Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

העשרת הכותבים הגדולים (קרעדיט, א_בימה)

פרייטאג מרץ 14, 2008 11:32 am

דער 'אבי פון לעבט' אדער 'פרעזידענט אבימה' וויאזוי טייל רופען אים האט דא לעצטענס אזוי איינפאך אויפגדעקט איינע פון די שענסטע זאכן אינעם קרעטשמע סאסטייעטי, א זאך וואס געוויסע באטראכטען ווי דער 'אויפדעקונג פון יאר', דער אבי זאל זאל געזונט זיין, איז א מיטגליד פון די פאפולערער 'אבי' משפחה מיסודו פונעם זיידן 'תרח אבי' ער האט זיך געצויגן קיין 'לעבט' פשוט ווייל 'וויאזוי מ'לעבט איז דאך געלעבט, אבי מ'קלעבט' פארשטייסט סאו וואסא-חילי, שמילי זרילי.

אין עני קעיס, דער גילוי האט געצויגן א קייט פון באזוכערס ביים היסטארישען 'מיון' ווינקל פונעם דארף, ווי באזוכער קענען טרעפן די 'עשרת הכותבים הגדולים' ביי די ספעציעלע פארשטעלונג אינעם 'האל אף פעים'.

אינטערעסאנט ביז גאר איז אז דארט באותו מקום ובאותו מעמד, ביי דעם ווינקל אינעם 'קרעטשמע מיוזיאם' קען מען טרעפן די 'עשרת הכותבים הקטנים' די וואס באלאנגען אינעם 'האל אוו שעים' ל"ע ווען מען שטעלט אן דעם 'מיון' אויף א 'סדר יורד' ממש א קרבן עולה ויורד, וישראל כשהם יורדין איז דאך עס עד לעפר, פלעגט דער רבי זאגן, נא, איי ווי קומט דאס טאקע אהין? פרעגט יעדער רעכטדענקנדער פארשוין.

פשוט, אבי מ'לעבט! מ'שרייבט אסאך מ'שרייבט ווייניג, הו קעירס, וואסא-דיף!

למעשה, ווער זענען די צען מאוסט-וואנטעד? לאמיר זיך מיט זיי באקענען, פינף פון די חברה זענען פון די נחשונים וועלכע האבן אקצעפטירט מיטגלידערשאפט אין די ערשטע 2 חדשים פון דער התייסדות הקרעטשמע, כולל טאקע די מייסדים ומנהלים פון דעי-וואן (יא זיי זענען געווען רעדי אויף דעי-וואן) הלה המה:

איך הער, קרעמער, סאכדעס, יאנאש און טריאו, החמשה חומשי קרעשטמע.

די צווייטע העלפט ליסטע באשטייט היינט צו טאגס פון די פני העיר ומחשובי אנשי שלומינו, הנקובים בניקותם:

מאשקע, אנדי פעטיט, בני היכלא, צייטליך און דארפסמאן, די חמשה כוכבי לכת.

ביי דער געלעגנהייט שפיר איך פאר וויכטיג אויסצודריקן א האנטוך מיט דאנק-ווערטער פאר די 'עשרה ראשונים' וועלכע ווידמען זייער צייט להנות בהם בני אדם, א ספעציעלע רעקאגנישאן קומט פאר מיין ידיד ר' אנדי לבית פעטיט, וועלכער אויף די ליסט האט זיך אנגעשלאסן די לעצטע און ער האט באוויזען אין א קורצע צייט צו דערגרייכען צו # 5 ! אויך די עהרנפולע ליסטע, אשריך אנדי ואשרי פעטיטך! מיט א גוטן א_פעטיט!

דא האט איר א סנעפ-שאט פונעם ליסטע היום עש"ק ויקרא, בחודש שמרבין בו בשמחה, וכמו שאחז"ל 'מרבה תגובה מרבה שמחה'.
עטעטשמענטס
Doc1.jpg
Doc1.jpg (37.89 KiB) געזעהן געווארן 583 מאל

Advertisement

פרייטאג מרץ 14, 2008 11:39 am

גוד דזשאב, יעקב בער, א שיינעם דאנק פאר די נאבעלע ארטיקל.

אגב, פלעג איך לאנגע יארן זיין דער דריטער פון די שלשה רועי בקר, אבער זינט סאכדעס האט זיך אריינגעלאזט אין צווייפלהאפטיגע געשעפטן (מיטן תירוץ פון פרנסה), האב איך אים איבערגעיאגט.

אגב דאגב, ווען מען קען ווען אנשטעלן דעם אפציע "סדר איכות", וואלסטו, הער מיללער, פראמינענט פיגורירט צווישן די טאפ-5 (מיט ר' שמחה, ערנסטער, מר. אידיש, רבינו הגדול, יאסל, פארשלאפן, און נאך [אוי, ס'שוין מער ווי 5..])

פרייטאג מרץ 14, 2008 11:41 am

א ריזיגע פריימערי פארמעסט קומט פאר אין די טעג צווישן די בעפארשטייענדע ד' כוסות אינטער די צען מכות נאכדעם וואס מען האט געזעהן אז סאיז דא א מעגליכקייט זיך ארויף צוכאפן אויף הויכע פאזיציעס מיט אייגענע שטימען
עטעטשמענטס
Untitled picture (Medium).JPG
Untitled picture (Medium).JPG (10.88 KiB) געזעהן געווארן 573 מאל

פרייטאג מרץ 14, 2008 11:55 am

ראביי מיללער, איר האט געמאכט א שיינער ארבייט, כאבעס קיינמאל פריער נישט געזעהן, א גרויסן יישר כח. (איך מיין דא מיך..)

אבער עס מיז ארויסגעברענגט ווערן שטארק דער דריטער פארעגראף פון קרעמער'ס תגובה, נעמליך, אויב רעכנט מען דאס 'איכות' פון די תגיבות וואלטן אנדערע ניקס ובראשם טאקע דער ראביי מיללער פיגורירט אויף די "מאוסט וואנטעט".

פרייטאג מרץ 14, 2008 3:33 pm

מיסטער מיללער, זעהר שעהן.

פרייטאג מרץ 14, 2008 3:58 pm

פון מיר אויך א דאנק מיסטער מיללער נו......... פוי נישט 'מיסטער' ארויס פון דא, ראביי מיללער,
יא געהערטער ראביי מיללער, (איינער געדענקט ראביי סעיבאו? פון ענגליש,)
א שכח פאר דיין ארבעט עס איז ווערד א באגריסונג , זייער זייער שיין, איך טראכט יעצט אפשר יא צוריק נעמען דעם פאזיציע
איך ווייס נאכנישט, איך רעד יעצט מיט א לויער,
לעצט פאראכטן דורך abimlaibt אום זונטאג מרץ 16, 2008 9:56 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

שבת מרץ 15, 2008 10:46 pm

כ'אב קיינמאל נישט געוויסט אז איך בין פון די ד' כוסות.. קיינעהארע,

שכויח זיידע

זונטאג מרץ 16, 2008 10:08 pm

מילער, שכוח, אמאל האבעך זייער אסאך פארברענגט דארט, ווען ס'איז נישט געווען אזוי סאך וואס צו טוהן דא, אבער לעצטענסט בינעך אזוי ביזי דא, אז אין די מינוט וואס איך בין פארטיג, מיינטעס אז איך האלט שוין נאך א שעה צוויי פארברענגען דא, און מ'דארף שוין גיין. און הערשט יעצט באמערקט, אז קרעמער האט ענדליך דעריאגט סאכדעס'ן, ערהאטצעך שווער געמיטשעט דערויף.

מאנטאג מרץ 17, 2008 9:16 am

מיללער,

זייער זיס (קרי קרעטשמעריש) באשריבען אזא פשוט'ע אבער חשוב'ע חלק פון עדת קרעטשמתינו.

יישר כח פאר דיין קאמפלימענט, איטס מיי פלעזשור ליהנות ולהנות.

מאנטאג מרץ 31, 2008 9:58 am

מזל טוב אבי-מלעבט פאר'ן צוריק אריינגיין אין די עשרת ימי תשובה כ'מיין עשרת מונים וואטעווער.

(מזל רע, בני היכלא פארן ארויספאלן)

מאנטאג מרץ 31, 2008 10:36 am

ברוך תהיה מכל העמים ושרים, שכח פארן אנערקענען, דעם ענין, אבער. עם. אם.
נו שוין, מיר האבן שוין באמת מספיד געווען אין א צווייטן מקום די שטארקע פארלוסט,
פון אזא חשובן איד א רבי'ן, פון אזא חשובה פאזיציע, אבער איך דערמאן זיך א ווערטעל
וואס מיר פלעגען ניצען אין קעי 'סי' עיזש, וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך אליין,
פשט איז, אז ווען א מעמבער שרייבט א תגובה, גייט דאס נאר אויף זיין קאנטע, און נאר ער האט הנאה דערפון אלץ
מספר התגובות, פונעם תוכן התגובה זעלבסט האבן מיר אין דורכשניט אלע הנאה,
איז דאס אזוי ווי א מעסעזש פאר יעדן אז מקען וויל מען.

מאנטאג מרץ 31, 2008 10:43 am

א בילד דערפון ?
שרייב א תגובה

Advertisement