בלאט 34 פון 39

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 1:36 pm
דורך משנה מקום
לכאורה האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען אשרי ובא לציון האט זיך נישט אנגעהויבן מיט "מורי ורבותי ברשות הגבאים"

חחח

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 1:48 pm
דורך msp
לכאורה האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען אשרי ובא לציון האט זיך נישט אנגעהויבן מיט "מורי ורבותי ברשות הגבאים"


בעסערע עקאנאמישע צייטען געווען מן הסתם.....

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 1:51 pm
דורך אסותא
און איך געדענק נאך ווען אשרי ובא לציון האט זיך נישט גענדיגט מיט א "העלאו"...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 2:24 pm
דורך farshlufen
פונקט געהערט א שיעור פון הרי"ד שלעזינגער וואו ער רעדט איבער די פעלער פון ביפערס בשעת'ן דאווענען שמו"ע, דער יאר פון דעם שיעור איז תשס"ג.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 3:13 pm
דורך אסותא
אוודאי די טעכנלאגיע לויפט אזוי שנעל, אמאל איז א ראדיאו געווען א גאנצע געביידע, און היינט? א קליינטשיק סטעישן וואגגאן קען שוין האבן ראדיאו!..

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 5:54 pm
דורך לכאורה
אסותא האט געשריבן:און איך געדענק נאך ווען אשרי ובא לציון האט זיך נישט גענדיגט מיט א "העלאו"...

דערמאנסט מיך טאקע די צייטן וואס דאס דאווענען פלעגט זיך נישט ענדיגן ביי אשרי ובא לציון

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 9:04 pm
דורך קיקיון
פאר 35 יאר צוריק איך האב ג'עפענט א געשפט און געקויפט אן ADDING MACHINE
האט מיר א"א ז"ל געבעטען איך זאל נזהר זיין פריווען די מאשין א פאר מאל אין טאג
איך זאל ח"ו ניט נכשל ווערען
Capture.JPG
Capture.JPG (35.33 KiB) געזעהן געווארן 507 מאל

אן עלטערער איד וואס האט געהאט א געשעפט אין מיין שכינות און עס פארקויפט
גייט נאך אריין מזמן לזמן העלפען
ביז די נייע בעה"ב האבען אים געבעטין ניצען דעם SCANNER ועגען אינווענטאר
האט ער בשום אופן ניט געוואלט ניצען די מאשין
א פאר זאכען האט ער גערעכענט מיט דעם קאפ מערערע מיט א פענסיל
אז דער קאפ זאל ניט זשאווען

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 9:49 pm
דורך Alien
לדעתי איז די ברשות הגבאים ביים דאווענען א גרויסע עוולה.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 10:24 pm
דורך מי הוא זה
מאכען זיי דען מער געלד ווען מען רעדט?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 11:32 pm
דורך קיקיון
Alien האט געשריבן:לדעתי איז די ברשות הגבאים ביים דאווענען א גרויסע עוולה.

מי הוא זה האט געשריבן:מאכען זיי דען מער געלד ווען מען רעדט?

דא האט מען שוין געשריבן פון דעם ענין

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 9:29 am
דורך געלעגער
מי הוא זה האט געשריבן:מאכען זיי דען מער געלד ווען מען רעדט?


אויב רעדט ער צום דבר מאכט עס אויס ביי מיר

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 9:39 am
דורך farshlufen
מיר פרובירן צו פריאטירן צדקה לפי השו"ע, ולכן ביינונז מאכט דאס רעדן,אדווערטייזן, קאמפיינען, אפיל, טיי אווענט, דינער, מסיבה, טעלפאן קאלס, ציקירן און מוטשען נישט אויס אויף די נתינה.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 9:40 am
דורך פליגל
אויב גייט'ר פאר הכנסת כלה וכדו' גיב'ך'ם א טולער צוליב די גאטס/בושות פון האלטן א דרשה.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 9:44 am
דורך להגדיל שמו
farshlufen האט געשריבן:מיר פרובירן צו פריאטירן צדקה לפי השו"ע, ולכן ביינונז מאכט דאס רעדן,אדווערטייזן, קאמפיינען, אפיל, טיי אווענט, דינער, מסיבה, טעלפאן קאלס, ציקירן און מוטשען נישט אויס אויף די נתינה.

דאס איז א הויכע מדרגה אין צדקה, ווייל געווענדלעך געט די מענטש לויט די געפילען, און רוב מאל איז עס נישט לויט די שלחן ערוך.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 10:05 am
דורך קיקיון
איך האב אמאל פירגעהאלטען א גבאי פארוואס ער קלאפט אויס די זמני התפילה פאר דעם צווייטען ברכו ליל ש"ק
און קען ניט ווארטען ביז נאך ק"י
ענטפערט ער אז אין ק"ק פלונית (איך האב שטארע געפילען צו דעם מקום) קלאפט מען אויך אויס הודעות פאר דעם צווייטען ברכו
זאג איך אים אז דארט זאגט מען ניט דעם צווייטען ברכו
זייט דאמאלט ווארט ער אויף נאך ק"י

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 11:54 am
דורך מאנ-יימער
להגדיל שמו האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מיר פרובירן צו פריאטירן צדקה לפי השו"ע, ולכן ביינונז מאכט דאס רעדן,אדווערטייזן, קאמפיינען, אפיל, טיי אווענט, דינער, מסיבה, טעלפאן קאלס, ציקירן און מוטשען נישט אויס אויף די נתינה.

דאס איז א הויכע מדרגה אין צדקה, ווייל געווענדלעך געט די מענטש לויט די געפילען, און רוב מאל איז עס נישט לויט די שלחן ערוך.

לאוו דווקא אין צדקה נאר בכלל א הויכע מדריגה אז ס'זאל זיין מח שליט על הלב און א דרשה זאל נישט מאכן קיין רושם.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 4:30 pm
דורך ניק ניק
farshlufen האט געשריבן:מיר פרובירן צו פריאטירן צדקה לפי השו"ע, ולכן ביינונז מאכט דאס רעדן,אדווערטייזן, קאמפיינען, אפיל, טיי אווענט, דינער, מסיבה, טעלפאן קאלס, ציקירן און מוטשען נישט אויס אויף די נתינה.

גם אני, און רחמנות נוץ איך אויך לקיים מצוות בוראי של הדבק בדרכיו מה הוא רחום וכו'

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 27, 2014 1:26 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
ווען מהאט געקענט האלטן א זופ טעללער אויף א שטאפענע הוט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 27, 2014 1:30 pm
דורך פער בריסטאו
איך געדענק נאך ווען קול מבשר האט זיך אנגעהויבן "קול מבשר אינפארמאציע ליניע פאר נייעס דריקט נומבער איינס...."

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 27, 2014 1:32 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
פער בריסטאו האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען קול מבשר האט זיך אנגעהויבן "קול מבשר אינפארמאציע ליניע פאר נייעס דריקט נומבער איינס...."


די ביסט מסתמא א גאון נפלא

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 03, 2014 2:34 pm
דורך קיקיון
און: "איי-וועלט כשרות אפטיילונג" msp האט געשריבן:
verveist האט געשריבן:יא דאס פארשטיי איך דאס איז א גאנץ אנדערע געשיכטע
(כעין אַבל לא ממש, דהתאחדות התחיל ליתן הכשר על ישן)


מען דארף אכטונג געבען אז עס זאל נישט זיין א חומרא דאתי לידי קולא
אז אין אלטע מעהל קען זיך מער מאכען מילבען

חדש מעהל קען אויך ווערען
איך האב געהאט געשעפטליכע קשרים מיט איינעם פון די שווארץ ברודער די בעה"ב
פון סקווערער לאקשען, ער האט מיר דערציילט ווי אזוי דאס געשעפט איז צוגורנד געגאנגען
זיי האבען באשטעלט א וואגאן מיט מעהל, אזוי ווי עס איז געווען א ניי געשעפט און ניט געהאט
קיין קרעדיט האבען זיי געמיזט געבען א טשעק פון פאראויס, דאס מעהל איז שוין געווען אינטערוועגענס
און דער מיל רופט זי אן אז דער טשעק האט געקראכט און זיי האבען אפגעשטעלט דעם וואגאן
אויף זייטיגע רעלסען ביז עס וועט ווערען אויסגעצאלט במיטב
עס האלט געויערט גענוג לאנג אז דאס מעל זאל איגאנצען ווערמיג ווערען, מען האט גארניט געקענט מציל זיין

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 05, 2014 10:16 pm
דורך קיקיון
איך האב באקומען א בריעף פון די SELECTIVE SERVICE (פריזיוו פאר די וואס ליינען מעשה ביכלעך) אז מען האט מיר צוגגענימען דעם
4D פטור אלס RABBINICAL STUDENT און געגבען א 1A , איך בין ארויף צו רב לאננער ע"ה דער ממונה און תורה ודעת אויף די ענינים
(בה"מ איז געווען לעגאל א סניף פון תו"ד) זאגט ער מיר קודם גיי ארויף צי זיי און ווער געוואר פארוואס, האט מען דיר דארט דערצייילט
אז זיי האבען געשיקט בריעף פאר די ישיבות פארלאנגען רשימות פון אלע תלמידים און ווען זיי וועלען גראדואירען און די ישיבות האבען ניט
געענטפערט וועלען זיי אליין געוואר ווערען, אז איך וועל ברענגען א בריעף מיט א GRADUATION DATE באקומ איך צוריק דעם 4D
ווען איך האב גראדואירט האב איך געדארפט האבען א סמיכה איך זאל קענען אנננעמען א פאסטען האט מיר הרה"ג ר גדלי' שארר זצ"ל
געגעבן
ord.JPG

קוקטס גוט וועט איר זעהן אז עס פעלט "יורה יורה", א פאסטען האב איך באקימען ביי חברה ___ אנשי __ ווי א קרוב איז געווען אויף
דעם וועד הנהלה און פארען רב האט שוין ניט אויסגעפעלט דער טיטעל,
א RABBI בין איך געווען צוויי יאר וועגען די LOTTERY וואס ניקסאן האט איינגעפירט
ווען איך האב געזעהן נאנט צי סוף יאר אז מען האלט נאך ווייט פון מיין נומער האב איך רעזעגנירט, אז מען איז נור געווען איין טאג א 1A
און מען האט ניט געריפען יענעם יאר איז מען שוין געווען פטור

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 06, 2014 12:13 am
דורך טאלאנטפולער
פער בריסטאו האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען קול מבשר האט זיך אנגעהויבן "קול מבשר אינפארמאציע ליניע פאר נייעס דריקט נומבער איינס...."

פארדעם פלעג ער זאגן 'קול מבשר אינפארמאציע סיסטעם'

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2014 3:03 pm
דורך יוראפ
... מ'פלעגט נוצן די דינע אייזן (גיי ווייס וויזוי ס'הייסט [עכט פלעגט מען עס נוצן ווען ס'קאלט (באט יו געט די פוינט... [אה ס'האלט שוין ביי דריי פוינטס נו גוט])]) אויפצוהאקן די אייז
און נישט צו קלאפן אויף די גארבידזש קענ'ס אז די ראטן זאלן ארויסטאנצן פאר מ'קומט נאנט...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2014 3:38 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
ווען משלוח מנות זענען געווען גרויס נישט קיין mini's