בלאט 1 פון 1

אויב סענדערס געווינט, און כאפט הארץ אטאקע פאר די גענעראלע וואלן

געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2020 3:57 pm
דורך יידישע קהילות
נעמט איבער זיין וויצע-פרעזידענט קאנדידאט?
וואס געשעהט?

געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2020 4:03 pm
דורך עולם ומלואו
ס'איז אגב א גוטע מארקעטינג סטראטעגיע פאר זיינע קעגנער צו קאכן א שמועס דערוועגן...

געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2020 4:04 pm
דורך חוח בין השושנים
א בייפאל פון א אשכול... כ'גלייך עס.

געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2020 4:14 pm
דורך די דיזיינער
בלייבט טראמפ פרעזידענט

געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2020 4:49 pm
דורך יידישע קהילות
מיט טראמפ'ס מזל, סענדער'ס הארץ און די שווערע אויפגאבע פון א פרעזידענטיאלע קאמפיין איז דאס גארנישט אזוי ווייט פון א רעאליטעט.

געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2020 5:20 pm
דורך הר גריזים
ס'איז געווען אזא קלער אין 16 ווען ס'איז ארויסגעקומען די ווידעא קעגן טראמפ א חודש פאר די וואלן.

געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2020 5:28 pm
דורך צל עובר
מען שטימט עניוועי בעיקר פאר די עלעקטארס.

געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2020 5:31 pm
דורך פעיק ניוז
צל עובר האט געשריבן:מען שטימט עניוועי בעיקר פאר די עלעקטארס.

סאו?

געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2020 5:34 pm
דורך צל עובר
קען אלעס געהעריג אנגיין, און מען קען עניטיים צוזאמרופן דעם קאנווענשאן נאכאמאל צו שטימען פאר א קאנדידאט.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2020 12:31 am
דורך יידישע קהילות
דער חברה'מאן גיבט נישט הערויס זיין מעדיקעל רעקארד.
איך בין חושד אז עס איז צוליב די זעלבע סיבה פ"וו אונזער יר"ה באהאלט זיין טעקס רעטורן...

געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2020 12:25 pm
דורך יידישע קהילות
איך מיין ווען ער גייט זעהן די הצלחה פון בלומבערג גייט זיין קאמוניסטישע הארץ עס נישט איבערטראגן...

געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2020 1:18 pm
דורך גרשון
יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין ווען ער גייט זעהן די הצלחה פון בלומבערג גייט זיין קאמוניסטישע הארץ עס נישט איבערטראגן...

קאמוניסטישע הערצער זענען געווענליך שוואכער ווי קאפוטאליסטישע?

געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2020 2:41 pm
דורך חוח בין השושנים
גרשון האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין ווען ער גייט זעהן די הצלחה פון בלומבערג גייט זיין קאמוניסטישע הארץ עס נישט איבערטראגן...

קאמוניסטישע הערצער זענען געווענליך שוואכער ווי קאפוטאליסטישע?

נישט ס'שטערקער. אבער ווען מ'פלאגט איין א 220V אין א 110V זאנע, פלאצט עס...

געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2020 4:25 pm
דורך יידישע קהילות
גרשון האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין ווען ער גייט זעהן די הצלחה פון בלומבערג גייט זיין קאמוניסטישע הארץ עס נישט איבערטראגן...

קאמוניסטישע הערצער זענען געווענליך שוואכער ווי קאפוטאליסטישע?

געווענטליך זענען זיי הארצ-לאז, אבער אויב איז מען אויך א דעמאקראט, לייגט מען צו א "שוואך הארץ".