בלאט 2 פון 39
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 12:43 pm
דורך סאכדעס
אז מ'זאל געדענקן וואס עס האט פאסירט, לינק איך דא דעם
אשכול.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 2:58 pm
דורך אונגארישער
ווען מהאט געקענט טרעפן טריאו אין אישי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 8:01 pm
דורך scy4851
סאכדעס האט געשריבן:פארדינט האט געשריבן:משה קאפויער האט געשריבן:און איך דענק נאך ווי 'פארדינט' האט עס ארויפגעשלעפט אין א גרינעם דינסטאג
סיניש געווען א גרינער דינסטיג, סי'געווען אנאנדערער קאלער, וועלעכע? אה דאס דענקעך שוין נישט...
לכאורה א געלע...
זיכער א געלע?
אפשר גאר א גאלדענע....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 9:24 pm
דורך שמערי בערי
איך געדענק נאך ווען "היימישע קרעטשמע" איז געשטאנען, און עטליכע אשכולות וואס זענען איצט געגרינדעט געווארן וואלטן בימים ההם פארמעקט געווארן נאך איידער ס'וואלט געשריבן געווארן איין איינציגע תגובה דארט....
חבל על דאבדין, געווען גוטע צייטן אמאל...
(מ'קען מיר מעקן... כ'האב מיר נאר געוואלט אויסגעבן ווייל ס'רוישט אין מיר!!!)
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 4:20 am
דורך סאכדעס
כ'דענק נאך ווען שמערי האצעך נישט גענעמען אזוי צום הארצן די הויזן. DTF
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 11:58 am
דורך קרעמער
.. מען פלעגט שושקענען ביי יעדע קלונג פון א סעלפאון אין ביהמ"ד
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 1:49 pm
דורך אור
יעדער האט געטרינקן קאלאר סאדא!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 2:55 pm
דורך ניק ניק
איך געדענק נאך די אכציגער יארן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 3:52 pm
דורך יענקל פאטאש
קען זיין שוין אמאל געברענגט דא אבער איך האב עס נישט געטראפען
ווער געדענקט נאך???
• .. ווען א ווייסע בארד האט געמיינט א מלחמה איבערלעבער...
• .. ווען א "פאבליק" טעלעפאן איז צוניץ געקומען פאר'ן פאבליק...
• .. ווען מ'האט גערעדט צו מענטשן אנשאטא צו מאשינען...
• .. ווען ביי א "קידוש" איז געווען אויף וואס קידוש צו מאכן...
• .. ווען "שנה" ראשונה האט זיך געענדיגט נאך א יאר...
• .. ווען א "ספרים סטאר" האט פארקויפט בלויז ספרים...
• .. ווען עס האט געדויערט צייט צו ווערן אן "עקספערט"...
• .. ווען "צום ווידערזען" האט נאכנישט געמיינט " קענסט שוין גיין"...
• .. ווען א "בעקערי" האט נישט פארקויפט "בלויז" היימישע פראדוקטן...
• .. ווען א "קאפקעיק" איז נישט געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאט דעם קאפ אויפםן פלאץ...
• .. ווען מענטשן זענען געווען מענטשן און אייער, אייער...
• .. ווען "האלבע" שיך איז געווען האלב...
• .. ווען "חול המועד" איז אדורך אן "חול המועד האלטן"...
• .. ווען א פסיכיאטאר האט נישט געדארפט קענען אידיש...
• .. ווען די פראגע "וואס הערט זיך מיט שלום בית" איז געווען א ווערטל...
• .. חינוך האט נישט געהאט א פארבינדונג מיט "טעיפס"...
• .. מ'האט געהאט חומרות פאר זיך און קולות פאר א צווייטן...
• .. ווען "קאנטרי" איז נישט געווען א "מוז"...
• .. דער חילוק צווישן א ספאדיק און א שטריימל איז געווען מערקבאר...
• .. פרישע עסן איז געווען א מעלה און "אווערנייט" א חסרון...
• .. ווען אויף ארץ ישראל איז מען געפארן זיך אויסלעבן די יאהרן בקדושה ובטהרה מתוך הדחק...
• .. ווען אויף אמעריקע איז מען געפארן פורק עול זיין ..
• .. ווען צו א רבי'ן האט מען נישט געדארפט ווערן "אריינגעלאזט" ..
• .. ווען א רבי האט נישט געמיינט די צאל בילדער אין מאגאזינען ..
• .. ווען אידיש האבן גערעדט אויך פרייע אידן .
• .. ווען ציונות האט געמיינט אפיקורסות ..
• .. ווען מען האט גערעדט פון ביאת המשיח ..
• .. ווען עס איז נישט געווען קיין אינטערנעט ..
• .. ווען יעדער האט געהאט נאר איין סעלפאון ..
• .. ווען דער פאפירענער מילך פלעשל האט זיך צוריסן ביי מויל ווייל א קינד האט געעפנט ..
• .. ווען אויף א שיף איז מען געפארן פון איין לאנד צו די צווייטע ..
• .. ווען אויף אן אפיקורס האט מען געזאגט ימח שמו ..
• .. ווען דער אראבער האט נישט פיינט געהאט דעם איד .
• .. ווען Windows האבן געמיינט פענסטער ..
• .. ווען מען האט געגעסן ברויט מיט פוטער פאר פרישטאג ..
• .. ווען מען האט געבויט א סוכה ..
• .. ווען מען האט צוגעגרייט צעהן ברעקלעך פאר בדיקת החמץ ..
• .. ווען מען האט אליין צוגעגרייט קנויטן פאר די חנוכה ליכט ..
• .. ווען מען פלעג אליין צוגרייטן משלוח מנות ..
• .. ווען מען פלעג באקוקן די סאלאט פון ווערים ..
• .. ווען מען פלעג באקן "קאקאש קעיק" ..
• .. ווען א גאלאן גאזאלין האט געקאסט 70 צענט ..
• .. ווען עס האט געקאסט א דאלאר צו רעדן אויפן "קאר טעלעפאן" ..
• .. מען האט געבויט דעם Thruway ...
• .. קינדער האבן נישט געהאט קיין גלעזער ..
• .. דער מלמד האט געמעגט טיילן ניסלעך פאר יעדן איינעם ..
• .. דער מנהל האט געמעגט געבן א פאטש ..
• .. ווען א ישיבה איז נישט געווען בלויז "למצויינים" ..
• .. מען פלעגט איינטינקען די חלה אין "גרעיפ זשוס" ..
• .. גאלדמאן'ס מילך ..
• .. ווען א רבי האט געמיינט אן עהרליכער איד ..
• .. ווען אן עהרליכער איד האט נישט געמוזט אויפנעמען מענטשן ..
• .. ווען מען האט נישט געוואוסט וואס עס מיינט "פענטעגאן" ..
• .. מען האט געכאפט סאדאם כוסעין ..
• .. ווען מען האט געהאט 3 קינדער אינעם הינטערשטן זיץ אינעם "סטעישן וועיגן" ..
• .. ווען די New York Post פלעגן קויפן נאר גויים ..
• .. בעדפארד עוועניו איז געווען א טו-וועי ראוד ..
• .. די גויים זענען געגאנען מיט היטן ..
• .. א כאפצעם (כאפט'ס אים) ..
• .. ווען מען פלעגט זאגן "כ'האב געהערט" אנשטאט "כ'האב געליינט אויף היידפארק" ..
• .. ווען ביי א חתונה פלעגן די געסט זינגען ..
• .. ווען יעדער פלעגט ליינען די אידישע ליכט ..
• .. ווען מען האט געוואוסט וואס חסידות איז אהן הסברים און לעקציעס ..
• .. ווען א מחבר ספרים איז געווען א תלמיד חכם ..
• .. ווען א רשע איז נישט געווען א תינוק שנשבה ..
• .. ווען משפחה האט נישט געמיינט א פושקעלע קארן אדער א פלאש אויל ..
• .. ווען מען פלעגט נוצן דעם קאפ צו וויסן וויפיל עס איז 10 X10 ..
• .. ווען מען פלעגט בלאנזשען ביז מאנרא ..
• .. צו פארן אויף מאנטריאל איז מען געפארן מיטן 9 W ..
• .. ווען אלטע אידן זענען געפארן אויף פלארידע ..
• .. ווען מען האט געדארפט קויפן א טעיפ ..
• .. ווען מען האט געהאט קעש אין טאש ..
• .. מען האט עפעס געקענט קויפן פאר א קוואדער ..
• .. ווען א שייגעץ איז געגאנגען אהן א קאפל ..
• .. ווען צעהן טויזנט דאלאר איז געווען געלט ..
• .. די צייטן וואס ווען מען האט נישט געהאט קיין געלט האט מען נישט געקויפט ..
• .. ווען א Hot Cup האט געמיינט א הייסע גלאז ..
• .. ווען מען האט געגעסן אייזקרים בלויז אין די זומער ..
• .. ווען עס פלעגן זיך צוברעכן גלעזער ביי א שבע ברכות ..
• .. ווען מען האט געדארפט ווארטן א האלבע שעה די זופ זאל זיך איבערווארעמען ..
• .. ווען די קינדער האבן געהאט ווואס צו טון ..
• .. ווען יעדער האט געהאט צייט ..
• .. ווען מען האט געגעסן פסח קארטאפל מיט אייער ..
• .. ווען מען האט געשמועסט איבער דעם "עפארדעבל חתונה פלאן" ..
• .. ווען מען האט געדארפט גיין שבת מער ווי 2 מינוט צו א בית המדרש ..
• .. אויף LYNCH האבן געוואוינט גויים ..
• .. ווען א לויער איז געווען א גוי אדער א פרייער איד ..
• .. ווען א הוט האט מען געקויפט ביי סעלקא ..
• .. ווען א Mouse האט געמיינט א מויז ..
• .. ווען די ווערטער "דער פרעזידענט" האבן געהאט עפעס א חשיבות ..
• .. ווען IPOD איז געווען "טערקיש" ..
• .. ווען נאר "טאטעס" האבן גערייכערט ..
• ...ווען 50 האט געמיינט א עלטערע יוד...
• ...ווען 30 האט געהייסן מידל עידשז...
• ...ווען א טאמאטע איז געווען רויט...
• ...ווען קארן איז געווען געיל...
• ...ווען באנאנעס זענען נאכנישט געווען רייף...
• ...ווען 'געילע קעז' האט מען געקויפט אין אנטווערפן...
• ...ווען קיין אנטווערפן איז מען געפארן מיט SABENA ...
• ...ווען אלטע יוד'ן האבן געהאט מיט די ריקן...
• ...ווען יסורים זענען געווען שמערצן...
• ...ווען סלייסטשיז האט געהייסן שויט...
• ...ווען בארביקיו טשיפס איז געווען חזיר-טרייף...
• ...ווען די רבי'ס פלעגן שרייען 'אוסטא קוטשא פייא'...
• ...ווען ארבעס האבן געהייסן זאכער-בונדלעך...
• ...ווען זכור בונדלעך האט מען געגעסן בלויז ביי א זכור...
• ...ווען באנקראטירט האבן בלויז גבירים...
• ..ווען ס'איז נאך געווען א בושה צו באנקראטירן...
• ...ווען מ'האט נאך געקענט בארגן געלט אן קיין ערב...
• ...ווען א קאמפיוטער האט געהאט בלויז דער טראוועל-עידשזענט...
• ...ווען אין גראסערי האט מען געוואויגן מיט א וואגשאל...
• ...ווען פאר אפיקומן האט מען געבעטן א זיגל מיט די נאמען...
• ...ווען אין'ם זיגל איז געשטאנען 'לה' הארץ ומלואה'...
• ...ווען פאר א חולה האט מען אויסגעזאגט גאנץ תהלים אין בית מדרש...
• ...ווען עלטערע יוד'ן האבען געהאט פאלטשע ציין...
• ...ווען יעדער האט אויף געהויבען דעם קאפ ווען אן עראפלאן איז אדורך געפארן...
• ...ווען אויף א ווילטשעיר האט מען זיך אפגעשטעלט קוקן...
• ...ווען אויף א צודרייטער האט מען געזאגט לא עלינו...
• ...ווען קיין רוסלאנד איז מען געפארן מיט א פאלטשע פאספארט...
• ...ווען א בריעף האט מען געשריבן מיט די האנט...
• ...ווען ס'איז געווען א בושה צו זיין א געלינקטער...
• ...ווען אויף א בר מצווה זענען געקומען צו פארן אלע פעטער'ס אין מימע'ס מעבר לים...
• ...ווען פאר א חתונה האט מען זיך געבאדן און געלייגט שלאפן אז מ'זאל נישט זיין מיד...
• ...ווען טאטע'ס האבן געקענט מער לערנען ווי זייערע קינדער...
• ...ווען ס'איז געווען אך און וויי אויב מ'האט נישט געקענט ביים פארהער...
• ...ווען מ'האט נאך געכאפט א פאטש פאר'ן נישט טייטלען מיט'ן פינגער...
• ...ווען קינדער האבען אפגעגעבן כבוד פאר עלטערע יודן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 4:23 pm
דורך ניק ניק
דאס רוב געדענק איך נאך ב"ה.
שוין אפאר מאל געווען דא אבער ס'נאך אלץ געקאסט א שמייכעל.
חידה: ווי אלט בין איך?...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 8:54 pm
דורך אננעמער
אלס קליין קינד פלעג איך אלץ הערן פון אידן: "איך געדענק נאך...", און דער צווייטער האט זיך באוויזן אז ער געדענקט נאך ... .
אלעמאל האב איך ארויסגעקוקט אויף דעם טאג, מתי יבא לידי ואקיימנה? ווען וועל איך אויך קענען זאגן "איך געדענק נאך...".
ב"ה, יארן זענען דורכגעלאפן, און כ'מיין אז כ'האלט שוין דארט! כ'בין שוין ענדליך אנגעקומען.
ווייל איך געדענק נאך...
...ווען מ'האט געקענט רעדן מיט א מענטש פאר א שטיק צייט און ער זאל נישט מפסיק זיין מיט א טעלעפאן קאל אדער טעקסט.
...ווען א גראסרי פלעגט פארקויפן עסן; א פרוכט סטאר – פרוכט; א בעיקערי – קעיק און ברויט; א ספרים סטאר – ספרים, וכו'.
...ווען א שטריימל איז געווען נידריג און א ספאדיק הויך.
...ווען א מקוה איז געווען א פלאץ וואס די בור הטבילה איז געווען א עיקר און די שויער א טפל.
...ווען נישט יעדער איינער האט געהאט צו טון מיט די הויט; האר; פימפלס, וכו'.
...ווען ס'געווען ביפער סטארס.
...ווען א טעלעפאן קאל קיין ארץ ישראל האט געקאסט אסאך און שיקן א בריוו האט געקאסט ווייניג.
...ווען צייטונגען זענען געווען געמאכט צו דערציילן נייעס און דאס גלייכן, און די רבנים צו פסק'ענען שאלות.
...ווען דינערס זענען געווען אן מוזיק און אן ווידיוס.
...ווען די גרעסטע ראפעל איז געווען פאר צוואנציג טויזענט דאלער, און נאר איינמאל א יאר.
...ווען איינער האט געזאגט אז ער וועט עס שיקן, האט דאס געמיינט אין די פאסט.
...ווען מ'פלעגט נוצן טשעקס צו צאלן בילס.
...ווען א קינד האט נישט געפאלגט האט ער באקומען מיט א שטעקן.
...ווען מחלות האבן געהאט געהעריגע נעמען נישט ראשי תיבות'ן.
...ווען ס'געווען א בושה צו גיין צו מקובלים.
...ווען נישט יעדער איינער האט געקענט זיין א זינגער.
...ווען א באמישע זינגער האט געמיינט איינער וואס האלט די מייק שיף.
...ווען ס'געווען א בושה זיך צו פארשטעלן אדער נאריש מאכן ברבים.
איז אלזא, אויב געדענק איך אזויפיל, ווי אלט בין איך?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 9:01 pm
דורך קרעמער
לידיעתך: עס איז פארהאן אזא אשכול "איך געדענק נאך ווען" [אויב איר ווילט, קען מען דאס צוזאמשמעלצן]
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 9:07 pm
דורך DotCom
דארפסט צו זיין 13 יאר... ווייל איך געדענק זאכן פון די 3 און 10 יאר צוריק איז נאך די אלע זאכן געווען רעלאטיוו.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 9:12 pm
דורך אננעמער
קרעמער האט געשריבן:לידיעתך: עס איז פארהאן אזא אשכול "איך געדענק נאך ווען" [אויב איר ווילט, קען מען דאס צוזאמשמעלצן]
נו נו
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 11:49 am
דורך 3x0
אננעמער האט געשריבן:...ווען ס'געווען ביפער סטארס.
אויף לי עוו. איז דא א געשעפט ווי מען קען נאך קויפן ביפערס...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 11:51 am
דורך מאנ-יימער
מיינסט לי אוו פאטא? כ'מיין זיי האבן שוין אראפגענומען די סיין...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 1:45 pm
דורך 3x0
סארי, איך האב נישט געוויסט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 1:50 pm
דורך שטייסטענישט
פאריגע ואך איז נאך דער ביפער סיין דארט געווען.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 2:26 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך בין די מינוט געווען אויף לי ראסס... דא איז דא א פיקטשער.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 2:40 pm
דורך מאנ-יימער
סארי, וועגן דעם האב איך געשריבן
מאנ-יימער האט געשריבן:כ'מיין זיי האבן שוין אראפגענומען די סיין...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 2:42 pm
דורך צום זאך
מיין זיידע געדענקט נאך ווען די סטאר פלעגט הייסן "BEEBERS', די סיין LEE AVENUE PHOTO איז א נייע זאך.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 3:21 pm
דורך שמן למאור
איך געדענק נאך ווען די אינטערוויא פון שמואל שפיצער איז געלעגן דא במילואו
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 5:50 am
דורך msp
איך געדענק נאך ווען סאכדעס האט געהעריג פונקציאנירט דא אין פארברענגען
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 3:02 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
מיין טאטע פלעגט וויינען צו מיר, ווער א מענטש
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 3:58 am
דורך msp
נו האסט אויסגעפאלגט?