גריסן און שמועסן
מאנטאג מרץ 17, 2008 4:18 pm
רבותי, הערט מיך גוט אויס, איך וויל עס נישט איבערזאגן צוויי מאל!
מיר האלטן הייינט מאנטאג נאכמיטאג אונעם סאמע וואך פון פורים הבעל"ט, די פרייליכסטע מאמענטן אונעם יאר, יודן און גוטזאגער פון די גארער וועלט שטייען און רייבן זיך די שטערן, זיי זיכן א גוט ווארט, א וויצל, אדער ווי אנדערע רופן דאס, א גלייך-ווערטעל נאכצוזאגן אויפן פורים טיש. שרייבער און אנעלעזירער פון די סאמע גרעסטע חריד'שע צייטונגען און אויסגאבעס זענען פארנימען מיט צושטעלן עפעס רייפע סחורה פאר די ליינער די וואך, א שאלה? די וואך איז דאך "דער" וואך הידועה. אפילו אזעלעכע חברה וואס זענען סתם אזוי אינמיטן יאר אין א פארוואלקענטער מוהד, א רעגענדיגער גיסטע איז אבער די וואך אנדערש, די וואך איז לוסטיג, לעבעדיג, קול מבשר האט שוין זייער פורים אפטיילונג זינט מוצש"ק, ביי לי עווניא פאטא ארבייט שוין הויעך א ספיקער מיט פורים ניגונים, די געלונגענע קינדער חזר'ן איבער די הארציגע גראמען און חרוזים וואס זיי גייען אי"ה – בלי נדר – זינגען ביי יעדן עושר אינדערהיים פורים אויפדענאכט צוזאמען מיט זייער גאנצער גראופ. דער שפילער צווישן זיי זיצט מיטן ריקן איינגעבוין ס'גאנצע וואך, אן די העד פאונס, און זינגט איבער און איבער דעם ניגון חייב אדם לבסומיא בפוריא אזוי אז עס זאל זיין שגור על פינגוריו, אזוי אויך דער ניגון "והריקותי לכם ברכה" וווען מ'גייט ארויס. דער הענדימאן פון די כיתה (ווואס הייסט פארוואס? ווייל זיין טאטע האט א קארדלעס דרילער)האט שוין פון לאנג אויפגעבויעט א געהעריגען הענד-טראק פארן ספיקער, אזוי אז עס וועט אריינפארן אין די הייזער שנעלער ווי דער ספוטניק שנייד דורך דעם ספעיס. מיין מקוה איד האט שוין ארויסגעשטעלט עטליכע גרויסע טאוולען פון "באראן הערצאג" וויינען וועלכע האבן היי יאר א נייער לעבעל און ס'באטל איז עטוואס שמעלער ווי פאריאר, אויך האט זיין וויייב שוין היי יאר אויסגעברייטערט דאס ביזנעס, זי האט פראקטעצירט קליינע רעדי-מעיד משלוח מנות'ער פאר א נישטיגע סומע, ווי עס קוקט אויס וועט ער זעלבסט האבן אסאך נאש אינדערהיים נאך פורים. "טויס- פאר-מיר" האט שוין אריינבאקימען זייער נייער שיפמענט פון די 'כהן-גדול' פארשטעלאכץ, היי יאר נעמט עס דער גאנצער עולם, שמיטה, ס'איז א ענין. און וואס נישט. אלעס לעבט אלעס איז אויף, מיין גראסערי האט שוין אנגעצינדן דער עלצטער פורים טעיפ אויף די מארקעט זינט פארגאנגענע דארנעשטאג ווען ער האט געזעהן אז דער עולם הויבט אן קויפן מער טשאקלעד, אלץ א סימן אז דער פרייליכער טאג דערנעטערט זיך, יעדער זעט דאס, מ'קען דאס נישט באהאלטן, די אלע וואס שלאפן א גאנץ יאר, דיזע וואך זענען זיי אין זייערע סאמע העכטע מאמענטן, זיי לעבן העפי און פרייליך.
נאר די קרעטשמע שלאפט!!
שטעלט איר פאר אן דעם "אנדי" ווי וואלטן מיר אויסגעזעהן? א בושה צו זאגן.
ווי איז יגר'ל ?
ער האט איבערגאלאזט זיין מגילה אינדערמיט, אנגעגאסן המן האט ער מיט די מעשה אבער צום צווייטען סעודה וויל ער אום שוין נישט ריפן, מענטשן שטיען און ווארטן אויף אייער פארזעצונג. ווי זענט איר? וואס הייסט פארנימען, דערצייל מיר נישט קיין מעשיות (דערצייל מיר יא..) מ'מאכט זיך צייט.
ווי איז זארעכ?
ער האט איבערגעלאזט זיין גאנצער חקירה אינדערמיט, אידן פון דער גארער וועלט ווילן וויסן און פארשטיין, ווער זענען געווען די כותבים דארט ביי אחשווירוש און פאלאץ? ווער? מ'האלט מיר שוין אינמיטן ארויסקריכן, אט אט און מיר האלטן שוין דארט, אבער ווי אין וואסער אריין, דער זארעכ איז אנטרינען געווארן. נישטא!
ווי איז יענטאאש?
ער איז שטעקן געבליבן אינמיטן זיינע אנעקדאטן, זאג מיר נישט אז די עטליכע הונדערט קינדער מיט זייערע פישקעס מאכן דיך נישט נערוועז, טא, וואס שרייבסטו דאס נישט? מענטשן ווילן זיך אויסרעכענען פון פראנאויס וויאזוי צו ראעיגרן אויף יעדע זאך, אבער מ'קען טאפן א מעלאנע, נישטא!
רבותי, וועקט אייך אויף, די וואך ענדע וואך איז פורים, יא יא, אדרבא, גלייבט נישט און איבערצייגט אייך אליין.
און פאר די וואס ווילן טראכטן אז זיי קענען נישט, ווילן מיר דא זאגן, יא איר קענט! יא איר קענט! יא איר קענט! יא איר קענט! (כנוסח בעריש באטשי עיין קול מבשר)
Advertisement
מאנטאג מרץ 17, 2008 4:43 pm
די קשיא עגבערט שוין ביי מיר אין די געדערים עטליכע טעג, און איך האב עס געוואלט שרייבן, אבער נאכאמאזעל כאב נישט, צייטליך איז מאטשא בעסער פון מיר.
אבער די גוטע חלק איז, מעז יצא מתוק, פון די אלע באגראבענע איז ארויסגעוואקסן א צייטליך (תרתי מארשמעלאו) ארטיקל, יישר כח.
און זאל טאקע דער רוף ארויס פון דא (און גיין וואו?) 'רבותי; טויזענטער אידן ווילן א שמייכל טון לכבוד יו"ט, ווי נעמט איר דעם העטער פון פארשוואונדן ווערן און סאמע וואך פון פורים'.
קומט אלע אין די מאסן, אלע שרייבער און אלע ראסן, קיינער טאר דאס נישט פארפאסן.
מאנטאג מרץ 17, 2008 6:02 pm
צייטליך, עי גוד וואן.
פאר יענטאאש האטעס שוין געהאלפן, עמער זעהן ווייטער.
שכוח.
מאנטאג מרץ 17, 2008 6:04 pm
צייטליך עס איז שוין שפעט, איך וועל עס ארויס פרינטען און מאגען זאגען מיינע קאמענטס
מאנטאג מרץ 17, 2008 10:33 pm
גאמאנימצטרף (מ'מעגשרייבעןמערוויאייןווארטדא?)
מאנטאג מרץ 17, 2008 10:44 pm
צייטליך זייער פיין אראפגעלייגט די פראבלעם, לאמיר האפן אז די אנדערע וועלן אויך הערן אונזער געשריי(בעריי..).
מאנטאג מרץ 17, 2008 11:23 pm
צייטליך;
האסט מיר איבערראשט (מלשון בעריש באטשי) מיט דעם ארטיקל, עס איז זאפטיג און קרעפטיג, און איך מוז דיר זאגן אז איך האב הנאה געהאט דערפון. א שווערע טאג האב איך היינט געהאט, אנגעהויבן האט זיך עס מיטן אויפשטיין, "פארוואס האב איך איר געבעטן מיר אויפצואוועקן זיבענע" האב איך געשאלטן צו מיר אליין אין בעט צווישן איין דריי און די צווייטע "מיינסט אז עס וועט עפעס געשען אויב איך וועל נישט כאפן דעם ערשטן מנין"? מה עשה הקב"ה, דער פרעמדער קינד וואס האט זיך אויפגעהאלטן ביי מיר אין שטוב א 10 טאג צייט האט פיבער באקומען, און דאס האט מיר געמאכט באשליסן אז יא, איך וועל זיך אויפהייבן, אנטאן די אויבערוועש און אנטרינען ווערן זאל זיין וואו, אפילו אין בית המדרש וועל איך קלעטערן אבי נישט צו הערן דעם יאמערליכן געברעטשע (אוי האבן מיר געפראוועט זיין אוועקגיין, עס שפירט זיך יעצט ממש ווי דער חסיד אדער משכיל נאכן ארויספירן די קוה/פערד/הינדלעך פון שלאף שטוב).
וויל איך זיך אראפזעצן קלאצן אויף די מקוה באנק, פארצייען אויף די פארפעלטע שלאף מינוטן, הער איך דעם נערוועז מאכער אויסרופן ווען די נעקסטע מנין גייט זיין (זאג צדיק, דו ווייסט נישט אז למתים חפשי? ווען מיר זענען עוסק צו קראצן די פיס אין מקוה איז ס'וועלט טויט! פוסט און וויסט! כאילו אכמעדינעדזשאד האט זיך בטעות געגעבן א ליין אן אויפן אומריכטיגן קנעפל און אפגעווישט די מאפע, אקעי? איך האב דיר דאס שוין עטליכע מאל געזאגט בפניו ושלא בפניו, מיר האבן זיך שוין איבערגעבעטן, אבער וואס זאל איך טאן אז עס גלוסט זיך מיר נאך אמאל צו האבן די אנגענעמע מקוה ווייקעכץ ווי אמאל). די קאווע? לאמיר אים נישט בארעדן, ער איז גאנץ פיין געווען, בעיקר די עפטער-שאקס זיינע. צייט צום לערנען האב איך קוים געהאט, אפגעלערנט די 27 פסוקים חומש רש"י און געזאגט קרבנות, ווייל דער מנין'דל נעמט זיך באלד פליען.
דא איז מאנטאג, און עס איז נאך עשר (ווארט נאר ווארט, אויב מארגן וועט זיך איינער דערוואגן צו עפענען ס'פיסק מיט א תחנון, בעצם יום י"א אדר שני, אוי וועל איך אים געבן, ער וועט שוין יוצא זיין דערמיט עד דידע, אוי וועט ער וויסן אז ביי מיר אין די משנה שטייט מיט באלד אותיות "מגילה" נקראת בי"א! אקעי? ביז נאך שיבסר זאלט איר מיר קיין תחנון נישט זאגן, א הוי אמינא פון א גמרא האלט אונטער וועלטן - כך מקובלני מבית רבו של רבי) אדר שני, וועט מען דאך אודאי והוא רחום'ן און ליינען און וואס נישט, צופיל צייט איז דאך אבער ניטא, מען דארף באזוכן דעם אידן אין שפיטאל און די באס פארט ארויס ארום צען צען.
נאכן דאווענען גייען מיר אריין אין גראסעריי, ווידער א צרה, סענדוויטש טאר מען נישט קויפן, ווייל מזונות ברויט איז נישט אויסגעהאלטן, וואשן האב איך נישט וואו און נישט קיין צייט ווען, וואס טוהט מען דא? די צייט ברענט און די גראסערי געט נישט צופיל אפציעס. ענדליך וויש איך אראפ אזא "טשיז בייט" שיסל פון פרידזשידער שעלוו, אינאיינעם מיט א קאפאטשינא, און הלוך ילך. געכאפט דעם באס ב"ה, גאנץ א פיינע נסיעה'לע געווען. ביים בריק קומט ארויף א מאדנע אידל פון די תר"צ'ס מיט א ספירה בערדל און א דאשיק, ווען נישט איך בין פארנומען געווען אויפן סעלפאון מיט א וויכטיגע ביזנעס עסק וואלט איך געווארן בעסט פרענדס מיט אים, ער האט אויסגעקוקט ווי א ריכטיגע קרעטשמעריסט פון אלטן היים (שפעטער האב איך געזען אז ער איז היבש קארנדיג, ווען דער דרייווער האט געבעטן ווער עס וויל אראפגיין ביי NYU זאל אויפהייבן די הענט, האט ער אויפגעהויבן די הענט, און אזוי ווייטער ביי יעדע סטריט וואס דער דרייווער האט אויסגערעכנט. דער קלוגער דרייווער האט זיך אבער גוט געקענט מיט אים, און אפגעגעבן די ריכטיגע אטענטשען, זאגענדיג אז ער ווייסט נישט וויאזוי ער וואלט געקענט טרייבן דעם באס ווען נישט "אנקל דזשאו").
אנקומענדיג אין שפיטאל, איז דער חולה ל"ע נישט געווען אינעם אנגעצייכנטן צימער, רופט מען אריין אין אגענטור, רופן זיי צום טאכטער, איך באקום א פרישע צימער צו גיין, א שטאק אראפ, ויסעו מיטן עלעוועיטאר. אנקומענדיג אין צימער איז שוין געווען ארום האלב צוועלף, הונגעריג בין איך געווען ווי א וואלף, נאכן באגריסן דעם איד (וואס האט נישט אויסגעזען ביי-זיך) האב איך זיך אראפגעזעצט צו מיין שפאס-שחרית. עס וואלט אזוי גוט געווען די פרישטאג, ווען נישט וואס ביים לעצטן ביס האב איך באמערקט די גרינע שימל דערויף. (די דאטום איז נאך גוט געווען, מסתמא איז די פרידזשידער נישט גענוג קאלט אין גראסעריי).
תהלים האב איך אנגעהויבן זאגן אויפן באס, און ממשיך געווען נאך פרישטאג. שפעטער האבן מיר אויסגעהערט די נעכטיגע און היינטיגע קול מבשר פונעם פאציענט'ס טעלעפאן, און ווארעם צוגעווינטשן, און געכאפט דעם באס אהיים. אריינגעכאפט אביסל ארבעט, געלערנט געדאווענט געדאווענט געלערנט און דא בין איך אין צייטליך'ס אשכול, וואו איך בין זיך מצטרף צו זיין רוף של חיבה דער עולם זאל זיך דערבארעמען אויף די שארית הפליטה און אריינשיסן זאכליכע תגובות לכבוד די דריי לעצט פארבליבענע טעג פונעם פאר-פורים.
מאנטאג מרץ 17, 2008 11:38 pm
קרעמער (מלשון גוט גוט...), ווען דו טוסט ווען דאס אייניגע מיט א טאג פריער, וואלסטו פארשפארט (מיט א קמץ בערדל אונטער'ן צווייטן אלף) אן אשכול פאר צייטליך.
דינסטאג מרץ 18, 2008 12:02 am
נאך א מזל ער האט דאס טאקע נישט געטוהן
אזוי האבן מיר טאקע ביידע
דינסטאג מרץ 18, 2008 12:14 am
גערעכט. מיר האבן מרויח געווען דאבל-פארציע.
דינסטאג מרץ 18, 2008 12:15 am
ולמה אשכול גם שניהם ??
האטעך די באבע רבקה געוויינט
דינסטאג מרץ 18, 2008 7:00 am
צייטליך, דא האסטו נאך א שכוח, איך ווייס נישט צו איך וואלט געקענט ליינען קרעמערס טאגבוך ווען נישט דיין אשכול.
קרעמער, ליינענדיג דיין נעכטיגע טוגבוך, און דערמאנענדיג פון דיין היי ואכעדיגע ארטיקל אויף אידישוועלט, און אזוי אויך פון נאך אפאר תגובות פון דיר לעצטענס, דערמאן איך מיר פון די אלטע קרעמער, דער אייבישטער זאל העלפן אוייף ווייטער...
דינסטאג מרץ 18, 2008 8:41 am
סטא קאטשא... האסטו מיך דערשראקן מיט דיין קעפל, נו צייטליך, וויזוי פילט עס צו שרייבן אזא ברייטס און גוטס ? הא ? איך הער נישט ?
א גוטע פילינג איא ? נו גוט, שרייב טאקע נאך, ווייל אינאיינוועגס האב איך אויך הנאה.
דינסטאג מרץ 18, 2008 10:09 am
קרעמער; ווי זאגט מען נאר, בא ללמד ונמצא למד, סאמטינג לייק דעט, איך ביך אביסל פראוד אין מיר אז איך האב ארויסגעשלעפט אזא תגובה/ארטיקל פון קרעמער'ן, אילו לא באתי אלא בשביל זה דא דא יינו דא דא יינו דא דא יינו דיינו דיינו (אויפן באקאנטן ניגון פון די "קינדער קלאנגן אין מיאמי") בקיצור, איך האב שוין עפעס אויפגעטוען.
דינסטאג מרץ 18, 2008 10:40 am
אז 'מאיז צייטליך אז מ'איז צייטליך.
צייטליך, דיינס האב איך נישט געזען בעפאר כ'האב געשריבן, אבער עקארדינג טו מיי רעקאלעקשאן האב איך אנגעהויבן שרייבן ממש אין די צייט ווען דו האסט דאס ארויפגעלייגט. ממש געווען א 'צייטליך'ער דערמאנונג.
יא צייטליך קען! יא מיר קענען!
דינסטאג מרץ 18, 2008 12:27 pm
אוי קרעמער קרעמער! דו ביזט דאך אזא מיסטערי. קודם האב איך געמיינט אז דו ביזט זיכער א מידל עידזש מען זייענדיג מנהל ומייסד הקרעטשמע נאך פון די זמן בית ראשון. נאך דעם ביים וואכנאכט האסטו מיר אויס געזעהן צו זיין גאר א אינגערמאן פון 24-25. און יעצט געפין איך אויס אז דו ביזט שוין גאר א ריטייערטע עלטערע איד.
פון וואנעט ווייסיך? דו האסט דאך די סמנים פון איינס.
1)דו שטייסט אויף 7 אזייגער.
2)דו שלאפסט איין אין מקוה.
3)דו באניצט דיר מיט אזעלעכע ווערטער ווי 'אנטרינען' 'קלעטערן' און 'געברעטשע'
4)דו האסט עפטער שאקס פון א קאווע (די דאקטאר האט דיר נאך נישט געהייסן נאר טרונקען דיקעפענעיטעד?)
5)דו פארסט טעגליך אין שפיטאל מבקר חולה זיין אידן
6)דו גייסט מיט'ן ביקור חולים באס
7)דו זאגסט תהילים אויף די באס
8)ס'זעהט מיר אויס אז איר זענט שוין ריטייערט.
9)ועל כולם דיינע ווערטער האבן א טעם של 'דער היים'.
צייטליך, דיר קומט זיך עקסטער און מ'וועט זיך באלד נעמען צו דיר.
דינסטאג מרץ 18, 2008 12:41 pm
שערקויך אנדי;
דאס איז בלויז געווען איין טאג אין מיין יונג לעבן... שטעל דיך פאר דו האסט ווען א לייוו-פיעד מיטצוהאלטן מיין טאג טעגליכע... א רחמנות אויף דיר
דינסטאג מרץ 18, 2008 12:42 pm
לא"ה
איך האב נישט עקספעקטעד אז דיין רעספאנס זאל זיין איין טראפ אנדערש.
דינסטאג מרץ 18, 2008 1:53 pm
צייטליך, שוין טויש דאס קעפל !!! האסט מיך דערשראקן.
דינסטאג מרץ 18, 2008 2:48 pm
בכלל קענסטו שוין טוישן דעם קעפל צו: "מאסן אויפלעבונג". ב"ה פאר דעם.
דינסטאג מרץ 18, 2008 4:39 pm
צייטליך זייער שיין
דינסטאג מרץ 18, 2008 6:25 pm
צייטליך, דאכט זיך מיר אז איין שכוח האבעך דער שוין געגעבן, נו, דא האטסעדער נאכאיינס, פאר קרעמער'ס אויך.
קרעמער, (כ'לאז ליידיג, כאנישט קיין ווערטער.)
דינסטאג מרץ 18, 2008 8:00 pm
יא, יא, דאס זענען אלץ פירות הנושרין פון דעם "להשמיד להרוג ולאבד את 'כל' היהודים טף ונשים 'ביום אחד', כי נמכרנו אני וכו', ואין הדולר שוה בניזק הזארעכ!
און איך פרעג: "מי הוא זה ואיזה הוא, אשר מלאו לבו לעשות כן?!"
און ס'ענטפערט זיך אזוי ווי פון זיך אליין: "הפרנסה הזה!"
אבער, זייט נישט געזארגט. די ישועה איז אונטער די טיר. "אשר הניא", מ'עמער זיך נישט לאזן! מ'עמער פארופן א מאסן סטרייק שלשה ימים, און מ'האף מער אפצושרייען די גזירה...
דינסטאג מרץ 18, 2008 8:44 pm
צייטליך, לוק אן דעט, קוק וואס דו האסט אנגעווערטשאפט, נאך ווער האטצעך נישט אנגערופן? בני, נו בני, קענסטעס נישט, יעדער האטצעך שוין אנגערופן.
מיטוואך מרץ 19, 2008 3:12 pm
איך האב מיך גענארט! ניין, נישט אז כ'בין עפעס אזא גרויסער נאר ווי כ'וויל מיך אהערשטעלן, נאר אסאך אסאך א גרעסערס... געמיינט האב איך, ביז היינט, אז דער לוסטיגער 'צייטליך', וועלכער איז מלא וגדוש מיט א שפראך פון לוסט און הומאר, קען טאקע נישט שרייבן קיין לענגערע ארטיקלעך אזוי כדבעי, אבער נאכן פארענדיגן דעם ארטיקל, שריי איך אויס מיט פאטאס: "כ'א'מעך גענארט!"
הער זיך איין צייטליך: "מכירך הייתי לשעבר ועכשיו ביותר". איך האב שוין פונלאנג געטאנעט (מיט וועמען?) אז דו ביסט נישט עפעס סתם אן אפגעפליקטער לאצישער שרייבער, ווייל איך בין דאך פון די וואס לויפן נאך א יעדע תגובה דיינער, און דער ס'לויפט נאך דיינע תגובות ווייסט שוין פון לאנג אז דו מיט דיין הומאריסטישע אויסדריקן שלינגסטו איין אונטער דיר אסאך אסאך גוטע שרייבער (יא אפי' זארעכ'ן אויך...). נאר וואדען? דו ביסט גענוג כיטרע דאס צובאהאלטן אזוי צווישן די שורות, אז דער עולם גולם סתם ליינער זאל דאס נישט באמערקן, אבער ווער ס'ווייסט ווייסט אז נאכן לעהזן דיינס א תגובה דערזעט מען זיך א צעשמייכלדיגער...
אדרבה, איך בעט מיך צו אייך קרעטשמותי ורבותי, גלייבט מיר נישט אויפן ווארט און פרובירט דאס אויס אויף אייער אייגענע בורד. איך גאראנטיר אייך אין מיין פעפער, אז ווער ס'וויל זיך ענדזשויען אויפן חשבון פון די קרעטשמע, זאל מוחל זיין איבערלויפן 'אלע' תגובות פון צייטליכ'ן און זיך אליין איבערצייגן אין מיינע ווערטער. כ'זאג אייך אז איך טרייב נישט איבער, איר וועט כמעט נישט טרעפן א תגובה פון צייטליכ'ן וואס זאל נישט נאכפאלגן מיט א שמייכל און ס'מערסטענס מאל מיט אן אויספלאץ.
עס איז נאך צו פרי צו קאמפיינען, אבער אויב מעג מען שוין אויפברענגען שפעקולאציעס פאר די וויילער-מאסן, וואלט איך זיי אריינגערוימט אין אויער אז זיי זאלן אנהויבן רייטן אויף צייטליכן ער זאל איינגיין אנצונעמען דעם ראש הקהלישן פאסטן. קרעטשמע סטאקס וועלן שטייגן אויב צייטליך וועט פארנעמען דאס ראש הקהלי'ן אמט!
*
און א מלה צו קרעמער'ן,
אזוי ווי טריאו האט שוין געשריבן, דער ארטיקל (ביחד מיט דיין פרישע אידישע וועלט ארטיקל, וועלכע איך פלאן נאך צו ליינען) ברענגט ארויף נאסטאלאגיע פונעם אלטן אמאל, פון די ערשטע תקופה נאכן התייסדות הקרעטשמע. און זיי וויסן, אז דו ביסט עתיד ליתן את... וואלסטו ווען געשריבן מער, וואלטן געווען אידן איבער דער גארער עולם התחתון (אונטערוועלט) מער הנאה געהאט. מיטן איינהאלטן דיין פענע, און איר ניצן נאר מזמן לזמן, ביסטו מונע פון אידן נהנה צו זיין, דו טיסט פון זיי צוריק האלטן א פארגעניגן.
זיי מוחל, קאטשקע דיר צוריק ארויף די ארבעל, ווייל אידישע קינדער לעכצען נאך דיינס א באשרייבונג און נאך דיינע ארטיקלען. אידן שטייען און קוקן ארויס, מתי יגיעו מעשי קרעמער, ווען וועט שוין דער קרעמער נאכאמאל זיך צעלאזן און ארויסרוקן עפעס א גוטס.