גריסן און שמועסן
פרייטאג מרץ 28, 2008 12:37 am
שוין א לאנגע צייט, וואס איך שטיי און גיי און וואונדער זיך. מי הוא זה האיש "גור ארי'".
כ'מיין, וואס איז ער? און ווער איז ער?, וואס טוט ער דא?, ווער האט אים אהערגעבלאזן? און וואס זוכט ער דא? איז ער א לייב טאקע? אדער נאר א אינגע לייב? א לייבקע אפשר? א מאמע לייב? איז ער דער מהר"ל אדער דער ספר גור ארי', איז ער התמים גורארי' שי'? אדער דער יאנקישע אויפזעער?
וואס וויל ער? און וואס פלאנט ער? וואס גייט ער טון? און צו וואס צילט ער? וואס איז זיין מאטיוו? וויל ער שטופן די צייט דא? אדער סתם פארברענגן? דארף ער א גלעזל וואדקע? אדער נאר אביסל נעפא וועלי או דרי? גייט ער לויפן פאר פרעזידענט אדער נאר פאר סיטי קאנסול? צי אפשר פאר ראש הקהל?
ווער וויל אים? און ווער איז אינטרעסירט אין אים? וועם גייט דאס בכלל אן? און ווער קוקט אויף זיין זייט? וואס פארקויפט ער? און וועם פאפט ער? וואס נארט ער זיך? אין וועמענס זאק איז ער אריינגעכאפט? און וועם שטערט דאס בכלל?
וועם נערווירט ער? און וועמען טרעט ער אויף די געהירן? אויף וועמענס ראש איז ער פוסע? און וועמענס זינען גייט אראפגיין צוליב אים? וועם מוטשעט ער? און וועם באדערט ער? ולמה? מדוע? פארוואס טוט ער דאס?
אוי איז דאס א הארבע גור ארי', אלע מפרשים אויפן פלאץ, זאגן לא מצאנו ידינו ורגלינו בגור ארי' הזה, אדרבה קורא נעים, הכר נא למי החותמת ולמי הגור ארי'?
אוי גור ארי', גור ארי', צו וועמען און צו וועמען, לחי העולמים..
מי זה ואיזה הוא, זה גור ארי' .....
Advertisement
פרייטאג מרץ 28, 2008 12:40 am
דער נענטסטער אין די לעצטערע היסטאריע פון היימישע קרעטשמע צום נייעם 'לייב' איז געווען בני היכלא המכונה 'דער רבי'.
זאלסט אבער וויסן די אלע קשיות עגבערן מיר באמת, הלוואי ווען דו פארענטפערטסט כאטש טייל פון זיי.
פרייטאג מרץ 28, 2008 12:48 am
שוין מילער, איין קשי' האסטו שיין פארענטפערט.
אז איך בין טאקע א "לייב" האלט איך אויף א וועג. אז איך ווייס שוין וואס איך בין.
יעצט דארף איך עקטן ווי א לייב?
למשל;
איך דארף ברימען ווי א לייב?
זיין אזוי שטארק?
האבן אזא גרויסע שייטל?
וואוינען אין וואלד?
זיך קריגן מיט דוד המלך און מיט שמשון הגבור?
שרייען אין חודש אלול?
אנטלויפן פון אלע קדושים נוטרי ברית?
אנווארפן א פחד אויף די גאנצע יוניווערס?
ציטערן פון א יתוש?
דארף איך טאקע דאס אלעס טון יעצט?
אדער טו איך עס שוין, און דערפאר בין איך א לייב?
און זיי וויסן, געערטער הער מילער. אז אויב האט זיך נאר גע'היסטארי'עט אין היימישע קרעטשמע, איז דאס אלטץ געווען א קאץ קעגן א לייב שפיל, כלומר, היימישע קרעטשמע האט נאך ניטאמאל פארזוכט דאס טעם פון היסטאריע, וואס עס ווארט איר אלץ אפ, גרויסארטיגע פלענער אויפן צוקונפט, שטייען שוין גרייט אויפן וואגשאל, און זענען שוין אנגעשריבן פון ראש השנה פון ששת ימי בראשית, צו ערווירקליכט ווערן במהרה בימינו.
מיר שרייען אויס מיט פאטאש, היימישע קרעטשמע, רישט אייך!! איר האט נאכנישט גארנישט געזען!!
פרייטאג מרץ 28, 2008 12:50 am
לויט ווי איך האב פארשטאנען, איז ער א גורער חסיד מיט'ן נאמען ארי'.
פרייטאג מרץ 28, 2008 12:51 am
וואס א חילוק ווער ער איז, זאל ער נאר אנגיין מיט זיין יעצטיגע וועג.
פרייטאג מרץ 28, 2008 1:15 am
מאשקע האט געשריבן:לויט ווי איך האב פארשטאנען, איז ער א גורער חסיד מיט'ן נאמען ארי'.
לאכן, איז בכלל נישט דאס ווארט!
איך האב נאכנישט דעם אויסדרוק דערויף.
פרייטאג מרץ 28, 2008 1:18 am
מילער.
אז דו האסט עפעס וואס צו פרעגן סיי דאהי, און סיי אין אנדערע לענדער, אין עני פון די שבע מדינות ושבע ארצות ושבע ימים, ווי די קלינטאנ'טע האט זיך געפינען, וואס ס'איז דיר נאר אלץ שווער.
קאל גוראריעעטגוגלדאטקאם girarye עט גוגל.
למה אתה בוש? פארוואס שעמסטו דיך? דער תירוץ איז, די באקאנטע קינדערישע תירוץ אויף יעדע קשי', לכך, "וועגן".
פרייטאג מרץ 28, 2008 9:27 am
מאשקע געב אים א פרעג אויב ער פלאנאט טאקע צי לויפן פאר ראש הקהל
פרייטאג מרץ 28, 2008 10:23 am
גור ארי? אדער גרארי?
עס קען זיך אסאך ווענדען אין דעם.
פרייטאג מרץ 28, 2008 10:59 am
וואסי מיר א חילוק וואס די ווילסט, וועם די ווילסט, וויאזוי די ווילסט, די שרייב נאר, ס'גייט מיך לגמרי נישט אן.
פרייטאג מרץ 28, 2008 11:10 am
אמ, מיר גייען דורך דיינע שיינע הודעות, גור ארי'; איך קוועל.
פרייטאג מרץ 28, 2008 11:12 am
דער גור אריה שינט צו זיין א חתיכה הראויה להתכבד.
מיינע רבי'ס אין חיידר פלעגן טיישטען: גור, א יונגער לייב. אריה, אן אלטער לייב.
וכיצד יתקיימו שניהם? אולי בבחי' אברך, אב בחכמה ורך בשנים.
והכי נמי, אריה, בחוזק. וגור בשנים (או בחסידות, כשיטת ראה"ק)
פרייטאג מרץ 28, 2008 12:14 pm
גור'עלע, טייערער, נישט קיין חילוק ווער און וואס און פון וואס דו ביסט, דער עיקר איז, אז מיר אלע האבן דא הנאה, וואס גייט מיך אן מיט וועלכען ניק דו פארשטעלסטעך?
פרייטאג מרץ 28, 2008 1:41 pm
גור ארי', כ'מוז דיר זאגן: איך דענק נישט ווען א מענטשליכע געטייפטע שריפט זאל מיך אזוי צונעמען אין מיינע געפילן. ס'טיייטש, כ'בין זעהר א געפילישער מענטש, ווען עס וואקט אריין א מענטש אין ס'מעדערעש און ער האט אסאך ענערגיע וועל איך עס באלד שפירן, כ'מיין אז ס'רוב ציבור ווייסט בכלל נישט וואס איך רעדט...
אקיצער, פון געשריבענע ווערטער וואס מ'זעהט יענעמ'ס כתב, בינעך שוין פיל מאל געווארן געפערליך איבערגענומען. צומאל נאר אביסל, און צומאל גארנישט, ווענד זיך אין יענעמ'ס כוחות הנפש. און געטייפטע ספרים, אדער געטייפטע תגובות, איז אויך לפעמים קעמען שפירן יענעמס נפש וואס ער האט געהאט בשעת'ן עס שרייבן, אבער אויף אזוי טיף ווי איך זעה דאס כתב האב איך נאך נישט געשפירט. און דאס מאל איז עס געשעהן.. יא אזוי ווי איר הערט, יעדע שורה איז א באמבאסטישע כוח.. אוי, ממש די האר האבן זיך מיר אויפגעשטעלט פון טשילס.
גור ארי', טעל מי הו יו אר? מיללער זאגט נישט שלעכט, עס קוקט אפשר אויס ווי כאלי, אבער, כ'מיין אז דו האסט עפעס ספעציעל זיך געטוישט אויב יא, אדער גאר ביסטו נישט דער.
פרייטאג מרץ 28, 2008 3:30 pm
ווער עס ווייסט רעדט נישט.
ווער עס שפעקולירט, האט שוין קלאר ארויסגעשריבן.
יענער האט שוין געענטפערט, און געמעקט.
ואני אנה אני? בא!
שבת מרץ 29, 2008 11:14 pm
דער לעצטער שיינט צו זען פון די וואס ווייסן נישט.
סאכדעס הערצעלע, דיינע געפילן זענען מיינע געפילן, דיין הארץ איז מיין הארץ, ווארעם ווי א איד, דערשפיר איך דיינע טיפזיניגע הארץ טינט, דיין סענסיטיוויטעט צו שטארקע ענערגיע, קלאפט צוריק ווי א געווארפענע זאך צום וואנט, דער סעקונדע איך האב געפילט ווי שטארק מיין שריפט, האט אריינגעזעצט אין דיינע אינוועניגסטע גלידער, האט דאס גלייך אזוי שטארק צוריק אריינגעדרינגען טיף טיף אין מיר אריין, אז איך בין געווארן איין שטיק געפיל, איין שטיק הארץ, איך ווייס נישט וויאזוי מ'עסט אזאנס, אנה מלבי אברח, וואו אנטלויף איך דא פון דעם מצב?
דאס הערצל ווארפט זיך.
די נירן טאנצן.
די לעבער דרייט זיך.
די קאפ איז צומישט.
דער מח צו'חוש'ט.
די פיס שפרינגט.
די לונגען פאמפען.
די גאל לאזט ארויס די געלע מרה.
די מאגן עסט זיך אויף.
די גארגל קרעכצעט.
די שטים בענדער זינגען זיך אונטער.
די אדערן שטארן ארויס פון הייטל.
און ועל כולם שטייט דער האר פון קאפ סטענד סטיל.
פרעג איך אייך מיין טייער סאכדעס'ל, נאך אזא איבערקערעניש, זאל איך נאך וויסן ווער איך בין? אלעס אין מיר איז צוזעצט, צושפרינגען, צופארען, צולאזעט, צואווילדעוועט, ראשי בל עמי, לבי עזבני, רגליי אינן מוליכות אותי, ידיי הפסיקו עבודתם, פון יאוש און שרעקליכע צעפאלענקייט, קום איך דא אריין כגנב במחתרת ובבושת פנים, און פרעג די זעלבע שאלה וואס יעדן עגבערט און גריבעלט.
הייליגע באשעפער, מרא דבשמיא, לך נאר צו דיר, לך כי לך, ווייל צו דיר, לך אף לך אויך צו דיר, נא הקם מהרה גור ארי', עלהו מסבכו, הייב אים אויף פון זיינע פלאנטערנישן, הגלה נא, אנטפלעק אים, ס'זאל זיך אים עפענען די אויגן, ס'זאל זיין אתה הראת לדעת, מ'זאל זען און וויסן, כשם שאני מראה אותך את תבנית, פונקט ווי מ'ווייזט דעם געשטאלט.
אוי, איך האב נישט קיין כח צו מאריך זיין.
שבת מרץ 29, 2008 11:52 pm
אמבעליוועבל
זונטאג מרץ 30, 2008 2:15 am
קרעמער האט געשריבן:ווער עס ווייסט רעדט נישט.
ששששששש ששששש ויהס שוועמל את המחנה
זונטאג מרץ 30, 2008 12:41 pm
גור ארי'לע, סגייטמעך גאנץ ווייניג אן ווער די ביסט, און פארוואס די ביסט דא, ס'וועטער גארנישט העלפן, קום אהער דא און לייג דעך איבער, וואס? די מיינסט אז ווייל ס'דיין טאטע געלט איך ס'דיין חאווער? נאויפס! דא העלפט נישט קיין פראטעקציע, לייג דעך איבער, הע? די פרעגסט נאך פארוואס? די ווייסט נישט? וואס? העלעך דער זאגן!
איך זעה אז די קענסט יא, א_וואו ביסטע געוועזן ביז יעצט? העעעע? ווי ביסטע געווען פורים? ווי שיין וואלט ווען געווען א מגילת יגר עם פירוש גור ארי'? כ'מיין אז די קענסט יא?
(קרעדיט, מיין גיטה ז' רעבע)
וואס? די גייסט שוין זיין וואויל? אקעי, העמער זעהן, ס'קימט יעצט פסח ווילעך זעהן א מה נשתנה, א ארבעה בנים, יו נאו, א_וואו ס'דארף צו זיין, געדענק! האסט נאך איין טשענס!
זונטאג מרץ 30, 2008 2:19 pm
גור אריה א יונגע שרייבער מיט א לייבישע פעדער וואס פון זיין ברום ווערן אלע דערשטיטערט
מאנטאג מרץ 31, 2008 11:52 am
גור ארי', אויב דו ווייסט נישט, ווער קען דען וויסן?