בלאט 36 פון 39

קשה גרים לישרא' כספחת

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 1:15 pm
דורך קיקיון
אין תש"כ ווען איך בין דערביי געווען מען האט און סאטמער בה"מ געגעבען דעם ערשטען עלי'
פאר א גר און דער עולם האט געשמייכלט אויף דעם וואס כ"ק מרן זי"ע האט פאר אים אויסגעלאזט
און עס האט לאנג ניט געדוירט וואס דער שמייכעל האט אויסגעוועפט געווען א CASE ניט סתם
ווען אין באבוב איז געווען א גר וואס נאכדעם ער האט שוין געהאט א משפה אויך עטליכע נאך די בר מצוה
האט ער געמאכט א U TURN
ווען און באבוב האט זעך געדרייט א שווארצער בחור איתן וואס האט געקענט היפש משניות בע"פ און מיד געווארען פון עסק
ווען עס איז איינגעשטאנען ביי מיר און שטיב א TEEN AGER א פאר וואכען וואס אלס קליין קינד האט מען איר מגייר געווען
ציזאם מיט די מוטער און צוריקגעגאנגען צו די משפחה פון גוישען טאטע
ווען זוגת שתחי' האט אנגערופען ר' אברהם גאלדשטיין זיך אינפארמירען אויף א גר וואס האט זיך געדרייט ביי איים ווען ער
האט געוואנט אין בופעלא או ר' אברהם האט געזאגט "איר קענט א נארמאלען גר ?"
ווען דער MANAGER פון ועד להכנסת אורחים האט געהאט א געהילף א גר וואס פלעגט שלעפען די זעקלעך בעט געוואנט מיט הוט רעקיל און גארטעל
נאך די חתונה זיך אנגטיען שווארצע זאקען , א פאר וואכען שפעטער פרעג איך דעם MANAGER וואס מאכט דיין שנה ראשונה'ניק ?
זאגט ער מיר "שוין נאך דעם גט געפארען קיין א"י זיכען א שידוך"

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 1:40 pm
דורך קיקיון
אודאי איז דא SUCCESS STORIES
איך געדענק אויך ווען איך האב אלס חתן געלערנט אין א בה"מ און אויף דעם נעקסטען טיש
איז געזעסען א איד וועמעס ווייב די גיורת האט געמאכט פאר א שתו"מ מיט "זיין" אינגערמאן
אין זיך געמיטשעט אויף חומש
איך שרייב "זיין" ווייל ער האט אים אויסגעהאלטען און בזכותו האט כלל ישרא פארדינט א ערנסטער מורה הוראה
וואס איז א ספעציאליסט אויף א קאמפלעצירטע מקצוע פון די חמורות שבחמורות

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 1:50 pm
דורך להגדיל שמו
ווען איך בין געווען "ווייס" אויף אייוועלט, יעצט האב איך.איבער צוואנציג פעדזשעס אומגעליינטע אשכולות.
ביטע הערטס אויף צי שרייבען פאר איין וואך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 3:35 pm
דורך קיקיון
בערך ??
די שטאט האט געקאכט מיט א "מזוזה ליינער" מען האט אים געברענגט די מזוזוח פון די דירה
און ער האט ארויסגעליינט וואס די פראבלעמען זענען און געטיילט ישועות מענשען זענען ארויס פון
התפעלות ווי ער האט ציגעטראפען
ביז עס איז געקומען א קלוגער וואס האט פארשטאנען זיין חכמה
דער ליינער פלעגט ליינעו הויך און געקוקט און דעם בעל המזוזה און פנים ער האט געזאגט ביתך
און געזען אז יענער ווערט בלאס האט ער שוין געוויסט ווי ער האט צי פרעגען און יענער האט זיך גארניט
געכאפט אז ניט דער ליינער ליינט נור ער פלאפעלט אז ער האט פראבלעמען און שטוב אזוי ווייטער
יענער איז בלאס געווארען ביי ואכלת ושבעת פרנסה פראבלעמען
איז געגאנגען דער קלוגער און געברענגט א נייע מזוזה און מיטגעשפילט וכ' וכ'
א צייט נאך דעם וואס ער איז נעלם געווארען ווייזט מיר א שכן א טשעק וואס יענער האט
באקומען פון א קליענט און מיט דעם אים באצאלט דירה געלט
דאס הייסט אז א טשעק האט ער ניט געקענט ליינען וואס די פראבלעמן זענען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:30 am
דורך קיקיון
זעעננדיג אשמע'ס בילד פון דעברעצין דעם אייר
בילד
האב איך זיך דעמאנט פון Jenő bácsi אן אונגארישער מינהארעץ וואס איז געווען א זשעניטאר
אין באבוב אויף 176 ברוקלין עוועניו
ווען מען האט אים געפריווט צו פאררעכטען די תפילין זאלען ניט זיין אויף דעם שטערען
האט ער זיך גערעגט
איך האב געלייגט תפילין אין די באראקען אין אונגארישען מיליטער און מען וויל מיר לערנען

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 3:55 pm
דורך קיקיון
אין דעברעצין האבען הורי ע"ה געוואינט נעבען א נאדבורנער בנש"ק
דאס דחקות אין שטוב איז געווען מורא'דיג
א זון זיינער האט אחרי עבור זעם מצליח געווען און געווען א שיינער תומך
ווען עס איז געקומען צי אים א בנש"ק האט ער אים ניט געגעבען א געקנייטשטע באנקנאט בהסתר
בדרך כבוד מ'שטיינס געזאגט נור אפען
"איך וויל ניט ער זאל דארפען ווארטען ביז ער גייט ארויס זאל ער שוין הנאה האבען"

איך געדענק נאך ווען...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 4:06 pm
דורך ענדע צדיק!
אייוועלט - זומער 'האט געלעבט'!

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 8:35 am
דורך קיקיון
מיין מלמד אין באבוב הרה"ח ר' שמחה יוסף וואלטער ז"ל האט אינז דערציילט תולדות צדיקים אונטער די ביימער אין פראספפעקט פארק
א פאר יאר שםעטער און אינזער צוויטע תקופה ביי אים האט ער געהאט אויפען טיש א זופניק ש"ס בכרך אחד
צי וואס ער האט עס געדארפט ביים לערנען מיט 11-12 יעריגע ווייס איך ניט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:08 am
דורך קיקיון
20923
ידידינו FARSHLUFEN האט געשריבען וועגען "מי שאכל שום"
האב איך זיך דערמאנט א כל נדרי נאכט בערך א יובל צוריק אין KNAPP MANSION
און חדר שני אויף דער צווייטער זייט פון אה"ק ׁׁׁׁׁ(מזרח פוון אה"ק) בשעת מרן זי"ע דרשה
מען איז געווען ווי סארדינען דער עירקאנדישאן האט זיך כמעט ניט געפילט און אפשר
גאר אויסגעלאשען
און לעבען מיר איז געשטאנען א איד וואס האט ג'געסען שום ביי סעודה המפסקת
איך האב אפילו ניט געקענט מאכען פליטה אזוי געדרענגט איז געווען
און פרעגט מיר נישט
"האסט געוואל אנטלויפען? א ביסעל מס"נ הערען דברות קודש ניט געהאט?"
ווער האט געקענט הערען אין אזא מצב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 11:13 am
דורך msp
אוי וויי
טאקע שרעקליך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 11:22 am
דורך שנאפס
יישר כח קקיון פאר אייערע זכרונות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 2:33 pm
דורך יאנקעלע קליגער
הרב קקיון אפשר טיילט איר אונז מיט נאך אביסל פון אייערע זכרונות אין נעפ מענשאן
איך דענק אז דער ציבור וועט שטארק הנאה האבן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 3:11 pm
דורך קיקיון
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:הרב קקיון אפשר טיילט איר אונז מיט נאך אביסל פון אייערע זכרונות אין נעפ מענשאן
איך דענק אז דער ציבור וועט שטארק הנאה האבן

שוין היפש געשריבען און ר שמחה הי"ו אפשר נאך מער און גיין אויסזיכען ווי איז יענע ארבייט
דא האסט די א ביסעל
ns2.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=629431#p629431
viewtopic.php?p=629454#p629454
ns2.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=631179#p631179
viewtopic.php?p=631207#p631207
viewtopic.php?p=631248#p631248

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 3:36 pm
דורך יאנקעלע קליגער
א גרויסען דאנק אייך
מיר האבן שטארק הנאה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:28 am
דורך קיקיון
אין הליכות עולם האב איך ציגעצייכענט אז עס איז דא אופנים וואס מען קען מתקן
אן אות נפסק אין תפילין
איך בין ניט קיין סופר אבער איך ווייס דאס פון א בדידי הוה עובדא
א"מ ז"ל האט געהאט און געלייגט די תפילין פון אביו הי"ד
די תפילין האבען געהאט ביי אים א ספעציעלען חשיבות ניט נור דאס וואס אביו האט דאס געלייגט
אויך ווייל זיי זענען גאר מהודר פון א סופר מפורסם וואס ער האט געקויפט פאר דעם טאטען
בעירוב ימיו האט ער מיר געבעטען איך זאל עס געבען בודק זיין
רופט מיר אן דער סופר א נאנטער קרוב אז איך זאל אויסטראכטען א סיבה פארוואס ער קען עס אים ניט צוריק
געבען אויף מארגען אינדערפרי ווייל ער דארף שרייבען 2 נייע פרשיות און דאס דערציילען קען מען ניט
וואס איז?
א סופר פון א פרירדיגער בדיקה האט מתקן געווען א נפסק אבער ער האט ניט געוויסט דעם פאטענט
פון מתקן זיין אלטע תפילין אז די פרישע טינט זאל זיך ניט שיילען פון די אלטע
און יעצט איז עס ערנסט נפסק וואס מען קען שוין ניט מתקן זיין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 6:01 pm
דורך פליגל
קיקיון האט געשריבן:אודאי איז דא SUCCESS STORIES
איך געדענק אויך ווען איך האב אלס חתן געלערנט אין א בה"מ און אויף דעם נעקסטען טיש
איז געזעסען א איד וועמעס ווייב די גיורת האט געמאכט פאר א שתו"מ מיט "זיין" אינגערמאן
אין זיך געמיטשעט אויף חומש
איך שרייב "זיין" ווייל ער האט אים אויסגעהאלטען און בזכותו האט כלל ישרא פארדינט א ערנסטער מורה הוראה
וואס איז א ספעציאליסט אויף א קאמפלעצירטע מקצוע פון די חמורות שבחמורות

האמת אגיד אז כ'אב דעם עפיזאד נישט פארשטאנען אזוי קלאר, מה עשה הקב"ה? כ'אב געטראפן ר' קיקיון אין א גוטער גוסטע און האט מיר מסביר געווען אין אישי ווי פאלגענד:
קיקיון האט געשריבן:#*#*#*# איז אויפגעוואקסען און א שטיב ווייט פון פון תו"מ ער איז אריין אין די US ARMY
און אנגעקומען קיין ענגלאנד ווי ער האט זיך באקאנט מיט א גויטע
אזויפיל האט ער געוויסט אז מיט א גויטע ניט חתונה האבען
און זי האט געזאגט אויב יא ווערען א איד דאמאלט אמתדיג
ווען איך האב אים קענען געלערנט איז ער שוין געווען ר' זאב אבער ממש אין די התחלה
האט ער אויסגעהאלטען א אינגערמאן וואס זאל לערנען מיט אים
ער האט ממשיך געווען אויסעהאלטען ביז דער אינגערמאן איז געווארען דומ"ץ און א חשובע
קהילה און איז איינע היינט פון די מומחים אין גאר א שווערע מקצוע וואס פארלאנגט ניט נור
בקיאות און שיקול הדעת און שו"ע ופוסקים נור אויך טעכנאלאגיע

מיין ענטפער אין אישי צו אים:
פליגל האט געשריבן:יישר כח!

דער אויבערשטער זאל אייך גיבן לאנגע געזונטע יארן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 6:08 pm
דורך מאנ-יימער
מיין ענטפער אין פאבליק צו אים איז די זעלבע.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 1:34 pm
דורך קיקיון
הורי ע"ה פלעגען שיקען די קיופאנס פאר די באבע ע"ה אין בני ברק
אבער נישט לאנג ווייל זי איז סוכ"ס געקומען צו אינז און תשט"ו
Capture.GIF

אויך האט מען געקענט שיקען פריזשידער
Capture.GIF


אייר תשי"ג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 1:35 pm
דורך היפאקריט
מיין זיכרון האט בעסער געארבעט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 8:25 am
דורך קיקיון
איך בין געווען ביי א וואך נאכט ביי און די סוכה פון מיין ידיד"ס איידעם
עס איז געווען א סקיילייט אין זיין דיינינג רום אבער די ווענט זענען געווען
צו ווייט פאר דופן עקומה האט ער אויפגעשטעלט א WROUGHT IRON GATE
גבוה י'
מיין ידיד האט מיר געשושקעט "עס געפעלט מיר ניט עס פילט זיך נישט סוכה'דיג"
__
א רב האט געעפענט די דאך פון העלפט זיין גרויסע שטוב האט ער געהאט דריי דפנות
ער האט דאך געוואלט האבען פיר ווענט האט ער געשטעלט א ברייטען שטענדער און א ווינקעל
איך געדענק נישט צי עס איז געווען תוך ג טפחים

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 2:07 pm
דורך קיקיון
50 פּלוּס יאר צוריק האט דער מרא דאתרא פון א בית מדרש'ל מכבד געווען א אינגעל
וואס האט נאך נישט געלייגט תפילין מיט מפטיר יונה

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 2:57 pm
דורך סביב העולם
נו ודאי ס'איז דאך געווען זיין אושפיזא

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 3:38 pm
דורך לכאורה
בר מצוה געהאט בו ביום?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 3:50 pm
דורך קיקיון
לכאורה האט געשריבן:בר מצוה געהאט בו ביום?

און ווען ער האט ענדליך געלייגט תפילין איז געווען אזא יו"ט אז גאנץ כלל ישרא'
האט נישט געזאגט תחנון

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 4:34 pm
דורך מיסטעריעז
קיקיון האט געשריבן:איך געדענק נישט צי עס איז געווען תוך ג טפחים

!!one in a million
יא!! ‎איינס‎ ‎אין 'מיליא‎ן'!