וואס גייסטו טון ווען טראמפ פארלירט ?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג פאברואר 10, 2020 2:09 pm

זבולון ווייס האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
זבולון ווייס האט געשריבן:גאט זאל באהיטן אויב טראמפ פארלירט די וואלן. ער גייט נישט ארויסגיין פון ווייסן הויז, ער גייט פאררופן מאסיווע ראליס פאר זיינע שטיצער זיך צו אננעמען פאר אים, און אז עכט האט ער יא געווינען די וואלן, נאר עס איז געפעלטשט.

אויב פארלירט טראמפ די וואלן, זעה איך א ערנסטע מעגליכקייט פאר א בירגער קריג ל"ע.

לאכט נישט. נאר קוקט איבער אייוועלט, און זעהט וויאזוי עס שרייבן די אנהענגער פון טראמפ מיט א סארט שפראך וואס קיין פרעזידענט האט נאכנישט געהאט ביז איצט. טראמפ איז עלול צו פארוואנדלען אמעריקא אין א מאנארכיע אדער דיקטאטורשאפט. איך ווייס אז מאנכע גייען אויפשטיין מיט קולי קולות. אבער דאס איז דער מציאות. קוקט איבער היסטאריע. הער נישט טראמפס ווערטער, נאר הער צווישן זיינע ווערטער, און אפי' זיינע ווערטער אויך. זיין ליבשאפט צו דיקטאטורן, זיין אויסדרוקן שעצונג צו כינעס לעבנסלענדליכע פרעזידענטשאפט, און דאס זיך באצייכענען יעדן צווייטן טאג אלס דער בעסטער אמעריקאנער פרעזידענט אין היסטאריע, אראפרייסן זיינע פיינט מיט קאדאפי שפראך, זיך ווארפן יעדן טאג מיט זיין אייגענע אדמיניסטראציע באאמטע.

יה"ר ער זאל געווינען די וואלן אדער גאר שטארק פארלירן עס זאל בכלל נישט זיין קיין מקום צו זאגן אז עס איז געוארן געפעלטשט. אבער חלילה נישט פארלירן מיט נאר אביסל ווייל דאס וועט זיין זייער שרעקעדיג.

קוק אהער צדיק.
איך גלייב אויך אז מאנכע גייען שרייען קולי קולות, נאר איי העוו ניוז פאר יו, אז עס איז מיט רעכט...

איך ווייס נישט פארוואס די שפירסט אז עס איז בארעכטיגט אין אויסגעהאלטן אפצומאלן היימישע אידען מיטן זעלבן פארב ווי דעם ווייסע אמעריקאנער טראמפ שטיצער, אזש די ברענגסט גאר א ריאה פון זיי אויפן אמעריקאנעם גוי...
די האלסט אין איין צוריק אויפברענגן די נושא, אפשר מיטן בלויזן ציל טאקע צו באקומען די קולי קולות, (אויב איז דאס דיין ציל, דאן אנפורטשענעטלי ביזטו מצליח...)
אבער איך גלייב אז רוב ליינער דא שפירען ווי די גייסט א שטאפעל צו ווייט, אין עס גרוילט זיי די וועג וויאזוי די באציסט זיך דא צו אידן וואס ליפטערן זיך מיט פאליטיק אביסעל אנדערש ווי דיר


איך האב מורא אז דו פארשטייסט מיר אביסל ראנג.

איך מיין חלילה נישט אראפצורייסן קיינעם, און מען לופטערט זיך טאקע נאר אויס אביסל וועגן פאליטיק, און יעדער מעג און זאל האבן א מיינונג.

עס איז פשוט אז איך לערן אפ די שפראך וויאזוי מען רעדט פון אים דא, וואס דאס ווייזט וואספארא סארט לופט ער האט אריינגעברענגט אין לאנד. יעדער דא איז ערליכע אידן, און נישט דאס איז מיין נושא. די נושא איז "טראמפ" און די שפראך דא אויפן וועלטל ווייזט די תוצאה פון 'טראמפיזם'.

נאכאמאל, איך רעד אויסדרוקליך נישט פון קיינעם דא, איך רעד פון טראמפ, און צו ברענגען א ראי' דערצו, ברענג איך דאס פון די שפראך וויאזוי מען רעדט דא פון אים.

שוין געווען אסאך פרעזידענטן, און יעדער האט געהאט אנהענגער, און שטארקע אנהענגער. אבער דא איז דאס אינגאנצן עפעס אנדערש. עס איז עפעס א בלינדע פארגלייבטקייט, וואס גיבט אים א גרין לייט, אז ער מעג טוהן וואס אימער ער וויל, ער מעג רעדן וועלכע סארט שפראך ער וויל, און אלע אנהענגער וועלן אים פארטיידיגן צו די מאקסימום, און זיך אננעמען פאר אים אויף א אויסערארדינטליכער אופן. ער האט א וועג וויאזוי ער מאכט מיטן גראבן פינגער וואס איז געווארן אזא טראמפ סאלוט... און נאך סימנים וואס צייגט - נישט אויף א פרעזידענט, נאר אויף א קעניג, א דיקטאטור.

נישט אז איך האלט אז ער גייט מארגן שיסן מענטשן אין די גאסן. אבער איך האלט יא, אז ער וואלט זייער געוואלט שיסן זיינע שונאים אין די גאסן...

זבולון קענסט שוין נעמען לאנטש
סאיז אפילו נישט אינטרעסאנט צו קאמאנטירען אויף דיין היסטעריע.

אוועטאר
זבולון ווייס
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » מאנטאג פאברואר 10, 2020 2:18 pm

דער אמת איז, איך וואלט קיינמאל נישט געשריבן אזוי. איך ליין פשוט די פרישע טעקסט מעסעדזשעס פונעם פרעזידענט, און איך האב פשוט אריבערגעכאפט זיין שפראך.

איך מיין טאקע איך זאל דאס אויפהערן ליינען...

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג פאברואר 10, 2020 2:18 pm

@זבולן, איך האב זייער הנאה פון דיין שרייבעריי. האסט ערנסטע און גוטע נקודות.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פרישע קוגל, שמארטיקל און 19 געסט