דארפן זיך אידען ארומדרייען מיט שיסער'ס??

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פשוט, תנ"ך איז געווען נישט בזמן הגלות.

---------------------------

אין ווארשעווע געטאו איז געווער געווען אומלעגאל.

------------------------

ביז היינט האב איך פארשטאנען אז יענע יקרי ירושלים זענען לויט די אומשטענדן וואס מיר באגרייפן נישט, פארכאפט געווארן לשליש ולרביע אין דעם ציוני'סטישן אונטערגרונד.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
sharp האט געשריבן:A HUGE NO but something like this why not
https://www.amazon.com/SABRE-3-Pepper-S ... 786&sr=8-7

מ'קען דאס נישט קויפן אין ניו יארק
pepper spray.PNG

מ'קען עס יא קויפן אין ניו יארק. די ניו יארקער פאליטישאנס האבן עס טאקע פארבאטן אלס חשש אז אן אנשטענדיגער בירגער וועט זיך נאך חלילה באשיצן מיט דעם אומשעדליכן מיטל, אבער א פעדעראלע געריכט האט ארויסגעווארפן די געזעץ און עס איז 100% לעגאל צו קויפן און טראגן פעפער ספרעי אין ניו יארק. וואס יא, מען טאר עס נישט שיקן דורך די פאסט, מען מעג עס נאר קויפן ביי א לייסענסד גאן שאפ אדער פארמאסי, מען מוז אויספילן א צעטל ביים קויפן, און מען מעג נאר קויפן ביז צוויי שטיק אויפאמאל. אויך מעג עס נאר זיין פאקעט סייז.

גאן סטארס ווייס איך נישט, און רוב פארמאסיס האבן דאס נישט. מ'קען עס קויפן ביי עסקאו פארמאסי אין מאנהעטן.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

תגובה דורך Programming »

נו וואדע האט געשריבן:איר מאכט רינג עראונד ענד ראוזי (איר קענט דעם ניגון אפשר )
און איר מישט א קאשע

דעי האלבע מיליאן אידן זענען אוועק אסאך שפעטער אווי די נקמה גרופע, כ'רעד די ערשטע צוויי יאר (די דעפאטירונגס האט קיינער געוואוסט אז מ'פירט צום טויט , טא צו וואס נקמה נעמען, און יא פאר יעדע איד וואס איז געשאסן געווארן אין געטאו האבן זיי צוריקגעטוהן, טויזענטע זענען געשטארבן פאר הונגער, סאו בסה"כ רעדט מען ניש פון אזוי סאך פעלער )
און די שאלה איז געווען קלאר צו מ'מעג זיך בעצם באוואפענען ,ווי פריער ערווענט האט דער סאכאטשאווער געשריגן בקולי קולות מיט בכיות וויזוי מעג זיך א איד באוואפענען ווען מיר זענען אין גלות און ער איז טאקע נעבעך אוועק א טאג נאך די אסיפה, מ'האט בכלל ניש גערעדט פון קיין אויפשטאנד, עקטשולי ביים אויפשטאנד איז שוין קיין אסיפות ניט געווען מ'איז זיך נאר צוזאם געקומען אויסצופלאנירן סטראטעגיע (אזוי ברענגט דר. זיידמאן אין זיינע מעמוארן )
עגעין אודאי איזעס ניש קיין הלכה שאלה אבער דאס באלאנגט אויסדרוקליך פאר די רבנים דן צו זיין, נעקסט פליז

סתם גיין אהין און צוריק ווען מיר זענען בעצם אויף (כמעט) איין פעידזש האט ניש קיין פשט

אין ווארשע האט מען גאנץ שנעל אויסגעפיגורט ווי די דעפארטירונגען קומען אן, און ניין, זיי האבן נישט, און זיי האבן נישט געקענט, נקמה נעמען פאר יעדן איד וועלכער איז געשאסן געווארן אין געטא אליין. זיי האבן עס פרובירט אפאר מאל.

נאך איינמאל, עס איז נישט געווען קיין פרטיות'דיגע שאלה פון זיך באוואפענען קעגן אטאקירער, נאר א שאלה פון ערקלערן מלחמה מיט די רעגירונג, ווען די נאכפאלגן קענען זיין פיל ערגער. איך ווייס נישט וואו דו האסט געזען דיין מעשה מיטן סאכאטשאווער, אפשר קענסטו ברענגן א בילד אדער שטעלן א לינק, צי כאטש א מראה מקום, און ערשט דאן דארף מען האפן אז די עדות'שאפט איז קראנט מילה במילה.

מיר זענען נישט אויפן זעלבן פעיזש. איך זאג אז קיינער (ביז משה בער בעק עטליעסט) האט קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם אז אידן זאלן האבן כלי זיין זיך צו קעגנשטעלן אטאקירער, נישט קיין הלכה און נישט קיין אנדערע פראבלעמען. דער ווארשעווער געטא האט נישט קיין שייכות צו דעם שמועס.

דער עולם רעדט דא פון געפילן און השערות, איך שעיר גראדע די פילינג, איך גלייך נישט קיין געווער און איך באדויער זייער (אן אריין ג'יין אין הלכה אדער השקפה מיט ציונות) וואס די ציונים האבן געטון צו טוישן די די ען עי פון אונזער פאלק. דער 2000 יעריגער גלות איז געווען א געוואלדיגע זיכוך אוועק צו נעמען די סארט Alpha Male פערסאנאליטי וואס איז שטארק מצוי ביי אלע פעלקער.

פון דער אנדערער זייט איז ההכרח לא יגונה, און צו האבן פארטיידיגונגס מיטלען זיך קעגנצושטעלן אין פאל פון אן אטאקע איז בכלל נישט קיין סתירה מיט דעם. דער אבן הבוחן איז צי דער וואס טראגט דעם גאן טוט עס כמי שכפאו שד, אדער עס ווערט גאר זיין שטאלץ, זיין צירונג

(אגב, לשיטת רבי אליעזר - לפני או בתחילת הגלות - כלי זיין הוא באמת תכשיט ואף חכמים לא נחלקו עליו מסברא אלא שכיון שע"פ תורה זה לא רצוי)

וחוזר חלילה...
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

Think and Thank האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:
sharp האט געשריבן:A HUGE NO but something like this why not
https://www.amazon.com/SABRE-3-Pepper-S ... 786&sr=8-7

מ'קען דאס נישט קויפן אין ניו יארק
pepper spray.PNG

מ'קען עס יא קויפן אין ניו יארק. די ניו יארקער פאליטישאנס האבן עס טאקע פארבאטן אלס חשש אז אן אנשטענדיגער בירגער וועט זיך נאך חלילה באשיצן מיט דעם אומשעדליכן מיטל, אבער א פעדעראלע געריכט האט ארויסגעווארפן די געזעץ און עס איז 100% לעגאל צו קויפן און טראגן פעפער ספרעי אין ניו יארק. וואס יא, מען טאר עס נישט שיקן דורך די פאסט, מען מעג עס נאר קויפן ביי א לייסענסד גאן שאפ אדער פארמאסי, מען מוז אויספילן א צעטל ביים קויפן, און מען מעג נאר קויפן ביז צוויי שטיק אויפאמאל. אויך מעג עס נאר זיין פאקעט סייז.

גאן סטארס ווייס איך נישט, און רוב פארמאסיס האבן דאס נישט. מ'קען עס קויפן ביי עסקאו פארמאסי אין מאנהעטן.

אזא כלי איז אויך ליגעל? https://www.amazon.com/gp/aw/d/B07KWVYW ... psc=1&th=1
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

כ'ביניז קיין לעגאלע עקספערט, אבער כ'מיין אז די איסור אויף סטאן גאנס איז ארויסגעווארפן געווארן צוזאמען מיט'ן איסור אויף פעפער ספרעי (סיז געווען איין געזעץ און ביידע חלקים זענען געווארן גע'פסל'ט).

סיז אבער וויכטיג צו וויסן אז די כלי איז נישט קיין טעיזער וואס מען שאקט פונדערווייטנס. מען מוז צולייגן די גאן צום אטאקירער און נאר אזוי שיקט עס אריין די שאק אין אים. איך האב נאך דערווייל נישט געטראפן קיין ציווילע ווערסיע טעיזער-סארט סטאן גאן.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

צל איר זענט מיסאינפארמירט. אוודאי זענען רוב פון זיי געווארן ציונים (רוב זענען אינגאנצן אפגעפארן. ירושלים אין די יארן ת"ש-תש"טו איז דורך וואס פוילן איז אריבער נאכן ערשטן קריג). אבער דא רעדט מען פון די וואס זענען יא געווען פרום, ערליך, און אפילו קנאות'דיג.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך שרייב נישט אז איך גלייב אייך נישט, איך וואלט אבער דאנקבאר געווען פאר א מקור וכדומה.

איך האב אויך נישט ביז היינט געמיינט אזוי בלויז אויף די וואס זענען אפגעפארן, נאר אויך אויף די וואס זענען קעגן דעם שטראם געבליבן יקרי ירושלים, זענען אבער בלית ברירה געצווינגען געווארן אביסל מיטצוארבעטן מיט די ציונים.
גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

צל עובר האט געשריבן:איך שרייב נישט אז איך גלייב אייך נישט, איך וואלט אבער דאנקבאר געווען פאר א מקור וכדומה.

איך האב אויך נישט ביז היינט געמיינט אזוי בלויז אויף די וואס זענען אפגעפארן, נאר אויך אויף די וואס זענען קעגן דעם שטראם געבליבן יקרי ירושלים, זענען אבער בלית ברירה געצווינגען געווארן אביסל מיטצוארבעטן מיט די ציונים.

איך וויל נישט זאגן קיין נעמען, אבער עס זענען געווען פון די ריכטיגע ערליכע יקירי ירושלים.
עס איז פשוט נישט געווען צי מלחמה האלטן למען המדינה, נאר צי שיצען די ישוב וואס איז געווען אין א גרויסע געפאר.
גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

ש"ך יורה דעה סימן שסד
...בהרוג בידי עובד כוכבים אף על פי שבשעה שמצאוהו כבר פסק הדם קוברים אותו כאשר הוא נמצא כדי להעלות חימה ולנקום נקם...
גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

צל עובר האט געשריבן:פשוט, תנ"ך איז געווען נישט בזמן הגלות.

איך ווייס נישט ווי קומט דא אריין גלות, גלות זאגט אז אז מען טאר נישט מורד זיין באומות (והאומר להתגרות באומות אינו אלא טועה כי זה לא נאמר אלא על אדום, וההבדל פשוט), אבער עס איז זיכער נישט מבטל די דין פון הבא להרגך השכם להרגו, מען דארף זיך נישט לאזן חלילה גע'הרג'עט ווערן פון זיי.

די ווארשעווע אויפשטאנד איז געווען פשוט א שאלה פון פראקטיק, צי עס טוט אויף אדער חלילה פארקערט. מרידה באומות? זיכער נישט, ללא שום צל ספק.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

ניוואדע שיסערס!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

Programming האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:איר מאכט רינג עראונד ענד ראוזי (איר קענט דעם ניגון אפשר )
און איר מישט א קאשע

דעי האלבע מיליאן אידן זענען אוועק אסאך שפעטער אווי די נקמה גרופע, כ'רעד די ערשטע צוויי יאר (די דעפאטירונגס האט קיינער געוואוסט אז מ'פירט צום טויט , טא צו וואס נקמה נעמען, און יא פאר יעדע איד וואס איז געשאסן געווארן אין געטאו האבן זיי צוריקגעטוהן, טויזענטע זענען געשטארבן פאר הונגער, סאו בסה"כ רעדט מען ניש פון אזוי סאך פעלער )
און די שאלה איז געווען קלאר צו מ'מעג זיך בעצם באוואפענען ,ווי פריער ערווענט האט דער סאכאטשאווער געשריגן בקולי קולות מיט בכיות וויזוי מעג זיך א איד באוואפענען ווען מיר זענען אין גלות און ער איז טאקע נעבעך אוועק א טאג נאך די אסיפה, מ'האט בכלל ניש גערעדט פון קיין אויפשטאנד, עקטשולי ביים אויפשטאנד איז שוין קיין אסיפות ניט געווען מ'איז זיך נאר צוזאם געקומען אויסצופלאנירן סטראטעגיע (אזוי ברענגט דר. זיידמאן אין זיינע מעמוארן )
עגעין אודאי איזעס ניש קיין הלכה שאלה אבער דאס באלאנגט אויסדרוקליך פאר די רבנים דן צו זיין, נעקסט פליז

סתם גיין אהין און צוריק ווען מיר זענען בעצם אויף (כמעט) איין פעידזש האט ניש קיין פשט

אין ווארשע האט מען גאנץ שנעל אויסגעפיגורט ווי די דעפארטירונגען קומען אן, און ניין, זיי האבן נישט, און זיי האבן נישט געקענט, נקמה נעמען פאר יעדן איד וועלכער איז געשאסן געווארן אין געטא אליין. זיי האבן עס פרובירט אפאר מאל.

נאך איינמאל, עס איז נישט געווען קיין פרטיות'דיגע שאלה פון זיך באוואפענען קעגן אטאקירער, נאר א שאלה פון ערקלערן מלחמה מיט די רעגירונג, ווען די נאכפאלגן קענען זיין פיל ערגער. איך ווייס נישט וואו דו האסט געזען דיין מעשה מיטן סאכאטשאווער, אפשר קענסטו ברענגן א בילד אדער שטעלן א לינק, צי כאטש א מראה מקום, און ערשט דאן דארף מען האפן אז די עדות'שאפט איז קראנט מילה במילה.

מיר זענען נישט אויפן זעלבן פעיזש. איך זאג אז קיינער (ביז משה בער בעק עטליעסט) האט קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם אז אידן זאלן האבן כלי זיין זיך צו קעגנשטעלן אטאקירער, נישט קיין הלכה און נישט קיין אנדערע פראבלעמען. דער ווארשעווער געטא האט נישט קיין שייכות צו דעם שמועס.

דער עולם רעדט דא פון געפילן און השערות, איך שעיר גראדע די פילינג, איך גלייך נישט קיין געווער און איך באדויער זייער (אן אריין ג'יין אין הלכה אדער השקפה מיט ציונות) וואס די ציונים האבן געטון צו טוישן די די ען עי פון אונזער פאלק. דער 2000 יעריגער גלות איז געווען א געוואלדיגע זיכוך אוועק צו נעמען די סארט Alpha Male פערסאנאליטי וואס איז שטארק מצוי ביי אלע פעלקער.

פון דער אנדערער זייט איז ההכרח לא יגונה, און צו האבן פארטיידיגונגס מיטלען זיך קעגנצושטעלן אין פאל פון אן אטאקע איז בכלל נישט קיין סתירה מיט דעם. דער אבן הבוחן איז צי דער וואס טראגט דעם גאן טוט עס כמי שכפאו שד, אדער עס ווערט גאר זיין שטאלץ, זיין צירונג

(אגב, לשיטת רבי אליעזר - לפני או בתחילת הגלות - כלי זיין הוא באמת תכשיט ואף חכמים לא נחלקו עליו מסברא אלא שכיון שע"פ תורה זה לא רצוי)

וחוזר חלילה...

1) אין ווארשא האט מען הערשט אויסגעפינען ווי די דעפאטירונגס גייען סוף תש"ב (מ'האט שוין דעפאטירט אום ת"ש ) טאקע סאך פאר די אונגארישע אבער אויך ניש אזוי שנעל אווי איר לייגט עס אראפ

2 ) עס איז קלאר געווען א שאלה פון אנהייב צו מען זאל זיך בעצם באוואפענען צו ניש כאב ניש פארנט פון מיר די מראה מקומות אבער כפי זכרוני קען איך דיר געבן צוויי , בגיא צלמות פון ליב פינגולד חלק א' דארט האט ער א גאנצע קאפיטל וועגן די אסיפה, פונעם סאכאטשאווער וכו, יומן פון דר. הלל זיידמאן האט ער אויך אפאר בלעטער וועגן דעי אויבנדערמאנטע אסיפה

3 ) אונז זעמיר שוין איינמאל אויפן זעלבן פעידזש (כ'ווייס נאר ניש וואס דריקט אייך צו זאגן פארקערט ) ווייל אלס הלכה חלק האלט מיר די זעלבע אז ס'פשטות ניש קיין פראבלעם און געפיל זענט איר דאך מודה אז איר טיילט מיט ס'זעלבע (איר זאגט דאך אליינס צום סוף אז די חכמים האלטן ניש ווי ר' אליעזר משום ע"פ תורה לא רצוי, ביטע טייטשט מיר אטא די ווערטער )

4) כ'ווייס ניש אבער פאר די לעצטע טויזנט יאר איז געווען טויזענטע בלי גוזמא פאגראמען אויף שטעט און דערפלעך אזוי אויך צענדליגע מאסן שחיטות, (אווי קרייצ ציגלער , גזירות ת"ח ות"ט וכו ) אווי אין די אלע שטעט האבן במשך די יארן געוואוינט הונדערטע אדער אפשר טויזענטע מגדולי צדיקי ופוסקי הדורות נבג"מ אשר מפיהם אנו חיים און מ'טרעפט ממש ניש קיין פאל אווי ס'זאל ווערן אפילו דערמאנט א ווארט אז מ'זאל זיך באוואפענען אדער מ'האט זיך אפילו באוואפענט וכן הלא דבר הוא (קוק די בריונים וואס איז שוין יא געווען אין די צייטן פון ביהמ"ק, טאקע שווערע צייטן און די גאנצע פאלק איז געווען מיט זיי יעי 'יוסיפין ועוד אעפ"כ זענען אלע צדיקים פון יענע דור געווען דערקעגן (ניש נאר וועגן זיך שלאגן מיט די רוימער נאר וועגן די גאנצע כוחי ועוצם ידי וואס איז אויך שטארק שייך ווען א איד דרייט זיך ארום באוואפענט מיט הייס געווער ) און קומער ניש זאגן אז יעמאלטס איז געווען א גזירה מן השמים ווייל כ'מיין אז יעדע פשוטע אמונה איד גלייבט אויך אז דעי אלע געשעהנישן אין אונזער דור איז א גזירה מן השמים ואם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר
סה"כ א הלכה פראבלעם האבעך קיינמאל געזאגט אז ס'איז און דאס וואס כאב געזאגט אז סיז א אלטע מחלוקה האבעך געמיינט אלס די אידישקייט/געפיל/כוחי ועוצם ידי חלק
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

איך טראכט אז אויסער פאר אונז צוויי, איז שוין דער שמועס צו דקות'דיג און חזר'ט זיך שוין איבער צופיל מאל, סאו איך וועל מעיר זיין בקצרה. וואס איר שרייבט אין נומער 4 איז נישט ריכטיג. אוודאי איז געווען פארשידענע פעלער ווען מען האט זיך באוואפנט, פרובירט צו קעמפן, אסאך מאל איז עס מילא נישט געלונגען. צווישן די באקאנטע פעלער איז ווען דער ט"ז מיט זיין קהילה האבן זיך פארבאריקאדירט אין א פעסטונג און געשאסן מיט די קאנאנען אויף די קאזאקן.

און אוודאי איז נישט ריכטיג אייער פשט אינעם חורבן, דעמאלס איז פשוט געווען א מרידה במלכות רומי וואס האט געהערשט איבער ארץ ישראל. די חכמים האבן תיכף פארשטאנען די שאנסן (דער אמת איז אז אויך די קנאים / סיקריקים האבן עס געוויסט נאר די פלאן איז געווען צו האבן לעווערעזש ווען עס קומט צו די עווענטועלע פארהאנדלונגען מיט די רוימער) און זענען דערפאר - און טאקע נאר דערפאר - געווען דערגעגן. גארנישט מיט כוחי ועוצם ידי, פארגעס נישט אז די אידן האבן נישט צו לאנג בעפאר געהערשט איבער גאנץ ארץ ישראל מיט זייער אייגענע ארמיי פון די חשמונאים. מיינסט יהודה המכבי האט זיך נישט באוואפנט ביז די ציין ווען ער האט מלחמה געהאלטן מיט די יוונים?

אכתוב בלשון קודש מפני שזה רק נוגע לפרטים ונקודות בתגובתך שבטח יכבדו על הקורא

עכשיו לנקודה 1) הפתרון הסופי של תאי גז וכו' לא הוחלט אלא בחורף 1942 תש"ב, אם היה איזה שהוא דעפארטירונגען זה היה למחנות עבודה לא השמדה. כשהתחילו לקחת נשים וטף וזקנים למחנות ההשמדה באב תש"ב הבינו די מהר מה קורה

2) אולי, אבל כמו שכתבתי השאלה היה עם כל הסכנות הנלוים שם בהמצב דאז להתחמשות, לא על עצם הדבר

3) גם אני לא אוהב נשק, יעקב אבינו גם כן לא אהב ויירא ויצר לו שמא יהרוג אחרים, ובכל זאת הוא היה חמוש ומוכן להרוג אם היה בא לכך. זה לא סתירה כלל. שיטת רבנן שנשק זה דבר מאוס - אם כי הכרחי - וממילא א"א להיקרא תכשיט.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

פאלט מיר ביי אז אפשר זאל מען זיך אנהייבן ארומדרייען מיט וואסער-שיסער'ס, נאר אנשטאט וואסער זאל מען אריינלייגן האט-פעפער זאפט! איין שפריץ אין די אויגן אריין און יענער טאנצט ביזן לבנה...
#כח השוטים
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:פאלט מיר ביי אז אפשר זאל מען זיך אנהייבן ארומדרייען מיט וואסער-שיסער'ס, נאר אנשטאט וואסער זאל מען אריינלייגן האט-פעפער זאפט! איין שפריץ אין די אויגן אריין און יענער טאנצט ביזן לבנה...
#כח השוטים

דו האסט יעצט דעסקרייבט פעפער ספרעי
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

אבער דאס איז די מעלה אז עס ליגט אין א ג'אן קען עס ארבעטן אביסל פונדערווייטנס
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

פעפער ספרעי ארבעט אויך פונדערווייטנס. רוב שפריצן 10-12 פיס, אבער ס'דא וואס שפריצט כמעט 20 פיס אוועק.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

פסק פון ר' חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

רעקאדירינג פון ר' חיים אז מען זאל נישט שטעלן קיין שומר מיט געווער, אבער די מתפפלים קענען יא קומען מיט געווער.
(אגב, עס איז מיר נישט צום טעם די וועג וויזוי מען רעדט דארט צו אים.)
דראפבאקס
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”