Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אפריל 1 יארע 08 (א מעסעדזש פון קרעמער

דינסטאג אפריל 01, 2008 12:13 am

א טרער איז מיר גערינען, ווען איך האב ערהאלטן די געהיימע דעפעשע אין מיין בליץ פאסט קאסטן.
ער האט מיר אויף מיינע פראגן גארנישט גענפערט אויסער: שטעל עס ארויף און דאס איז עס

לכבוד מיינע חשוב'ע טייערע פריינט. עס טוט מיר זייער וויי צו מעלדן דעם באשלוס, אבער ההכרח (וויאזוי גייט נאר די ווארט?). איך האב באשלאסן, נאכן זיך דורכרעדן מיט מיין מורה דרך שליט"א, אז מהיום והלאה קען איך מער נישט איבערטרעטן דעם שוועל פון היימישע קרעטשמע. טייערע חברים, עס ציפט מיר נאך מער, אבער דאס איז, מעתה ועד... איך ווייס נישט ווען מיר וועלן זיך נאכאמאל זעהן. האט מיר אלע א (איך בין שטארק צומישט, זייט מיר דן לכף זכות) זיסן לעכטיגן תמיד, א כשר'ן פרייליכן יו"ט. איך געב דעם מעלדונג דורך מיין אלטער פריינט סאכדעס, ווייל איך קען שוין נישט אליינס אריינגיין אין קרעטשמע. א גוטן תמיד


גלויבט מיר איך וואלט נישט געוואלט זיין אזא שליח, אבער חזקה שליח עושה שליחותו, האט מיר גענייט דאס אויסצופירן.

אייעמסארי.

Advertisement

דינסטאג אפריל 01, 2008 7:27 am

וואאאאאאאאאאאאס?

דינסטאג אפריל 01, 2008 7:51 am

איך האב א חשד סאכדעס אז דאס איז א דזשאוק פאר April Fools day...
פאר ווער עס ווייסט נישט, אין די גוישע וועלט איז דא אזא משוגעת אז דעם ערשטן אין אפריל שפילט מען אזעלעכע דזשאוקס ווי מזאגט א שרעקעדיגע ליגענט מיט א ערענסקייט, ווען יענער איז שוין גוט דערשראקן שרייט מען העהעהע אפריל פאאלס דעי....

איך האף אז דאס איזעס, פליז !!!

דינסטאג אפריל 01, 2008 9:41 am

איך ווארן אים, אבער הרב וואס, עס קוקט אויס קרוב לאמת.

דינסטאג אפריל 01, 2008 9:45 am

ער האט שוין נעכטען מרמז געווען אז די ארטיקל אויף די אידישע וועלט איז זיין לעצטע ארטיקל.

דינסטאג אפריל 01, 2008 9:49 am

כ'ציטער, אבער דאך מיין איך אז וואס איז גערעכט.
לעצט פאראכטן דורך 3x0 אום דינסטאג אפריל 01, 2008 4:00 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג אפריל 01, 2008 9:49 am

סאכדעס, מאכסט א דזשאוק, אמת?

מ'וועט מוזן מאכן א "בקשה צו די הויכע מורה דרך" מעביר צו זיין את רוע הגזירה.

דינסטאג אפריל 01, 2008 10:43 am

סאכדעס, מיינע רבי'ס האבן מיר שוין לאנג געלערנט אז מ'זאל נישט מקבל זיין קיין לשון הרע.

איך האב נאך קיין ערגערע לשון הרע ווי דאס נישט געהערט!

דינסטאג אפריל 01, 2008 10:45 am

סאכדעס שיק צוריק א מעסעדזש אז מיר זענען נישט מסכים און אז ער דארף אונז בעטען רשות פאר ער טוט דאס.

דינסטאג אפריל 01, 2008 10:47 am

וווווווווואאאאאאאאאאאאסססס??????????????

כ'שפיל נישט, ביסט א טשידער,

כ'מיין מ'דארף מאכן א מאמענט אוו סיילענס, אלץ צייכן פון טרויער, (אויב ס'שטעלטצעך ארויס צו זיין ליגענ..... כ'מיין אמת)

דינסטאג אפריל 01, 2008 11:26 am

" "
" "
" , , "
" .
אט אזוי קוק איך אויס, כאב פשוט נישט ס'ווערטער.

דינסטאג אפריל 01, 2008 11:39 am

איך רעד נישט, פשוט ווייל די הלכה איז אז דער וואס רעד ווייסט נישט און דער וואס ווייסט רעדט נישט.

דינסטאג אפריל 01, 2008 12:12 pm

נאכען זיך אויסוויינען. אין איך קען נאך נישט קימען צי מיר, וויל איך זאגען פאר קרעמער אז די קענסט עס נישט טיען פאר מיר און פאר אלע חבירים דא, זאג נאר קרעמער וואס האבען מיר דיר שלעכטס געטיען סיי ברוחניות און סיי בגשמיות ווען די האסט געבעטן מען זאל אראפ נעמען א תגובה ווייל עס קען אפשר און די נעקסטע הינדערט יאר באדערען איינעם האבען מיר דיר געפאלגט ברצון הטוב, בסבר פנים יפות , זאג נאר פאר דיין מורה דרך וויפל אידין די מחיה ממש יעדן טאג מיין איך אז ער וועט הייסען אז די מיזט בלייבען דא


מיט טרערן פין געוויין :-( :-( :x :-(

דינסטאג אפריל 01, 2008 2:03 pm

וואס וויינט מען אויף א איד וואס האט א זכי' אפצולאזן די אינטערנעט? הלואי אויף מיר געזאגט, מיר זענען זיך משתתף מיט זיין שמחה.

דינסטאג אפריל 01, 2008 2:05 pm

דינסטאג אפריל 01, 2008 2:07 pm

בני היכלא האט געשריבן:וואס וויינט מען אויף א איד וואס האט א זכי' אפצולאזן די אינטערנעט? הלואי אויף מיר געזאגט, מיר זענען זיך משתתף מיט זיין שמחה.


דאונט יו דעיר!!!!!!!!!!!!!! :x

דינסטאג אפריל 01, 2008 2:08 pm

אנדי.

זארג זיך נישט, איך האלט נאך פאר א מורה דרך... פארשטייסט.

דינסטאג אפריל 01, 2008 2:11 pm

בני היכלא האט געשריבן:אנדי.

זארג זיך נישט, איך האלט נאך פאר א מורה דרך... פארשטייסט.


קען איך נאך קאמפיטען פאר די פאזיציע?

דינסטאג אפריל 01, 2008 2:17 pm

נאר דאס פעלט מיר אויס.. איך גיי שוין נעמען איינעם.

לא"ה

דינסטאג אפריל 01, 2008 2:22 pm

איך הער - דאס האב איך עכט גכעוואלט שרייבן, ס'נטערעסאנט אז מיר האבן מכוון געווען ס'זעלביגער, ווייל יוזשעלי זאגסטו גראד...?

*

קורץ אין שארף! קרעמער, ווען איך האב ווען א סנאו באטלל אין די שטייסט פארנט פון מיר ביסטו א צונסאו-באטלטער!
ס'טערעסירט מיך נישט, קענסט זאגן בלאח בלאח אויף אראחביש. ווי גייסטו קרעמער? הא? באט! כ'זאגדער וועסט נאך גוט חרטה האבן.

וועז וועז - יא איך שעלט!

דינסטאג אפריל 01, 2008 6:08 pm

עפעס שטומט נישט דא.

ווען האט זיך "בובעלע" איינגעשריבן ביינונז ???!!! ווען איז דער בילד געכאפט געווארן ??!!!
עטעטשמענטס
.JPG
.JPG (11.5 KiB) געזעהן געווארן 878 מאל

דינסטאג אפריל 01, 2008 6:11 pm

אלא מאי?

דינסטאג אפריל 01, 2008 6:20 pm

ער לעיבט!!!!!!!! און נאך וואו, אויף אלע באקן,

מ'האט איינעם געפרעגט וואס וואונטשט'סטע זעך ס'זאל געשען ביי דיין לווי?, זאגטער,

כ'וואלט ווען געוואלט אז אינמיטן די לווי' זאל איינער שרייען ער רירצעך!!!!!!!!!! ער לעבט!!!!!

דינסטאג אפריל 01, 2008 6:25 pm

אהא ב"ה ער לעבט יא אהא אהא ב"ה


דאס איז שוין טרערן פון פרייד

דינסטאג אפריל 01, 2008 6:29 pm

יעצט האבעך שוין איינמאל וואס צו שרייבן, אבער כ'שרייב נישט, בלויז אז איך פריי מיך.
שרייב א תגובה

Advertisement