פארזאגן, אבער בלויז נעמען קרעדיט, אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

פארזאגן, אבער בלויז נעמען קרעדיט, אשכול

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:22 pm

יעדער האט זיך ליב צו קלאפן אין די פלייצע ווען ער האט עפעס ריכטיג פארגעזאגט, הגם ווען למעשה שטעלט זיך דאס בילד ארויס אנדערש ווי דאס וואס מען האט פארגעשאצט, נעמט מען געווענליך איין א שווייגעניש און מער ווארט ביז עפעס אנדערש געלונגט...

דער אשכול איז טאקע געווידמעט פאר אט דעם צוועק! יעדער וועט דא קענען אריינקומען פארזאגן זאכן, אבער אן דארפן אפגעבן דין וחשבון ווען מען בלייבט מיטן צונג אינדרויסן!...

צב"ש, יעצט אינעם פריימערי פארמעסט ביי די דעמאקראטן, וועט מען דא קענען אריינקומען פארזאגן ווער עס וועט געווינען וועלכע שטאט, און אפילו פונקטליך מיט וויפיל פראצענט. דערנאך וועט מען זיך קענען קלאפן אין די פלייצע וואספארא דזשיניעס מען איז.

אבער געדענקט, די אשכול איז א לימיטעד לייעביליטי קארפאראציע אין די פארזאגן ביזנעס! און עס איז אויסדרוקליך קעגן די שטאטוטן פון דעם אשכול צוריקצואווארפן א ניק אין פנים אויב האט ער נישט ריכטיג פארגעזאגט. די אשכול איז אויסשליסליך געווידמעט פאר פלייצע קלאפעריי, און אויב טרעפט מען טאקע צו, דאן קען מען נעמען פולע קרעדיט ביזן סוף! אויב איז מען אבער חוזק איז כאילו מען האט גארנישט געשריבן...

וויט דעט סעד, פרעדיקטס אוועק! ]0[=

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:24 pm

ניו העמפשער אויסגאנג פרעדיקשען

סענדערס 32%
בוטעדזשאידזש 19%
קלאבעשור 14%
ווארען 14%
ביידען 8%

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:31 pm

טראמפ וועט נאכן געווינען די 2020 פארמעסט, טוישן דעם טערם לימיט פונעם פרעזידענט און קעניגן פיר טערמס. זאג נישט איך האב נישט געווארענט...

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:34 pm

סענדערס 27%
בוטעדזשאידזש 25%
קלאבעשור 14%
ווארען 13%
ביידען 9%
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:42 pm

בוטעדזשאידזש 26%
סענדערס 25%
ווארען 14%
ביידען 13%
קלאבעשור 10%

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:50 pm

יענג 28%
אלע אנדערע אין די סינגל דידזשעטס

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג פאברואר 11, 2020 4:10 pm

:lol:

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג פאברואר 11, 2020 4:12 pm

:smile:

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג פאברואר 11, 2020 4:20 pm

בלעכענער פנים האט געשריבן:בוטעדזשאידזש 26%
סענדערס 25%
ווארען 14%
ביידען 13%
קלאבעשור 10%

שטארק.
לאמיר זען וואס עט זיין....
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 4:59 pm

פיינע געדאנק מר ברירה!

וועל מיר פארזאגן אז קראונע וויירוס וועט אנהאלטן לענגער ווי מיינטשן מיינען אבער עס וועט אויך נישט זיין אזוי געפערליך, די מארקעטס וועלן נאך לכאורה כאפן א שאקל איינס צוויי מאל בעפאר עס וועט זיך גענצליך בארויאיגן.

כמעט נישט מעגליך אז איך זאל נישט האבן גוט צוגעטראפן כאטש עפעס מיט וואס זיך צו קלאפן אין פלייצע...
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 5:20 pm

GDP וואוקס אין ערשטן קווארטל פון 2020 אויף א יערליכע ראטע פון איבער 3.5 פראצענט און דאך וועלן די מארקעטס פאלן נאכדעם וואס די נייעס וועט ארויסקומען.

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 5:27 pm

כ'גיי מאכן דאס יאר אי"ה עטליעסט 4 מאל אזוי סאך געלט ווי א יאר פריערט
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 10:28 pm

משיח צדקנו וועט קומען אונז אויסלייזן גאר בקרוב בב"א

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג פאברואר 11, 2020 10:33 pm

ביידען קומט נישט ארין ערשט אין סאוט קעראליינע אדער אין נאוואדע.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דינסטאג פאברואר 11, 2020 11:01 pm

איך גיי באקומען א פעטע רעיז..

אויב נישט זאג איך פאר אז מיין באאס גייט זיכן אן ארבעטער
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:09 am

7 קינדער וועט ער געבוירן און 7 קינדער וועט ער באגראבן.
7 שטעט וועט ער בויען און 7 שטעט וועלן חרוב ווערן.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:25 am

ר' יום טוב האט געשריבן:
בלעכענער פנים האט געשריבן:בוטעדזשאידזש 26%
סענדערס 25%
ווארען 14%
ביידען 13%
קלאבעשור 10%

שטארק.
לאמיר זען וואס עט זיין....

איך בין א פאל.....

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:33 am

ר' יום טוב האט געשריבן:סענדערס 27%
בוטעדזשאידזש 25%
קלאבעשור 14%
ווארען 13%
ביידען 9%

אויף 3 בין איך גאנץ אקוראט. סענדערס האט 25.7 בוטעדזשאידזש 24.4 ביידען 8.4
אויף די אנדערע צוויי טראכט איך אז א דריטל ווארען שטיצער זענען אין די לעצטע מינוט אריבערגעגאנגען צו קלאבעטשור.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:32 pm

פאקטען האט געשריבן:איך גיי באקומען א פעטע רעיז..

אויב נישט זאג איך פאר אז מיין באאס גייט זיכן אן ארבעטער

נאכאמזל די ארבעטס נישט ביי מיר...

ווער ווייסט, אפשר יא??

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:16 pm

יש ברירה האט געשריבן:ניו העמפשער אויסגאנג פרעדיקשען

סענדערס 32%
בוטעדזשאידזש 19%
קלאבעשור 14%
ווארען 14%
ביידען 8%


מילא סענדערס איז געקומען פיט און קלאובעשאר און אראפגעציפט פון אים

אבער ווארן ביסטו געווען היבש אףף.....

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:17 pm

נישט אלעס פארשטיי איך שוין, אבער לאמיר טאקע הערן: וואס איז די 'אויפגאבע' פון די ארבעטערס אין די 'כאניש וואס צו טון' פאבריק?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:18 pm

שליו ודגים האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:ניו העמפשער אויסגאנג פרעדיקשען

סענדערס 32%
בוטעדזשאידזש 19%
קלאבעשור 14%
ווארען 14%
ביידען 8%


מילא סענדערס איז געקומען פיט און קלאובעשאר און אראפגעציפט פון אים

אבער ווארן ביסטו געווען היבש אףף.....

האאאאפ!
דאס איז קעגן די תקנות האשכל!

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:23 pm

אה נישט געוואוסט סארי

פארזעין די לעצטע שורה פונעם פותח

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:32 pm

און בכלל מאכסטו זיך נישט וואוסענדיג פון מיין העכסט געלונגע צוטרעף צו ביידען!...

קלאפ אין די פלייצע!
-אוטש! נישט אזוי שטארק...

שיעלע בהמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 3:53 pm

צוויי אפציעס.

1)מייקל בלומבערג גייט זיך דא אריינריקן אין געווינען די דעמאקראטישע נאמינאציע..
2)בערני סאנדערס וועט עס מאכן אבער מיט כמעט א בראוקען קאנווענשן...

איך גלייב מער אין אפציע איינס..

בנוגעה די פרעזידענטשאפט, טראמפ איז היער טו סטעי, (און נישט אויף קיין קעסטל...)


ונזכה ונחיה ונראה
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אוראייניקל, איסר האטלקי, חושב מחשבות..., טריליאנער, שמארטיקל און 17 געסט