בלאט 3 פון 39

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 12:12 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
דאס געדענק איך שוין נישט, ווען איך וועל מיר דערמאנען וועל איך עס אריינשרייבן דא.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 12:15 pm
דורך מאנ-יימער
פרעג אן ביי דיינע ארומיגע

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 12:17 pm
דורך טראנספארט
...ווען עס פלעגט זיין מער צו ליינען אין די פארומ'ס.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 12:25 pm
דורך ווינקל
ווען א געוויסע ניק קרעמער פלעגט דא שרייבן, כליפ כליפ...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 12:27 pm
דורך מאנ-יימער
טראנספארט האט געשריבן:...ווען עס פלעגט זיין מער צו ליינען אין די פארומ'ס.

די סיבה דערצו
ווינקל האט געשריבן:ווען א געוויסע ניק קרעמער פלעגט דא שרייבן, כליפ כליפ...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 2:44 am
דורך msp
די טעלעפאנען וואס מען האט געמוזט דרייען די נומערען...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 6:17 am
דורך קיטשי
ווען די זאך פון וואס מהאט געציטערט איז געווען ענטרעקס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 8:44 am
דורך טייבעלע
טאנצען הארא איז געוועהן א דבר אסור.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 9:59 am
דורך שויתי'ניק
ווען מען האט זיך געשעמט צו עסן אייזקריעם אינמיטן גאס
ווען א חסידיש אויסזענדער האט נישט געדאווענט אנע הוט און רעקל
ווען מען האט געדאווענט מנחה פון א סידור, (נישט פונעם כלי)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:05 am
דורך msp
אוי שויתי'ניק
עס בענגט זיך....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:20 am
דורך טייבעלע
ווען גיין מיט העד-פאונס אויפען אויער און צוגעטשעפעט צו ריקארדערס וכל חניכא דילי' האט געהייסען אן אויסגעלאסענע (שייגעץ) זאך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 12:41 pm
דורך שויתי'ניק
טייבעלע האט געשריבן:ווען גיין מיט העד-פאונס אויפען אויער און צוגעטשעפעט צו ריקארדערס וכל חניכא דילי' האט געהייסען אן אויסגעלאסענע (שייגעץ) זאך.

הערנדיג אין יענע תקופה אסאך דרשות, האט מיר עס געארט פארוואס עס הייסט א נישט שיינע זאך, כ'האב געהאלטן אז עס איז זייער א גוטע זאך, צוליב מיין נגיעה צו הערן ווי מער...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 08, 2012 10:57 am
דורך שלומי אמוני ישראל
ווען די נגיעה איז געווען צו הערן וואס מער, און נישט צו זעהן וואס מער

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 08, 2012 11:03 am
דורך אזוי צו אזוי
ווען נאר די פרומע אינגלעך זענען געגאנגען מיט הויזן טרעגער (שלעקעס)

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 08, 2012 1:21 pm
דורך תרנגול
ווען א פעדער/ פענסיל האט געהאט נאך אן אויפגאבע: צוריק ארויפצודרייען די ברוינע לאנגע פלעסטיק רעדל וואס האט זיך ארויסגעדרייט פונעם טעיפ. (פארשטייט זיך אויב מ'האט געהאט מזל אז ס'האט זיך נישט פארטשעפעט ערגעצוואו אדער צוריסן)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 2:45 am
דורך msp
ווען א מייזעלע האט נישט געמאכט קליק

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 3:26 am
דורך מכטי1
קינדער האבען נישט געוואסט וויאזוי מ'נוצט א קאמפיוטער...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 7:41 am
דורך msp
היינט קענען קינדער בעסער ווי די עלטערען...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 8:34 am
דורך טייבעלע
ווען אין א"י האט מען גענוצט פאר די פאבליק-פאון א מטבע וואס האט גהייסען "אסימון".

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 9:00 am
דורך טייבעלע
ווען מען האט געקויפט היטען ביי סעלקאו אין א ביבער הוט האט געקאסט $50.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 9:04 am
דורך msp
טייבעלע האט געשריבן:ווען אין א"י האט מען גענוצט פאר די פאבליק-פאון א מטבע וואס האט גהייסען "אסימון".


הוי טייבעלע
ברענגסט מיר זכרונות פון מיין צייט אין קול תורה....
איך געדענק נאך אויך די אוטובוסים קארטעס וואס מען האט געלאזט מאכען לעכער יעדען טאג אנ'אנדערע מין לאך....

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 9:08 am
דורך טייבעלע
די לעכער אין די קארטלעך לכאו' גייט נאך אהן היינט,

מ'וועט ווארטען אויף אונזערע חברים פון א"י צו באשטעטיגען.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 9:11 am
דורך msp
דו ווייסט טייבעלע אז זייט איך האב אפגעלאזט קול תורה אין תשמ"ח בין איך נישט געווען אין אר"י.....

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 9:15 am
דורך טייבעלע
דאס איז שוין זייער לאנג, איך בין געוועהן דארט ביי די ערשטע איראק מלחמה און זיך אנגעטוהן מיט א מאסקע ביי די פייפערייען.

-------------
ווען פינף ש"ח זענען נאך געוועהן אין פאפיר.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 9:18 am
דורך טייבעלע
די קאמפיוטערס זענען געלאפן אויף דאאס, און די אידישער פראגרעם וואס דער המון האט גענוצט איז געוועהן איינשטיין.