וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

שיעלע בהמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך פאברואר 05, 2020 9:25 pm

קודם זאל ער פארלירן און נאכדעם פרעג מיך...
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » מיטוואך פאברואר 05, 2020 9:56 pm

אלטער האט געשריבן:דאס וואס כוועל אי"ה טון אויב ער געווינט יא......
צוגעלייגטע
Screenshot_2020-02-05-21-54-30.png
Screenshot_2020-02-05-21-54-30.png (352.63 KiB) געזעהן 505 מאל
לעצט פאראכטן דורך טאטע זיי מיר מוחל אום מיטוואך פאברואר 05, 2020 9:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך עפרישיעט די קרית יואל טרעפיק
נאך אריינפארן אין די סיטי

צדיק בן צדיק
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

א גוטע קשיא

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מיטוואך פאברואר 05, 2020 9:56 pm

ווער געדענקט נישט ווי די ווייטע-לינקע און די ליבעראלען האבען דריי יאר געווארנט דעם המון-עם אז אויב זאל נאר דער אומבאלאנסירטער עקסטרעמיסט טראמפ געווינען, וועט די וועלט זיך אויף הערן צו דרייען....

שטייען מיר איצטערט דריי יאר שפעיטער, און זאל מיר קיינער נישט איינרעדן אז אמעריקע איז יעצט נישט בעטער-אוף, ווי פאר ווען ער האט איבער גענומען די לייצעס, איך רעדט פארשטייט זיך בכללות ולא בפרטיות, וואס ווי יעדער פארשטייט קען נישט זיין קיין פערפעקט וועלט.

ספעציעל אונז אידן ברויכן מכיר טובה זיין א פרעזידענט וואס האט געהאט אן אוזן שומעת און רחמנות געהאט אויף איינע פון אונז וואס ער האט געפארדענט, און ארויס מוציא געוועזן מאפילה לאור גדול, ער האט פאליטקלי פארדינט פון דעם א גרויסן גארנישט!

אלזא לאמיר צוריק גיין צום פינטל, וואס גיי איך טאן אויב דער פרעזידענט פארלירט און נאוועמבער? אז כ׳על דעמאלטס זיין הונגעריג, וועלעך לכאורה עפעס טועם זיין, און אז מיין פיס עט מיר קראצען, עלעך מן הסתמה צוריק קראצען...א וואס יא, אז עט ארויפקומען א מלך חדש (אדער א מלכה :lol:) אויפן שטוהל אשר לא ידע את יוסף, וועט אמעריקע זיך צוריקדרייען אויפן קרומען וועג סיי איקענאמיקלי און סיי מיט מאראליטי ותוצאותיו מי ישורנה!

אוועטאר
תהילים זאגער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:39 pm

תגובהדורך תהילים זאגער » מיטוואך פאברואר 05, 2020 10:03 pm

חזן שמילאוויטש האט געשריבן:כוועל מיר טרייסטן אז ער האט געוואנען די פאפיאלער וואוט

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol:

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך פאברואר 05, 2020 10:10 pm

כ'וועל מנדב זיין לחיים אויף אייוועלט צו אויפלעבן די צובראכענע חסידים. און נאכדעם וועל איך אויסמאכן א פאנדס פאר אלע דזשורנאליסטן וואס זענען יעצט ארויס פון ביזנעס.

אפשר אויב סענדערס געווינט וועט נאך אויך זיין היבש עקשאן.
שויתי ה' לנגדי תמיד

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2382
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך פאברואר 05, 2020 10:23 pm

ליידיג גייער האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט וויאזוי די שאלה ווערט געפרעגט אויף די זייט פונעם פאליטיק, די מענטשן וואס גייט באדערן אז ער פארלירט זיינען די זעלבע וואס האט געשטערט אז אבאמא איז געווארן פרעזידענט פאר באלד 12 יאהר צוריק איינער געדענקט עפעס ספעציעל זאל פארקומען חוץ אביסל שימפן אין מקוה און אין די קאפע הייזער אויך געדענק בכלל נישט עס זאל זיין אזוי שרעקעדיג

די שאלה דארף ענדערש געפרעגט ווערן אויף די אנדערע זייט וואס טוסטו אויב ער טראמפ געוואונט עס איז שוין געשען בערך 4 יאהר צוריק אוי איז דאס געווען שרעקעדיג

איך קען ענטפערן דערויף, אבער ס'באלאנגט נישט אין דעם אשכול. אין קורצן, טראמפ האט מיר געגעבן טעקס קאטס און אבאמא האט מיר גערויבט אינשורענס געלט. איראן דיעל איז אויך נישט קיין לייכטע מעשה, ווען עס שטעלט אין געפאר אלפי תושבי ארה"ק. אבער כ'מיין אז דער אשכול איז נישט די פלאץ דערפאר.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך פאברואר 05, 2020 10:36 pm

צ/ק
ארויס-סיינען פון אייוועלט.
כהאב פשוט נישט קיין נערוון פאר אלע קרעכצערייען און הספדים וואס על'ען דא פארקומען איבערן פארלוסט, על'עך ענדערש זוכן א חתונה ערגעץ אנדערש.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך פאברואר 05, 2020 11:38 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט וויאזוי די שאלה ווערט געפרעגט אויף די זייט פונעם פאליטיק, די מענטשן וואס גייט באדערן אז ער פארלירט זיינען די זעלבע וואס האט געשטערט אז אבאמא איז געווארן פרעזידענט פאר באלד 12 יאהר צוריק איינער געדענקט עפעס ספעציעל זאל פארקומען חוץ אביסל שימפן אין מקוה און אין די קאפע הייזער אויך געדענק בכלל נישט עס זאל זיין אזוי שרעקעדיג

די שאלה דארף ענדערש געפרעגט ווערן אויף די אנדערע זייט וואס טוסטו אויב ער טראמפ געוואונט עס איז שוין געשען בערך 4 יאהר צוריק אוי איז דאס געווען שרעקעדיג

איך קען ענטפערן דערויף, אבער ס'באלאנגט נישט אין דעם אשכול. אין קורצן, טראמפ האט מיר געגעבן טעקס קאטס און אבאמא האט מיר גערויבט אינשורענס געלט. איראן דיעל איז אויך נישט קיין לייכטע מעשה, ווען עס שטעלט אין געפאר אלפי תושבי ארה"ק. אבער כ'מיין אז דער אשכול איז נישט די פלאץ דערפאר.[/qיuote]
כ'האב געמיינט צו זאגן אז דער פותח פרעגט וואס גייסטו טוהן אויב טראמפ פארלירט, איך אז די טראמפ שטיצער זאלן עס אזוי שרעקעדיג אויפנעמען ווען אבאמא האט געווינען וואס איז בערך די זעלבע בעיס על אף זיי האבן געהאלטן אז ער לייגט חרוב די מדינה, ליבערשט דארף מען פרעגן די אנדערע צד וואס האט עס יא אויפגענומען זייער שווער

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך פאברואר 05, 2020 11:43 pm

זיך אביסעל פרייען. און מיט האלטען די הספידים דא.
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3719
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך פאברואר 05, 2020 11:45 pm

מופן קיין מאנסי

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 8:10 am

eller האט געשריבן:דאס איז זייער א שרעקעדיגע קשיא וואס מען טראכט נישט אפילו אין חלום.
אבער וואס גייסטו טאקע טון ?
וויאזוי גייסטו ראגירען ? וופיל טעג גייסטו נישט קענען שלאפן - עסן וכדומה ?


אזא שרייבער דארף מען חוסם זיין פין די סייט, אזא זאך טאר מען נישט טראכטן אין אוואדאי נישט שרייבן, שעים אן יאא

אבער אז די האסט שוין געפרעגט, ערשטע באנאכט וועל איך מיך טרייסטן אז סאיז זיכר א טעות, אין טראמפ וועט מן הסתם אויך שרייען אז סאיז שווינדל, אידערפרי וועל איך גיין דאווענען אין עסען א גוטע פרישטיג, אין לאכן פין די אלע וואס גייען זאגן אז סקימט א ריקאנט,

אבער למעשה גייט טראמפ געווינען מיט 90%
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
אלטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 8:16 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:צ/ק
ארויס-סיינען פון אייוועלט.
כהאב פשוט נישט קיין נערוון פאר אלע קרעכצערייען און הספדים וואס על'ען דא פארקומען איבערן פארלוסט, על'עך ענדערש זוכן א חתונה ערגעץ אנדערש.

מיינאיך פאר דעם אליין דארף ער געווינען
חוח איך וויל דיר נישט פארלירן דא.....
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 10:34 am

ווענצעך צו וועם ער גייט פארלירן...

אידער וועי, מתפלל זיין דארף מען! דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון א סאנדערס פרעזידענסי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

איבערגעדרייטע בענקל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » זונטאג פאברואר 09, 2020 2:34 am

איך גלייב נאכנישט אז ער וועט אפטרעטן אפילו ער פארלירט, ער וועט שוין מיט עפעס אויפקומען און זיך אנהאלטען שטארק אינעם בענקל.

ווארטס נאר ווארטס, עטס מיינטס אז ביז יעצט איז געווען עקשאן, יוי גייט זיין לעבעדיג.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג פאברואר 09, 2020 6:34 am

[quote="איבערגעדרייטע בענקל"]איך גלייב נאכנישט אז ער וועט אפטרעטן אפילו ער פארלירט, ער וועט שוין מיט עפעס אויפקומען און זיך אנהאלטען שטארק אינעם בענקל.

ווארטס נאר ווארטס, עטס מיינטס אז ביז יעצט איז געווען עקשאן, יוי גייט זיין לעבעדיג.[/quote]
אויב וועט ער זיך אנהאלטן איעם בענקל בשעת מ'שטופט איהם אראפ, וועט זיך די בענקל איבערדרייען...

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג פאברואר 09, 2020 10:46 am

אויב גייט עס אויספאלן כ"א כסלו וועל איך טאנצן חסדי ה' אין א ארמארי.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג פאברואר 09, 2020 10:58 am

צוערשט וועל איך דאנקן דעם באשעפער אויף די פיר זאטע פרייליכע יארן וואס מיר האבן געהאט אונטער דעם פאני גיי.
און דערנאך וועט מען זען, אויב וועט דער פרעזידענט צושטעלן גענוג סחורה, הרי טוב. און אויב חוץ לאנגווייליגע רעדעס וואס ווערן איבערגעהאקט פון אפלאד'ס וועט ער גארנישט צושטעלן העמיר גיין אויסהערן שמואל פוקס אויף קול מבשר...

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג פאברואר 09, 2020 1:11 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווענצעך צו וועם ער גייט פארלירן...

אידער וועי, מתפלל זיין דארף מען! דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון א סאנדערס פרעזידענסי...
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג פאברואר 09, 2020 1:12 pm

.
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום מאנטאג פאברואר 10, 2020 1:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
זבולון ווייס
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » מאנטאג פאברואר 10, 2020 12:37 pm

גאט זאל באהיטן אויב טראמפ פארלירט די וואלן. ער גייט נישט ארויסגיין פון ווייסן הויז, ער גייט פאררופן מאסיווע ראליס פאר זיינע שטיצער זיך צו אננעמען פאר אים, און אז עכט האט ער יא געווינען די וואלן, נאר עס איז געפעלטשט.

אויב פארלירט טראמפ די וואלן, זעה איך א ערנסטע מעגליכקייט פאר א בירגער קריג ל"ע.

לאכט נישט. נאר קוקט איבער אייוועלט, און זעהט וויאזוי עס שרייבן די אנהענגער פון טראמפ מיט א סארט שפראך וואס קיין פרעזידענט האט נאכנישט געהאט ביז איצט. טראמפ איז עלול צו פארוואנדלען אמעריקא אין א מאנארכיע אדער דיקטאטורשאפט. איך ווייס אז מאנכע גייען אויפשטיין מיט קולי קולות. אבער דאס איז דער מציאות. קוקט איבער היסטאריע. הער נישט טראמפס ווערטער, נאר הער צווישן זיינע ווערטער, און אפי' זיינע ווערטער אויך. זיין ליבשאפט צו דיקטאטורן, זיין אויסדרוקן שעצונג צו כינעס לעבנסלענדליכע פרעזידענטשאפט, און דאס זיך באצייכענען יעדן צווייטן טאג אלס דער בעסטער אמעריקאנער פרעזידענט אין היסטאריע, אראפרייסן זיינע פיינט מיט קאדאפי שפראך, זיך ווארפן יעדן טאג מיט זיין אייגענע אדמיניסטראציע באאמטע.

יה"ר ער זאל געווינען די וואלן אדער גאר שטארק פארלירן עס זאל בכלל נישט זיין קיין מקום צו זאגן אז עס איז געוארן געפעלטשט. אבער חלילה נישט פארלירן מיט נאר אביסל ווייל דאס וועט זיין זייער שרעקעדיג.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מאנטאג פאברואר 10, 2020 12:42 pm

מען סטראשעט שוין איבער בירגער קריג פון די טאג וואס ער האט געווינען די עלעקשאנס. צייט זיך אויפצעוועקן פון דעם בייזן חלום, און אנהייבן לעבן רואיגער אביסל... גארנישט פאסירט נישט.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מאנטאג פאברואר 10, 2020 12:55 pm

זבולון ווייס האט געשריבן:גאט זאל באהיטן אויב טראמפ פארלירט די וואלן. ער גייט נישט ארויסגיין פון ווייסן הויז, ער גייט פאררופן מאסיווע ראליס פאר זיינע שטיצער זיך צו אננעמען פאר אים, און אז עכט האט ער יא געווינען די וואלן, נאר עס איז געפעלטשט.

אויב פארלירט טראמפ די וואלן, זעה איך א ערנסטע מעגליכקייט פאר א בירגער קריג ל"ע.

לאכט נישט. נאר קוקט איבער אייוועלט, און זעהט וויאזוי עס שרייבן די אנהענגער פון טראמפ מיט א סארט שפראך וואס קיין פרעזידענט האט נאכנישט געהאט ביז איצט. טראמפ איז עלול צו פארוואנדלען אמעריקא אין א מאנארכיע אדער דיקטאטורשאפט. איך ווייס אז מאנכע גייען אויפשטיין מיט קולי קולות. אבער דאס איז דער מציאות. קוקט איבער היסטאריע. הער נישט טראמפס ווערטער, נאר הער צווישן זיינע ווערטער, און אפי' זיינע ווערטער אויך. זיין ליבשאפט צו דיקטאטורן, זיין אויסדרוקן שעצונג צו כינעס לעבנסלענדליכע פרעזידענטשאפט, און דאס זיך באצייכענען יעדן צווייטן טאג אלס דער בעסטער אמעריקאנער פרעזידענט אין היסטאריע, אראפרייסן זיינע פיינט מיט קאדאפי שפראך, זיך ווארפן יעדן טאג מיט זיין אייגענע אדמיניסטראציע באאמטע.

יה"ר ער זאל געווינען די וואלן אדער גאר שטארק פארלירן עס זאל בכלל נישט זיין קיין מקום צו זאגן אז עס איז געוארן געפעלטשט. אבער חלילה נישט פארלירן מיט נאר אביסל ווייל דאס וועט זיין זייער שרעקעדיג.

קוק אהער צדיק.
איך גלייב אויך אז מאנכע גייען שרייען קולי קולות, נאר איי העוו ניוז פאר יו, אז עס איז מיט רעכט...

איך ווייס נישט פארוואס די שפירסט אז עס איז בארעכטיגט אין אויסגעהאלטן אפצומאלן היימישע אידען מיטן זעלבן פארב ווי דעם ווייסע אמעריקאנער טראמפ שטיצער, אזש די ברענגסט גאר א ריאה פון זיי אויפן אמעריקאנעם גוי...
די האלסט אין איין צוריק אויפברענגן די נושא, אפשר מיטן בלויזן ציל טאקע צו באקומען די קולי קולות, (אויב איז דאס דיין ציל, דאן אנפורטשענעטלי ביזטו מצליח...)
אבער איך גלייב אז רוב ליינער דא שפירען ווי די גייסט א שטאפעל צו ווייט, אין עס גרוילט זיי די וועג וויאזוי די באציסט זיך דא צו אידן וואס ליפטערן זיך מיט פאליטיק אביסעל אנדערש ווי דיר
צעקה בקול דממה דקה

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מאנטאג פאברואר 10, 2020 1:08 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:מען סטראשעט שוין איבער בירגער קריג פון די טאג וואס ער האט געווינען די עלעקשאנס. צייט זיך אויפצעוועקן פון דעם בייזן חלום, און אנהייבן לעבן רואיגער אביסל... גארנישט פאסירט נישט.

כ'בין נישט אזוי זיכער אז גארנישט פאסירט נישט. ב"ה נישט קיין ברידער קריג, אבער דער ריס צווישן די צוויי לאגערן איז גרעסער ווי סיי ווען (זינט'ן ברידער קריג), און באלאנגט ענדערש פאר צוויי פיינטליכע לענדער.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11835
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג פאברואר 10, 2020 1:20 pm

איך וועל אי"ה זיין פרייליך, און פרובירן נישט אריינצורייבן זאלץ אין די וואונדן פון אונזערע קאלעגע שרייבער
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
זבולון ווייס
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » מאנטאג פאברואר 10, 2020 1:28 pm

שרייזשע האט געשריבן:
זבולון ווייס האט געשריבן:גאט זאל באהיטן אויב טראמפ פארלירט די וואלן. ער גייט נישט ארויסגיין פון ווייסן הויז, ער גייט פאררופן מאסיווע ראליס פאר זיינע שטיצער זיך צו אננעמען פאר אים, און אז עכט האט ער יא געווינען די וואלן, נאר עס איז געפעלטשט.

אויב פארלירט טראמפ די וואלן, זעה איך א ערנסטע מעגליכקייט פאר א בירגער קריג ל"ע.

לאכט נישט. נאר קוקט איבער אייוועלט, און זעהט וויאזוי עס שרייבן די אנהענגער פון טראמפ מיט א סארט שפראך וואס קיין פרעזידענט האט נאכנישט געהאט ביז איצט. טראמפ איז עלול צו פארוואנדלען אמעריקא אין א מאנארכיע אדער דיקטאטורשאפט. איך ווייס אז מאנכע גייען אויפשטיין מיט קולי קולות. אבער דאס איז דער מציאות. קוקט איבער היסטאריע. הער נישט טראמפס ווערטער, נאר הער צווישן זיינע ווערטער, און אפי' זיינע ווערטער אויך. זיין ליבשאפט צו דיקטאטורן, זיין אויסדרוקן שעצונג צו כינעס לעבנסלענדליכע פרעזידענטשאפט, און דאס זיך באצייכענען יעדן צווייטן טאג אלס דער בעסטער אמעריקאנער פרעזידענט אין היסטאריע, אראפרייסן זיינע פיינט מיט קאדאפי שפראך, זיך ווארפן יעדן טאג מיט זיין אייגענע אדמיניסטראציע באאמטע.

יה"ר ער זאל געווינען די וואלן אדער גאר שטארק פארלירן עס זאל בכלל נישט זיין קיין מקום צו זאגן אז עס איז געוארן געפעלטשט. אבער חלילה נישט פארלירן מיט נאר אביסל ווייל דאס וועט זיין זייער שרעקעדיג.

קוק אהער צדיק.
איך גלייב אויך אז מאנכע גייען שרייען קולי קולות, נאר איי העוו ניוז פאר יו, אז עס איז מיט רעכט...

איך ווייס נישט פארוואס די שפירסט אז עס איז בארעכטיגט אין אויסגעהאלטן אפצומאלן היימישע אידען מיטן זעלבן פארב ווי דעם ווייסע אמעריקאנער טראמפ שטיצער, אזש די ברענגסט גאר א ריאה פון זיי אויפן אמעריקאנעם גוי...
די האלסט אין איין צוריק אויפברענגן די נושא, אפשר מיטן בלויזן ציל טאקע צו באקומען די קולי קולות, (אויב איז דאס דיין ציל, דאן אנפורטשענעטלי ביזטו מצליח...)
אבער איך גלייב אז רוב ליינער דא שפירען ווי די גייסט א שטאפעל צו ווייט, אין עס גרוילט זיי די וועג וויאזוי די באציסט זיך דא צו אידן וואס ליפטערן זיך מיט פאליטיק אביסעל אנדערש ווי דיר


איך האב מורא אז דו פארשטייסט מיר אביסל ראנג.

איך מיין חלילה נישט אראפצורייסן קיינעם, און מען לופטערט זיך טאקע נאר אויס אביסל וועגן פאליטיק, און יעדער מעג און זאל האבן א מיינונג.

עס איז פשוט אז איך לערן אפ די שפראך וויאזוי מען רעדט פון אים דא, וואס דאס ווייזט וואספארא סארט לופט ער האט אריינגעברענגט אין לאנד. יעדער דא איז ערליכע אידן, און נישט דאס איז מיין נושא. די נושא איז "טראמפ" און די שפראך דא אויפן וועלטל ווייזט די תוצאה פון 'טראמפיזם'.

נאכאמאל, איך רעד אויסדרוקליך נישט פון קיינעם דא, איך רעד פון טראמפ, און צו ברענגען א ראי' דערצו, ברענג איך דאס פון די שפראך וויאזוי מען רעדט דא פון אים.

שוין געווען אסאך פרעזידענטן, און יעדער האט געהאט אנהענגער, און שטארקע אנהענגער. אבער דא איז דאס אינגאנצן עפעס אנדערש. עס איז עפעס א בלינדע פארגלייבטקייט, וואס גיבט אים א גרין לייט, אז ער מעג טוהן וואס אימער ער וויל, ער מעג רעדן וועלכע סארט שפראך ער וויל, און אלע אנהענגער וועלן אים פארטיידיגן צו די מאקסימום, און זיך אננעמען פאר אים אויף א אויסערארדינטליכער אופן. ער האט א וועג וויאזוי ער מאכט מיטן גראבן פינגער וואס איז געווארן אזא טראמפ סאלוט... און נאך סימנים וואס צייגט - נישט אויף א פרעזידענט, נאר אויף א קעניג, א דיקטאטור.

נישט אז איך האלט אז ער גייט מארגן שיסן מענטשן אין די גאסן. אבער איך האלט יא, אז ער וואלט זייער געוואלט שיסן זיינע שונאים אין די גאסן...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט