Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג פבואר 18, 2014 11:05 pm

איך האב אנאלזירט אז אין אפסטעט וועט א פרעמדער ענדריש גריסען, אפילי מען קען זיך נישט, ווי אין די סיטי.

Advertisement

דינסטאג פבואר 18, 2014 11:15 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:איך האב אנאלזירט אז אין אפסטעט וועט א פרעמדער ענדריש גריסען, אפילי מען קען זיך נישט, ווי אין די סיטי.

איך האב דאס זעלבע אבזערוורט סיי און ק"י און סיי און ש"ס
איך בין אמאל געשטאנען פאר א הויז אן ק"י און עטליכע וואס זענען אדורך האבען מיר געגעבען שלו'
דער הסבר א פשוטער אין שטאט קען מען כמעט ניט די שכנים ווער זאגט אז איך דארף אים געבען שלו'
אפשר פארקערט

דינסטאג פבואר 18, 2014 11:52 pm

קיקיון האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:איך האב אנאלזירט אז אין אפסטעט וועט א פרעמדער ענדריש גריסען, אפילי מען קען זיך נישט, ווי אין די סיטי.

איך האב דאס זעלבע אבזערוורט סיי און ק"י און סיי און ש"ס
איך בין אמאל געשטאנען פאר א הויז אן ק"י און עטליכע וואס זענען אדורך האבען מיר געגעבען שלו'
דער הסבר א פשוטער אין שטאט קען מען כמעט ניט די שכנים ווער זאגט אז איך דארף אים געבען שלו'
אפשר פארקערט

פאר די וואס וועלן זיך מוטשן

ש"ס = שיכון סקווירא

מיטוואך פבואר 19, 2014 1:18 am

לכאורה האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:[ פאר די וואס וועלן זיך מוטשן ש"ס = שיכון סקווירא

ווער האט זיך געמוטשעט?
דער עולם איז שוין ציגעוואנט מיט מיין שרייבען, אז מען קלאפט זיך אן עפעס וואס מ'פארשטייט ניט
גיט מען א ציע מיט די פלייצע (און מען ברימט א ברכה) און מען גייט ווייטער

מיטוואך פבואר 19, 2014 7:05 am

איך האב מיך געמוטשעט, געמוזט טראכטן א וויילע ביזן כאפן די נוטריקון.

מיטוואך פבואר 19, 2014 7:41 am

איך שטיי און טראכט וואספארא אות האט ער פארמישט...

מיטוואך פבואר 19, 2014 8:23 am

א דאנק לכאורה!

מיטוואך פבואר 19, 2014 8:52 am

דאס איז א מכת מדינה, קומט פון דעם הו הא יאגן ואנחה ניו יארקער סטיל לעבן, אין די אנדערע שטאטן גריסן זיך מענטשן מער ענדערש ווי אין ניו יארק, לדוגמא, בבחרותי בין איך אמאל ארומגעקראכן אויף די וועגן און שטעגן פון די בערג פון טוסאן אריזאנע קוקענדיג פלאות הבורא, א יעדער איינציגער וואס האט אונז בעגעגנט האט אונז געגריסט, דאס פאסירט נישט און נעוויארק און אומגעגנט.

מיטוואך פבואר 19, 2014 3:27 pm

איך פיר א מערכה אין ניו יארק מיט די גריסערייען!! אין גריס יעדעם איינעם וואס קוקט שוין אויס אין די 40'גער יארן, צו איך קען אים יא צו נישט! איי יענער מוטשעט זיך צו כאפן פארוואס כ'האב אים געגריסט, טו בעד!!

אינגעלייט גריס איך נאר וועם איך קען, און אפי' כ'קען אים נאר א טראפעלע, אלס א ערשטע שוועסטער קינד, פונעם עלטער באבענס שוואק! דאס קאווערט א גרויסע רוב פון די אינגעלייט. און די איבריגע, האבעך נאכנישט גענוג שטארקייט צו גריסן. כ'וויל נישט מען זאל לאכן.

מיטוואך פבואר 19, 2014 3:59 pm

אין וועכע קאטעגאריע פאל איך?

מיטוואך פבואר 19, 2014 4:06 pm

יוראפ האט געשריבן:אין וועכע קאטעגאריע פאל איך?

לויט זיין בילד, ביסטו לעצטענס געפאלן אין אלע קאטעגאריעס!! כאפ זיך צוריק בייצייטענס איידער עס איז צו שפעט!

מיטוואך פבואר 19, 2014 4:07 pm

קענסט שפעטן ביז מארגן - ואל יבוש מפני המלעיגים

מיטוואך פבואר 19, 2014 4:12 pm

יוראפ האט געשריבן:קענסט שפעטן ביז מארגן - ואל יבוש מפני המלעיגים

וואס גייט זיין מארגען? דעמאלס מוזטו שוין נישט מקיים זיין די מאמר חז"ל, הא? פארשטייסטו שוין פארוואס כ'זאג ביסט געפאלן?

מיטוואך פבואר 19, 2014 4:18 pm

מארגן גייט זיין געפרארן לויט DYB

מיטוואך פבואר 19, 2014 4:21 pm

יוראפ האט געשריבן:מארגן גייט זיין געפרארן לויט DYB

נא ממילא??? המצטער פטור??

קל וחומר פון די סוכה! מה דאך די סוכה, וואס די גיום וועלן פארשעמען ווען משיח וועט קומען, איז מען פטור אויב ס'איז שטארק קאלט, כ"ש ביזיונות, וואס א איד האט דיר פארשעמט, ביסטו זעכער פטור אויב עס איז קאלט!

פרייטאג פבואר 21, 2014 12:00 am

איך גריס ווען איך בין א גוטע גוסטע, אויב שטייט מען אויף אויף די לינקע זייט זאלסטע מיר ניטאמאל אנקוקן.

פרייטאג פבואר 21, 2014 8:32 am

איך געדענר נאך ווען מאן יימער האט נישט געהאט ידיד'ס אוואטאר

פרייטאג פבואר 21, 2014 9:02 am

פשי! איר מוזט שוין זיין גאנץ אלט צו קענען אזאנס געדענקען.

פרייטאג פבואר 21, 2014 10:16 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך פיר א מערכה אין ניו יארק מיט די גריסערייען!! אין גריס יעדעם איינעם וואס קוקט שוין אויס אין די 40'גער יארן, צו איך קען אים יא צו נישט! איי יענער מוטשעט זיך צו כאפן פארוואס כ'האב אים געגריסט, טו בעד!!

אינגעלייט גריס איך נאר וועם איך קען, און אפי' כ'קען אים נאר א טראפעלע, אלס א ערשטע שוועסטער קינד, פונעם עלטער באבענס שוואק! דאס קאווערט א גרויסע רוב פון די אינגעלייט. און די איבריגע, האבעך נאכנישט גענוג שטארקייט צו גריסן. כ'וויל נישט מען זאל לאכן.

אהה, דו ביסט דער וואס שטייט אייביג אויף ליע ראדני און שאקלסט מיטן קאפ?

פרייטאג פבואר 21, 2014 1:50 pm

שנאפס האט געשריבן:

נע כ'גלייב נישט אז דו ווייסט, מאכסט זיך!!

אדרבה, זאג מיר וועלכע פון די פיר קארנעקס, "סאנעלע פארקאש"? "באנדא 24"? "82 יאטקע"? "חייוועי"?

מאנטאג פבואר 24, 2014 10:07 am

ווען ס'איז נאך נישט געווען צעטעלעך
ציליינען פארן דאווענען !!

מאנטאג פבואר 24, 2014 1:42 pm

אונזער רב זז"ג האט טאקע פארבאטען די צעטליך בלא ימצא אין אונזער ביהמ"ד

דינסטאג פבואר 25, 2014 10:34 am

msp האט געשריבן:אונזער רב זז"ג האט טאקע פארבאטען די צעטליך בלא ימצא אין אונזער ביהמ"ד

ווער איז אייך מודיע די אלע וויכטיגע ענינים..??
אפשר ביי עימעיל

דינסטאג פבואר 25, 2014 10:57 am

איך געדענק נאך ווען אשרי ובא לציון האט זיך נישט אנגעהויבן מיט "מורי ורבותי ברשות הגבאים"

דינסטאג פבואר 25, 2014 12:19 pm

לכאורה האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען אשרי ובא לציון האט זיך נישט אנגעהויבן מיט "מורי ורבותי ברשות הגבאים"

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
שרייב א תגובה

Advertisement