נייע קינדינים פראגראם

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

נייע קינדינים פראגראם

תגובהדורך אדם הראשון » זונטאג פאברואר 02, 2020 2:03 pm

זעה איך אין אלע אויסגאבעס איבער א נייע פראגראם פאר קינדער אינטער די נאמען "קינדינים" וואס וועט אריינברענגען אין די קינדער תוכן און ידיעות אין די אייגענע ציייט ארויסגעגעבן דורך מלמדים.
איינער מיט מער פרטים? כ'בין נאכנישט קלאר

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » זונטאג פאברואר 02, 2020 2:19 pm

כאשוין געזעהן א צווייטע אשכול דערוועגן
דו האסט א גמ"ח פון שיסן אומזיסטע נעגעטיוויטי? אדער דו טוסט עס גאר פאר פרנסה?

אלופי אדום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » מאנטאג פאברואר 03, 2020 12:39 pm

פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אוועטאר
מאטיסאווצער
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:32 am

תגובהדורך מאטיסאווצער » מיטוואך פאברואר 05, 2020 11:16 pm

פון די ארטיקל אין "דער בלאט" און פון די אינטערוויו אויף זייער האטליין, זעט דאס אויס א געוואלדיגע גוטע דורכברוך. ס'איז אינטערטעימענט סידי'ס, וואס מ'שילדערט פלעיס און פארזעצונגען, דורך פראפעשענאל עקטערס און באקאנטע בעלי מספרים.

אין יעדע פלעי גייט מען אראפלייגן די מציאות פון אלע הלכות אין א משנה, אז די קינד זאל בשעת'ן אינדזשויען א פלעי אויפכאפן די הלכות און מחלוקת, און אויך ביי די פארזעצונגען לייגן זיי אריין על הסדר די תרי"ג מצוות, מיט עקסטערע שיעורים פארגעלערנט קלאר בין פלעי לפלעי ובין פארזעצונג לפארזעצונג, מיט אינטערעסאנטע סימנים אויף תרי"ג מצוות.

ס'גייט קומען 2 פלעיס און 1 פארזעצונג אויף א סידי, און אויך א פיקטשער מיט שאלות אויף די משנה, און אויך ידיעות שאלות איבער היסטאריע און נאך זאכן, יעדע 2 וואכן וועט זיין נאך א סידי.

לכאורה דאס צו קענען באווייזן מוז מען האבן ימ'ען פון קריעטיוועטי. און נאכן זען די ליסטע פון מענטשן וואס זענען אינוואלווד, זעה איך אז רוב פון די וואס ארבעטן אויף דעם זענען אזעלכע וואס זענען ראשי מדריכים אדער מדריכים אין הויכע ראנג אין די זומער קעמפס, אדער מלמדים, וואס האבן שוין א רעקארד פון אהערשטעלן מעסיוו כשרע אינטערטעימענט.

בלייבט זיי צו ווינטשן הצלחה.

איבערגעדרייטע בענקל
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » זונטאג פאברואר 09, 2020 11:17 am

לאמיר נאר האפען אז עס גייט מאריך ימים זיין לענגער ווי א האלבע יאר, נישט אזוי ווי אפאר ענליכע פראדזשעקטס וואס האבן נישט צו לאנג אנגעצויגען.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » פרייטאג פאברואר 21, 2020 3:55 pm

מיין טאטע האט זיך סיבסקרייבט פאר מיינע ברידערס די קינדינים זאכענעס, כ'האב עס יעצט געזען און געהערט, די קינדער זענען צוגענאגלט צו דעם אין שפיל-שטוב און קוקן די משניות און טייטש מיט הנאה, ס'איז פאררוקט שיין, אהערגעשטעלט, און פראפעשעניל נעקסט לעוול. אויך די 'ברוכים הבאים' באקס איז א שבת'דיג פאר 18 דאלער... א גאנצע באקס מיט דיפרענט יוניק מתנות, א פאלדער א קי טשעין, א סידי פלעיער מיט עירפאונס, און א אינטערעסאנטע מין ברוך הבא בריוו אריינגעלייגט אין א זיסע פאלדער. כ'האב געכאפט אפאר פיקטשערס אבער יעצט איז צייט צו כאפן שקלים, דערמאנץ מיך נאך שבת צו לייגן דא פיקטשערס.
זאכענעס

אוועטאר
שעפעריש
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:38 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפעריש » פרייטאג פאברואר 28, 2020 9:36 am



צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט