די אשכול איז א וואן-וועי

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

די אשכול איז א וואן-וועי

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:24 am

וואן וועי, אויך מיר א מין גערעדאכץ! שוין, וויזוי סגוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך. one way!

די מעשה איז אזוי, געווענליכע ראודס שטייען אויס צו האבן סטאפ-סיינס, ספיד-באמפס, סיינס, רויט-לייטס, אווער-פעסעס, טאלל-בודקעס, זיי קענען אויך זיין בערגיג אדער געדרייעט. מענטשן קענען אריינוואקן, ס'קען זיין טרעפיק, באסעס, UFO'ס וכו', יו נעים איט וואס מ'קען היינט צולייגן צום תפילת הדרך. זאל מען אנגעהיטן ווערן.

האט מען דא געשאפן א אשכול וואס האט נישט קיין איינס פון די עולם-הזה'דיגע ראוד פראבלעמען. מ'פארט גראד און מ'פארט און פארט און פארט. ס'נישטא קיין ספיד געזעצן, קיין סעלפאון אדער סיט-בעלט געזעצן. מקען האקן א חיים טובים.

איין תנאי איז יא דא, ס'איז א וואן-וועי ראוד און מ'מוז פארן גראד. no u-turns איז דער אויסנאם-געזעץ פאר דעם אשכול.
ס'מיינסטע? כ'האב באשאפן דעם אשכול כדי צו קענען מאכן כאטש עפעס א רעסטריקשען...
גוטע נייעס: סהאט זייער אסאך לעינס און מ'מעג זיך אויסכאפן איינער דעם צווייטן.
טעיל-געיטינג און שיינען די היי-ביעמס מעג מען אויך, אבער פליז טוטס עס נישט...

געווען א באלעגאלע וואס מ'האט אים -ארויפקומענדיג אויפן עולם האמת- צוגעטיילט גן עדן. א קלייניקייט? ער האט יעדן מחזיר בתשובה געווען ביים דרייוון, אלע פאסאזשירן האבן אייביג געזאגט וידוי ווען ער האט גע'באלעגאלע'ט. עניוועי, 'וואס דארפסטו?' פרעגט מען אים, זאגט ער: 'א גראדע אויסגעפלאסטערטע ראוד, וואס ענדיגט זיך קיינמאל נישט, א געזונטער פערד וואס ווערט קיינמאל נישט מיד, און א גוטן קאנטשיק וואס ווערט נישט אויסגעריבן, כ'זאל קענען פארן און פארן און פארן'.

אונז זענען יעצט אויף יענעם ראוד! היידא...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:45 am

סארא מין אשכול איז דאס. פיינע נייעס.

בעסטע און זיסטע סיין וואס כאב נאר אמאל געזען אויפן ראוד.
2016-05-04.png
2016-05-04.png (588.75 KiB) געזעהן 193 מאל

בייאונז אין טעקסעס זאגט מען "Give me a horse and a gun and an open plain and we can conquer the world"
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
KEWL
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ...Searching
פארבינד זיך:

תגובהדורך KEWL » דינסטאג פאברואר 11, 2020 10:33 pm

העי!!!

יא, די דארטן...

וואס מאכסטע א יא טורן??

ווייסט נישט אסיז קעגן תקנות המקום??
א מצוה בּלייבּט אויף אייבּיג
אויף עבירות קען מען תשׁובה טון

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:01 am

אמחיה כרייס דא ארום ווי א חיה, קיינער שטערט נישט, און די בעסטע זאך איז... דער עולם דא מיינט אז כ'מאך א ווערטל, אזוי ארום בלייבט די הייוועי אינגאנצן מיינס, קיינער כאפט זיך נישטאמאל אריין...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 16, 2020 10:04 am

פארוואס קענען נישט די 13 קארס זיך אריין רוקן אין איין לעין?!
זיי מיזן דווקא פארן אלע אויף עקסטרע לעינס, איינער נעבן די צווייטע אויף 8 מפ"ש
מ'קען דאך קראכן!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט