסר השכל'דיגס.

וועם כ'האב נישט דערמאנט זאל זיך נישט שעמען און אליין ארויפקומען. כדאי היא השמחה להסיר מסוה הבושה... סאכדעס, נו, א_וואו ביסטע? שטעל אהער עפעס א האניג'דיגס לכבוד די שמחה, כ'זאג דיר סלוינצעך, לאמיר זיין א שמחים בשמחתו!

זאל טאקע דער אויבערשטער העלפן, אז די קליינע גאולת עולם פון חיים בן העניא זאל טאקע זיין די התחלה פון די גאולה נצחית, די גאולה אמיתית אויף וואס כלל ישראל קוקט שוין אזוי ארויס אויף איר טויזנטער און טויזנטער יארן, און מ'זאל מיר נאך דאס יאר זוכה זיין צו דעם ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים, אמן.

נ"ב: צייטליך פון קאנו נייעס אגענטור, וועט האפנטליך גרייט מאכן א שמאלציגע אפדעיט רעפארט לכבוד המאורע.

רבותי רופט אייך אן ווארים צו די שמחה. איך הער פארוואס הער איך נישט פון דיר? הא?

Advertisement

דאנערשטאג אפריל 03, 2008 5:19 pm

די מוזעאום איז אפען זארעך!

די ערשטע עקסזיביט הייסט "זרח בחושך אור" מ'זעהט אלע לאנגע תגובות פון זארעכפעפפער ביום אפר' 3 נאך א לאנגע צייט נישטא זיין געהעריג.

עניוועי, איך פריי מיך א שמחת יחיד פאר חיים'ן און פאר זיינע עלטערן שיחי', גאנץ לעצטענס איז דארט אויך געווען גרויסע שמחה בלידת נכדם נאך 15 יאר נישט האבן קיין קינדער, איין שמחה ברענגט דאס צווייטע.

שמחה איז משפיע שמחה, און זרח איז משפיע זריחה!

דאנערשטאג אפריל 03, 2008 5:31 pm

איך קען די משפחה און זיי זענען זעווען זייער ציבראכען


זה : ב"ה דער אייבישטער האט אויסגעהערט די תפלות פון אלע יודן
לעומת זה : האט זארעך אינץ אויך מחיה געווען מיט א זאפטיגע שטיקעל

דאנערשטאג אפריל 03, 2008 5:35 pm

טענק יו זארעך, און אמת'ן האסטעמעך אויסגעכאפט, אבער האסטמער אויכעט גרינגער געמאכט, האסטמער פארשאפט נא א ליין אין מיין תגובה,

יעדן טאג אויפן וועג אין קרעטשמע אריין, טראכטעך וואס גייט מען היינט רעדן אין קרעטשמע פון?

אבער ברוך השם, מ'קען זיך נישט אפרעדן, אלץ שיקטער אינטער עפעס, נעכטן דעים אינשורענס עידזשענט, היינט דעים יונגערמאן ביים קאמפיוטער, פון צייט צו צייט מאכטער ס'זאל זיין אן אינפלעישן, מ'זאל גנב'ענען 50 סענט פון יגר, וכד'

יעצט, קוקעך די קרעטשמע איז פיל מיט משתמשים, און פוילישער, צוברעכט די נייעס, חיים בן העניא באפרייט!!! הודו לשם, יעדער זאגט,

נעקסט וואס נאך איז נייעס? וואקט אריין KCSP, צובראכנע נייעס, וואסי, חיים האלענדער פריי!!!.

נאך 10 מינוט שטעלצעך ארויס, ס'איז דע זעלבע חיים, און די זעלבע באפרייאונג, אקעי, יודי לשם,.............

נעקסט, נאכעפעס נייעס? קומט ר' יוםטוב'ל אן, און הייבט אן מיט א פרישקייט, ברוך הטוב והמטיב, וואסי? האסט נישט געהערט? ער איז ארויס!!! שבשפלינו זכר לנו כי לעולם חסדו, הודו לקל השמים כי לעולם חסדו!!!!! ווער איז ארויס? וואס הייט ווער? חיים!!! רעדט'סטע ווייטער פונעם זעלבן מעשה?,

הער קאמס מר. זארעך, אה זארעך, וואסינייעס? קוקטערמעך אן, וואס? די ווייסט נישט? זה לעומת זה!!!, אודך נאך א 2 מינוט, שטעלצעך ארויס די זעלבע זאך, מ'רעדט פון דעים זעלבן, הב' חיים בן הניא האלענדער איז ב"ה באפרייט, און איך טראכט צו מיר לשמחה מה זו עושה?

מי כעמך ישראל, שרייטצעך ווי פון זיך אליינס, א חלק עולם שרייט ווערידעיס חיים? אבער יעדער פרייט זיך, מפרייטצעך מיט, מיט יענעם'ס א שמחה,


יעצט פרייט אייך צו מיין שמחה אויך, פאראם פאראם פאראם!!! שר חמישים ומאתים!!!

דאנערשטאג אפריל 03, 2008 8:56 pm

זארעך, ס'איז הערליך. זאל איך עס ארויספרינטן און אים אריבערשיקן?

דאנערשטאג אפריל 03, 2008 9:27 pm

זארעכ, ס'הייסט דו הערסט נישט פון מיר? שטאפ דיר אויף די אויערן, און דו וועסט הערן.

הודו לה' כי טוב, כי לעולם חסדו, זיין חסד איז פאר אייביג, אויך ווען אונז זעה מער נישט, און אונז פארשטיי מער נישט, אבער אז מ'זעהט, אידאך ממש מעין עולם הבא, דא האמער ב"ה די זכי', צו זעהן אפן דעם באשעפער'ס חסדים, און אין די רגע וואס איזעם מער נישט געווען באשערט צו זיצן, איזער באלד געווען אויף די פריי, א זאך וואס פאקטיש, האט ער זיך אליינס דאס נישט געגלייבט. אונזער מלכות של חסד, איז נאר חסד ווען מ'האט נישט צוסאך צו טוהן מיט זיי, אבער איינמאל מ'פאלט אריין אין זייערע לאפעס, איז די דעפענישן פון חסד, אינגאצן עפעס אנדערש, אבער דעם באשעפער'ס חסדים, איז אלעמאל חסד, און מיר דארפן נאר צו בעטן, אז מיר זאלן עס זעהן, און דערזעהן, און אט האט אונז דער פון אויבן, אריין געווארפן לעכטיגע שטארלן, און אונזערע פאכמורעטע פנים'ער, סאו וועלן מיר אים דאנקען און דאנקען, און ווען אידישע קינדער לויבן דעם באשעפער, האט דער באשעפער הנאה, וועט ער אונז צו שיקן נאך און נאך גוטס, אז ער זאל קענען הערן אונזער לויב, ווי מער.

און זאל דער פון אויבן העלפן, אזוי ווי מ'האט שוין געשריבן פריער, אז פון די גאולה פרטית, זאל זיך ציען די גאולה כללית, און מיר זאלן זוכה זיין, נאך דאס יאר, צו עסן מן הזבחים ומן הפסחים, און ירושלים עיר הקודש, אמן.

דאנערשטאג אפריל 03, 2008 11:27 pm

מה נאמר ומה נדבר, איך קען נישט אט דעם צובראכענעם איד'ל, נישט אים נישט זיין פאמיליע, און נישט כל הנלוים אליו, איך האב נישט געזען קיינעם טרויערן קיינעם זיך מצער זיין, ביי מיר איז עס געווען מער בבחי' נייעס פון כל ישראל ערבים, נאך א איד זיצט נעבעך, אבער די לעצטע שטיק צייט זענען די שולן יא געווען פארהאנגען מיט בקשו רחמים'ס, דאס רעדט דאך שוין צו יעדן איד, האט עס בארירט אפילו די וואס זענען נישט קרובים להחלל, און בודאי תפלות ישראל עשו רושם. ווי פאסיג איז די צייט פון זיין באפרייע בערב ראש חודש ניסן מוקדם, חודש אשר ישועות בו מקיפות, חודש הגאולה, ס'איז נישט צייט מאריך צו זיין, אבער לאמיר האפן אז טאקע ילכו מגאולה לגאולה ס'זאל זיין א התחלתא דגאולה.

פרייטאג אפריל 04, 2008 7:19 am

א שמחה און א פרייד ביז גאר
לעכטיג און לוסטיג איז וואר

דעם בורא לויבן מיר וועלן
זיין גרויסקייט ווער קען דען טעלן

אפילו אין די שווערסטע צייטן
שיקט ער הילף פון אלע זייטן

ער האט געטאן א נס
כי שבר דלתות נחושת

א איד ארויס גענומען פון תפיסה
ברוב רחמיו וחסדיו די זיסע

צוריק געקערט אים צו זיין משפחה
שוין יעצט השתא הכא

ער זאל שוין העלפן אלע אחינו הנתונים בשבי
זיי זאלן שוין אלע זוכה זיין דערצו

שוין ארויס קומען פונעם טינקעלען בור
און שוין זעהן דעם ריכטיגן אור

קיין שום איד זאל שוין פון קיין צרות נישט וויסען
ישועות ורפואות פאר אלע אידן זאלן זיך גיסן

אמן

פרייטאג אפריל 04, 2008 12:17 pm

בני היכלא האט געשריבן:מה נאמר ומה נדבר, איך קען נישט אט דעם צובראכענעם איד'ל, נישט אים נישט זיין פאמיליע, און נישט כל הנלוים אליו, איך האב נישט געזען קיינעם טרויערן קיינעם זיך מצער זיין, ביי מיר איז עס געווען מער בבחי' נייעס פון כל ישראל ערבים, נאך א איד זיצט נעבעך, אבער די לעצטע שטיק צייט זענען די שולן יא געווען פארהאנגען מיט בקשו רחמים'ס, דאס רעדט דאך שוין צו יעדן איד, האט עס בארירט אפילו די וואס זענען נישט קרובים להחלל, און בודאי תפלות ישראל עשו רושם. ווי פאסיג איז די צייט פון זיין באפרייע בערב ראש חודש ניסן מוקדם, חודש אשר ישועות בו מקיפות, חודש הגאולה, ס'איז נישט צייט מאריך צו זיין, אבער לאמיר האפן אז טאקע ילכו מגאולה לגאולה ס'זאל זיין א התחלתא דגאולה.



גאמאני מצטרף כאטש אפילו איך מוז זאגן אז איך האנאה געהאט פון די רייכקייט אין שפראך פון דער ארטיקעל היינט אינעם ום הזארעך עש"ק טהרה.

פרייטאג אפריל 04, 2008 12:38 pm

זארעך איך האב נישט וואס צו צולייגן, להוציא פון די חברה וואס ווייסן אז איך בין שטארק טרוד. אבער ניין - זייער פיין האט איר געזאגט.

באמת א גרויסער שכח. נאכן ליינען דער ארטיקל האב איך באקומען גאר אן אנדערער געפיל צו דער משעבוד לגאולה וואס יודן דאנקן דעם הייליגן באשעפער.
אין יעצט שטעל דיך פאר וויאזוי די משפחה פון אים וועט שפורן קומענדיגס יאר פסח אויפדערנאכט. הוי געוואלד זאלן אלע יודישע קינדערליך זוכה זיין צו דעם אורה.

א ברכת חג כשר ושמח...

מאנטאג אפריל 07, 2008 8:09 am

זרח גוט ארויסגעברענגט, כ'האב הנאה געהאט.
שרייב א תגובה

Advertisement