Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

חידה: ווילאנג דארף מען האקן ביים דערמאנען 'המן' ??

דאנערשטאג מרץ 20, 2008 1:25 pm

איז אזוי: ביז אפאר שעה גייט מען דאך האקן אין זעצן ווען מען קומט אן ביי די קאפיטל ג' אין די מגילה, מינוטין נאך דרייען דעם גדדדדדדל, הממללללך אחשורוש.. את המממממממן.

פאחק פאחק פאחק... ראק טאק טאק... עס גייט האקן אין זעצן איבעראל אין שול גארגאראגארג... פאפאפאפא....

יעצט איז מיין פראגע אזוי, איז ווען פילט מען אז מען קען שוין אויפהערן צו האקן מיט די פיס, 'גענוג', האט קיינער נישט דא די זעלבער פראגע וואס עגבערט אינעם מח, ווען דארף מען אונהויבן טראכטן אז גענוג געהאקט, אויפהערן צו האקן! עפעס מעג מען איבערלאזן פאר די נעקסטע 'המן האקעריי'.

מען האקט אזוי סך - אז למשל ווען מען וועט דאס רעכענען אין א מינוט וויפיל האחקעס עס ווערט אריינגעהאקט, איז דאס אן ערך פון 3 האחקעס אין 2 סקונדעס. שטימט? יעצט ווען דער פיסל האקט אין האקט, וויפיל סקונדעס בעפאר די האק דארף די מח מעלדן דעם פיסל אז ער זאל האקן, אין איינמאל ער האקט שוין, ווילאנג דארף נעמען דאס אפצושטעלן אין איינמעלדן די פיסל אז ער זאל אויפהערן האקן.

וואס נעמט שנעלער פאר די מח צו מעלדן, הייב אן האקן? אדער הער אויף צו האקן?
עס קען גאר זיין, אז איינמאל ער האקט איז שווערער צו סטאפן, ניין? איך טראכט נאר הויעך, נעגליך.. ווער ווייסט?


אין בכלל ווי לאנג הייסט א ריכטיגער האק? אז דער המן זאל געדענקן אין זיין צוהאקט בשעת ווען מען ליינט צווישן איין האק אין צווייטן האק?


(ביי די וועי - נעקסטע יאר אינעם קונטרס פון גיטע טית וועט שטיין די ארטיקל, אין זיי וועלן פרעגן דערנאך, וויפיל מאל קענט איר טרעפן די ווארט האק אין דער ארטיקל? ווער עס האט שכל ציילט יעצט אפ).

א שמחת האקעריי! (פורים)

Advertisement

דאנערשטאג מרץ 20, 2008 1:31 pm

האטעס אפשר מיט די האקעס אין בויך פון דיין פיקטשער?...

דאנערשטאג מרץ 20, 2008 1:40 pm

אלטער'ל בני, שאלה גדולה שאלת, אדער שאלות גדולות שאלת או איך ווייס נשי וואס צו ענטפערען. איין זאך איז זיכער, אז היינט נאכט ביי מגילה ליינען וועל איך האבן וואס צו טראכטען און אבזערווירען.

לפי קטנת שכלי קען איך פארענטפערען די שאלה לגבי ווי לאנג פאר המן דארף די מח הייסען די פוס קלאפען, און די תי' איז.... איין המן פריער, והא ראי' אלע קינדער קוקען גלייך נאך המן ווי די נעקסטע המן שטייט שוין אז זיי זאלן זיין גרייט.



א פרייליכע פורים אלע!!!!!!!!

דאנערשטאג מרץ 20, 2008 1:47 pm

אלטער, די ביסט גוט, ס'אן ערענסטע שאלה, און ווי אנדי זאגט, היינט ביים מגילה ליינען וועל איך שוין האבן א פרישן פראבלעם.

ס'דערמאנט מיר די מעשה וואס יענער (ווער?) האט געפרעגט דעם איד מיטן לאנגעם בארד ווי ער האלט דאס ביים שלאפן, אויפן דאכענע צו אינטערן דאכענע. ס'איז געקימען אויפדערנאכט און יענער איד ווייסט שוין באמת נישט ווי עס צולייגן. איין מינוט, ווי איך האב איך געהאלטן נעכטן...פארשטייסט ?

די זעלבע פראבלעם האסטו מיר יעצט אנגעמאכט, אבער נישט געזארגט, נאר אזעלעכע פראבלעמען.

דאנערשטאג מרץ 20, 2008 1:54 pm

גוטע חידה אלטער, שווערע שאלה.

דאנערשטאג מרץ 20, 2008 2:16 pm

לעניות דעתי דארף מען קלאפען, עד כלאץ הנפש,
מען דארף גיט אן לערנען דעם המן [אגב - פאסט איך אויך היינט]

דאנערשטאג מרץ 20, 2008 5:11 pm

וואסא חילוק וויפיל מ'האקט, דו האק נאר וויפיל תגובות און ארטיקלען ס'לאזטצעך, און מיר וועלן הנאה האבן און פארטיג.

שכוח נדול וגורא.

דאנערשטאג מרץ 20, 2008 5:26 pm

אלטער פאר דעם דארף מען מאכען וואוטס און אננעמען עלפי רוב דעות

פרייטאג מרץ 21, 2008 8:56 am

נעכטן איז געווען שוידערליך די געקלאפעראציע, אבער היינט אינדערפרי איז גוט געווען, זעהט אויס אז דער עולם האט געליינט דעם ארטיקל.

פרייטאג מרץ 21, 2008 2:03 pm

די קב הישר ברענגט דאך אז המן שפירט אלע קלאפעס, איז דאך כל המרבה הרי"ז משובח!!!

פרייטאג מרץ 21, 2008 4:47 pm

אלטער נאכאמאזעל אז דער עולם האט נישט די פייפער'ס אין בהמ"ד עס צי קענען אנפייפען המן, ווייל טאמער יא וואלט מען דאך געדארפט ברענגען די לעיזער פוינטער'ס ...

מאנטאג מרץ 24, 2008 1:19 pm

מיין זיידע איז מקפיד אז מען זאל קלאפען מיט די פיס מען זאל אים צישטויסען און נישט פייפען קען זיין וועגן די קב הישר'ס טעם
שרייב א תגובה

Advertisement