Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ביז מיטוואך פ' אמור !!

דאנערשטאג מרץ 27, 2008 11:28 am

האלטס אייך איין דעם אטעם.

היינט האט מען ס'לעצע מאל געזאגט תחנון, ביז מיטוואך פ' אמור!! געענדיגט מיט תחנון!!

Advertisement

דאנערשטאג מרץ 27, 2008 11:37 am

יויש!!!!!!!!!!!!!

וואס גייט מען טוהן מיט ס'איבעריגע 3-5 מינוט?

דאנערשטאג מרץ 27, 2008 11:40 am

ביידעוועי, יגר, ווען האסטע ס'לעצטע מאל געזאגט תחנון?

אין מיין ביהמ"ד איז כמעט יעדן טאג דא איינס פון די דריי.

1) א חתן
2) ברית
3) כ'דאווען אזוי שפעט ווען ס'שוין נישט דא קיין מנין

כ'האב שוין לאנג נישט געזאגט תחנון

דאנערשטאג מרץ 27, 2008 11:56 am

איך זאג "תחנון" ווען איך זינדיג :cry:



באמת, איך זאג כמעט יעדן טאג תחנון, אפשר דארף איך אויפשטיין שפעטער, ווען מען פאנטאזירט שוין אז די ברעקלעך פון "תיקון" איז מסתמא געווען פון א ברית?

דאנערשטאג מרץ 27, 2008 12:01 pm

יגר די האסט שוין אמאל געזינדיגט ?

דאנערשטאג מרץ 27, 2008 3:05 pm

אין זידיטשוב זאגט מען נישט תחנון פון אנהויב חודש אדר ביז - האלט אייך דעים אטעם - ביז...


























מאנטאג קורח!!! (כ' סיון)

דאנערשטאג מרץ 27, 2008 3:10 pm

פארוואס כ' סיון? איך האב געוואוסט פון י"א אדר ביז נאך די ז' ימי תשלומין פון שבועות

דאנערשטאג מרץ 27, 2008 3:17 pm

יא און ביי אונז איז אויך געווען א סקאנדאל היינט,
זאל מען יא אדער נישט זאגען תחנון, אמער, נעכטן איז טאקע געווען א וואכנאכט,
אבער די ברית איז נישטא, עס איז אין אן אנדער בעסמעדריש, טייל אידן האבן געהלאטן
אז וויבאלד עס איז דאנערשטאג, ברויך מען מקיל זיין,
איינער האט געשריגן אויפן איד וואס האט יא געוואלט מען זאל זאגען "זלאסט דיך אפרעכנען מיט יענעם א צווייט מאל"
בקיצור עס איז געווען טישן אין בענק, און יא אויך תיקון,
און איינוועגס האט שוין יענער אויך געזאגט, אז אויב וועט זיין א ברית נאך ר"ח אייר מיטטואך און דאנערשטאג, וועט מען שוין נישט זאגען
ביזן נעקסטן זונטאג, ותן לחכם ויאכל לחם,

פרייטאג מרץ 28, 2008 1:31 am

וואספארא גערעדעכטץ?

מיטוואך פרשת אמור שנת _____???

זאג מיר נישט תשס"ח, העל נאו!

ווילאנג ס'איז דא א שי"ן נאכן תי"ו, איז עס נישט צופרידנשטעלנד, נישט ווייל איך האב עס קעגן תחנון, חס ושלום! איך גלייך נאר די סיבות, וואס שטופן אפ דעם תחנון, ס'טוט דאך מער אויף ווי תחנון.

פרייטאג מרץ 28, 2008 10:25 am

איינער האט זיך אפילו געטרויט צו זאגען נעכטן,
"היינט האב איך געזאגט תחנון באמת מיט א צובראכן הארץ...."

פרייטאג מרץ 28, 2008 4:13 pm

קרעמער האט געשריבן:פארוואס כ' סיון? איך האב געוואוסט פון י"א אדר ביז נאך די ז' ימי תשלומין פון שבועות


אזוי שרייבט ר' מרדכי גנוט, בשם איך געדענק שוין נישט וועים

זונטאג מרץ 30, 2008 11:23 am

פארוואס זאגט מען טאקע נישט קיין תחנון ?
היינט האב איך געדאווענט פארן עמוד און גראד אונגעהויבן יתגדל איך האב מיך פארלאזט אויף יגר און קיינער האט טאקע נישט געשריגען

זונטאג מרץ 30, 2008 1:31 pm

היינט האבן זיך אנגעהויבן די שבעת ימי מילואים.

מיין בעל תפילה האט יא געזאגט תחנון ווי אן אויבערחכם, טראץ מיינע נו'קעס און די אויפברויז פון רוב קהל.

מארגן וועל איך שוין טרעפן א צווייטן בעל תפילה אי"ה.

זונטאג מאי 11, 2008 11:36 am

געלויבט דעם פון אויבן אז מ'זאגט שוין ווייטער ערליך תחנון.

קרעמער:
קענסט שוין צוריק גיין צום ערשטן בעל תפלה.

זונטאג מאי 11, 2008 12:38 pm

farshlufen האט געשריבן:געלויבט דעם פון אויבן אז מ'זאגט שוין ווייטער ערליך תחנון.


איז נישט בעסער ווען מען ברויך נישט זאגן, ס'הייסט אז מען האט נישט קיין זינד? איך מיין אויף וואסערע סיבה איז בעסער אז מען זאגט יא תחנון?

איך גלייך: געלויבט דער... אבער איך גלייך בעסער: בעסער זאל מען נישט דארפן זאגן, 'אבל אנחנו ואבותינו חטאנו...'

ריכטיג?

זונטאג מאי 11, 2008 1:00 pm

געהערט א גוט ווארט, ר' זלמן בינער האט אמאל געזאגט: א גוי האט קיינמאל אין זיין לעבן נישט דעם תענוג, וואס א איד האט ביים שרייען יתגדל נאך בשלום. ודפח"ח

מאנטאג מאי 12, 2008 3:18 pm

farshlufen האט געשריבן:געלויבט דעם פון אויבן אז מ'זאגט שוין ווייטער ערליך תחנון.

קרעמער:
קענסט שוין צוריק גיין צום ערשטן בעל תפלה.


היינט בין איך אליינס געווען דער בעל תפילה, און טאקע געזאגט דעם לאנגן תחנון.

מאנטאג מאי 12, 2008 4:57 pm

ביסט א ענדע צדיק ביזן דאך!!!

מאנטאג מאי 12, 2008 8:47 pm

ביינונז, האט מען דערווייל נאך קיין תחנון נישט געזאגט.

מאנטאג מאי 12, 2008 10:20 pm

בלי עין הרע. נאר אויף שמחות.

דינסטאג מאי 13, 2008 9:50 am

מיר האט עמיצער געשיקט א מעעסעדזש איך זאל אנהויבען מאכען עקסערסייז מיט די רעכטע האנט, צוצוגעוויינען צום תחנן געזאגאכץ נאך אזא לאנגע צייט אפשניט...

דינסטאג מאי 13, 2008 7:14 pm

דערווייל האט מען נאך היינט ביינונז נאך אלץ נישט געזאגט תחנון.

מאנטאג מאי 19, 2008 10:56 am

היינט האט מען ביינונז אויך נישט געזאגט....

מאנטאג מאי 19, 2008 11:23 am

ר' תחנון וויל נישט צוריק קומען פון זיין וואקאציע

מאנטאג מאי 19, 2008 12:23 pm

סאכדעס האט געשריבן:היינט האט מען ביינונז אויך נישט געזאגט....
אלס פסח שני אדער אלטץ די יהרצייט פון ר' מאיר בעה"נ דער אינגערישער כולל?

אגב, מארגען גייט זיין די יאהרצייט פון דעם זיבענבערגער כולל.
שרייב א תגובה

Advertisement