בלאט 38 פון 39

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 11:55 am
דורך קיקיון
אין פעבראואר 69 איז געווען א שניי שטורעם
קאוד:
In a telegram to Mayor John Lindsay, Mr. Drapeau said he was prepared to send part of Montreal's own snow removal force to New York as gesture of

און דער גאוותן האט עס אנטזאגט כאטש די שטאט יז געווען טאטאל פאראלאזירט
מער פון דעם האב איך נישט געטראפען

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 8:07 pm
דורך נשמה
די געפיהלן פון נעכטן ביינאכט אור ליום ג' פרשת בשלח תשע"ה ווען מ'האט זיך געגרייט צום היסטארישען בליזערד.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:39 pm
דורך אפטימיסט
ווען עס זענען געווען צוויי גרויסע רויטע טאנקען אדער טורעמעס אין גרינפוינט, ווען מ'איז געפארן אויפן קאסקיאוסקאו האט מען עס געקענט זעהן, איך ווייס נישט וואס ער האט געדינט אבער אזויפיל יא אז איין זונטאג פארטאגס האט מען עס איינגעווארפן מיט קאנטראלירטע אויפרייס.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 11:01 pm
דורך קיקיון
נשמה האט געשריבן:די געפיהלן פון נעכטן ביינאכט אור ליום ג' פרשת בשלח תשע"ה ווען מ'האט זיך געגרייט צום היסטארישען בליזערד.

די האסט שוין פארגעסען די אנגעצויגענקייט ערב סענדי?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 11:08 pm
דורך לכתחילה אריבער
אפטימיסט האט געשריבן:ווען עס זענען געווען צוויי גרויסע רויטע טאנקען אדער טורעמעס אין גרינפוינט, ווען מ'איז געפארן אויפן קאסקיאוסקאו האט מען עס געקענט זעהן, איך ווייס נישט וואס ער האט געדינט אבער אזויפיל יא אז איין זונטאג פארטאגס האט מען עס איינגעווארפן מיט קאנטראלירטע אויפרייס.

געווען פאר גאז. געארבייט זייער אינטערעסאנט, די דאך פלעגט זיך אויפהייבן און אראפלאזען, לויט די פילקייט פון די טאנקען.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 6:58 pm
דורך קיקיון
אלס אינגעלע האבען מיר געוואינט אין איין ריזען דירה מיט די מומע ומשפ'
שבת ויו"ט האבען מיר געהאט איייגענע דייניג רומ'ס
איין סדר נאכט האב איך געגנבט דעם אפיקוקמן פון פעטער
אין ער האט מיר געקויפט א קב הישר (צי איך האב דאס געבעטען גלייב איך נישט)
מיין באבע ע"ה וואס האט אויך געוואינט מיט אינז האט דאס באהאלטען ווייל עס איז נישט פאר קינדער
איר מנורת המאור האט זי מיר יא געלאזט ליינען

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 7:56 pm
דורך חסידישער יוד
קקיון, אפשר וועט איר אונז פארציילן אייער לעבנסגעשיטכע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 29, 2015 10:46 pm
דורך כרם
קיקיון האט געשריבן:אלס אינגעלע האבען מיר געוואינט אין איין ריזען דירה מיט די מומע ומשפ'
שבת ויו"ט האבען מיר געהאט איייגענע דייניג רומ'ס
איין סדר נאכט האב איך געגנבט דעם אפיקוקמן פון פעטער
אין ער האט מיר געקויפט א קב הישר (צי איך האב דאס געבעטען גלייב איך נישט)
מיין באבע ע"ה וואס האט אויך געוואינט מיט אינז האט דאס באהאלטען ווייל עס איז נישט פאר קינדער
איר מנורת המאור האט זי מיר יא געלאזט ליינען

האט איר אפשר געוואונט אין קראון הייטס בימים ההם?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 8:07 am
דורך קיקיון
כרם האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:אלס אינגעלע האבען מיר געוואינט אין איין ריזען דירה מיט די מומע ומשפ'
שבת ויו"ט האבען מיר געהאט איייגענע דייניג רומ'ס
איין סדר נאכט האב איך געגנבט דעם אפיקוקמן פון פעטער
אין ער האט מיר געקויפט א קב הישר (צי איך האב דאס געבעטען גלייב איך נישט)
מיין באבע ע"ה וואס האט אויך געוואינט מיט אינז האט דאס באהאלטען ווייל עס איז נישט פאר קינדער
איר מנורת המאור האט זי מיר יא געלאזט ליינען

האט איר אפשר געוואונט אין קראון הייטס בימים ההם?

ווי נאך זענען געווען אזעלכע דירות ?
בילד

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 9:09 am
דורך כרם
האט מיך דערציילט א איד זיין בר מצוה איז געוועין אינדערהיים אין קראון הייטס זיי האבן געהאט פלאץ פאר 45 קאפלס

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 9:20 am
דורך קיקיון
כרם האט געשריבן:האט מיך דערציילט א איד זיין בר מצוה איז געוועין אינדערהיים אין קראון הייטס זיי האבן געהאט פלאץ פאר 45 קאפלס

א גוזמא !
ווער האט דאמאלט געלאדענט 45 קאפעלס ?
וויפיל קרובים זענען געבליבען ?
ידידים פון בה"מ? פון בלאק ?
ווען א"א ע"ה וואלט געוואלט לאדענען יעדען וואלט ער אויך נישט געקענט ציזאם שלעפען אזא מספר
און ווער האט דאמאלט געהאט אזוי בריוח פרנסה ?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 10:58 am
דורך כרם
קיקיון האט געשריבן:
כרם האט געשריבן:האט מיך דערציילט א איד זיין בר מצוה איז געוועין אינדערהיים אין קראון הייטס זיי האבן געהאט פלאץ פאר 45 קאפלס

א גוזמא !
ווער האט דאמאלט געלאדענט 45 קאפעלס ?
וויפיל קרובים זענען געבליבען ?
ידידים פון בה"מ? פון בלאק ?
ווען א"א ע"ה וואלט געוואלט לאדענען יעדען וואלט ער אויך נישט געקענט ציזאם שלעפען אזא מספר
און ווער האט דאמאלט געהאט אזוי בריוח פרנסה ?

קאן זיין ס'איז א גוזמא אבער ס'האט געקענט זיין אמת? האבן טאקע די דירות דארט געקענט אריינעמען אזויפיל מענטשען?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 11:02 am

קען נישט זאגען מיט א ודאית , שוין א יובל אדורך (איך האב נישט אויף געשריבען די DIMENSIONS )
אבער עס הערט זיך מגוזם, 45 נפשות אפשר

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 1:33 pm
דורך לאדיךארויס
איך געדענק נאך וויאזוי חודש אדר אויף אייוועלט פלעגט אויסזען...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 2:33 pm
דורך א. טראכטער
איך געדענק ווען די אמעריקאנער ארמיי איז אהיימגעקומן פון די ערשטע גאלף קריג און האט געמאכט א זיגרייכע מארטש אויף די גאסן פון וויליאמסבורג.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 2:57 pm
דורך יוראפ
א. טראכטער האט געשריבן:איך געדענק ווען די אמעריקאנער ארמיי איז אהיימגעקומן פון די ערשטע גאלף קריג און האט געמאכט א זיגרייכע מארטש אויף די גאסן פון וויליאמסבורג.

דאכצעמער ס'איז נאר געווען אריין אינעם כ"א כסלו בילדינג

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 3:14 pm
דורך א. טראכטער
יא
זיי האבן אראפמאשירט ראטלידש סטריט

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 3:16 pm
דורך יוראפ
און פילע קינדערלעך האבן אפגעווארט אינעם בילדינג הנ"ל און אין די הייעך איז געהאנגען די כ"א כסלו דריידעלע

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 3:52 pm
דורך נשמה
איך האב געפרעגט פארוואס די טאג איז אזוי לאנג. היינט וויל איך אז די טאג זאל זיין לענגער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:57 am
דורך קיקיון
"פסחדיג" מאכען די לעדלעך האט זוגתי שתחי' געטראפען בלעטער פון אן אלטען דער איד
וואס זי האט אוועקגעלייגט קוים לדמותו פון איר פעטער ז"ל
ווער קען טרעפען ווי אלט דאס איז ?
Capture.GIF

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:12 am
דורך מזל מידיע
בס"ד

קודם זאג ווער איז געווען דער פעטער...

לכאורה מיטעלע מ' יארן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:23 am
דורך קיקיון
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

קודם זאג ווער איז געווען דער פעטער...

לכאורה מיטעלע מ' יארן.

אביסעל שפעטער נ"א
---
אפשר זאל איך דיר זאגען ווי איך הייס?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:14 pm
דורך מיסטעריעז
קיקיון האט געשריבן:אפשר זאל איך דיר זאגען ווי איך הייס?

וואלט שיין געווען

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:41 pm
דורך farshlufen
קיקיון האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

קודם זאג ווער איז געווען דער פעטער...

לכאורה מיטעלע מ' יארן.

אביסעל שפעטער נ"א
---
אפשר זאל איך דיר זאגען ווי איך הייס?

איר הייסט זיין וואויל..

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:08 pm
דורך קיקיון
farshlufen האט געשריבן:איר הייסט זיין וואויל..

;l;p-
זעט ישט אויס אז איר האט היינט פארשלאפען פרישטיק