בלאט 1 פון 3
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:14 pm
דורך איך_הער
גארנישט דא , וואס צו צולייגן , ( דאס איז נאר פאר פענסטער )
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:15 pm
דורך פענסטער
דו ווארטסט איך זאל ארויסקומען פון מיין באהעלטעניש?...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:18 pm
דורך איך_הער
ס'איז מיר גראדע נישט בייגעפאלן אז דו ביסט דארט , אבער יעצט אז דו ביסט יא ארויס געקומען , וועל איך דיר דערציילן אז דו האסט ארויף געברענגט א ברייטן שמייכל אויפן פנים ,

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:19 pm
דורך פענסטער
זייער פיין, האב איך כאשט עפעס אויפגעטון היינט אויף די וועלט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:23 pm
דורך איך_הער
וועגן דעם טאקע האב איך עס דיר פארציילט , אז איך האב הנאה געהאט זאל א צווייטער אויך , הגם דער באקאנטער ( איך מיין אז יעדער ווייסט ווער ס'איז ) ר' אלימלך שווארטץ נ"י פון קרית יואל , זאגט אביסל אנדערש , ער טענה'עט אז ווען איינער איז צובראכן זאל ער ארום גיין מיט א ברייטן שמייכל , אזוי אז ווער ס'זעט אים זאל פלאצן פאר קנאה , און אויך זיין צובראכן , אבער ווען איינעם גייט גוט , זאל ער ארום גיין באבלאזן , ווייל אז פאר אים גייט גוט , זאל פאר אן אנדערן אויך גיין גוט , דוירעכן זיך איינרעדן אז דו ביסט צובראכן ,
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:26 pm
דורך פענסטער
ווער ביסטו מחולק צו זיין מיט ר' אלימלך?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:28 pm
דורך איך_הער
איך בין , איך הער , האסט עס שוין געמעגט וויסן , איך בין דאך נישט באהאלטן .
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:30 pm
דורך פענסטער
דעס ווייס איך אויך, און דו ווייסט אויך אז איך האב דאס געוויסט נאך פאר דו האסט דא געשריבן דיין פריערדיגע תגובה, אלא מאי אז איך האב יא געפרעגט ווער ביסטו האב איך געמיינט עפעס אנדערש, סאו פיגער אויס וואס כ'האב געמיינט און דערנאך ענטפער מיר ווי א נארמאלע מענטש (ניק).
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:34 pm
דורך איך_הער
איך קען אפילו נישט טראכטן אז דו האסט געמיינט פשוט און פראסט צו פרעגן ווער איך בין , עניוועי , איך קריג חלילה נישט מיט'ן הייליגן ר' ר' מיילעך , נאר אן אנדער דרך אין עבדות השם , דו פארשטייסט ? אדער ווי זיי פרעגן , פארשטייסטו אבער יא ?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:36 pm
דורך פענסטער
איך מיין אז יא.
אגב, איך מיין אז די 'ווי זיי פרעגן' גייט אזוי: פארשטייסטו אדער יא? ע"כ.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:39 pm
דורך יאנאש
און איך מיין אז עס גייט אזוי 'פארשטייסט אדער יא'. ודו"ק.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:40 pm
דורך פענסטער
איך מיין אז דו מיינסט גוט, וטל"ח.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:42 pm
דורך איך_הער
איך מיין אז יא , גייט ארויף אויף די ערשטע סענטנס מיינע אדער די צווייטע ?
אקעי , ווי לאנג איך שרייב כאפ איך אז דו מיינסט גאר מיין לעצטע פראגע , ( איך האב געזונגען די ווערטער מיט אן אנדער ניגון , איך קען דיר אבער נישט שרייבן די נאטס )
גראדע זאגן זיי , אבער , נישט אדער , אדער איז שוין צו גוט פאר זיי ,
(ווער האט זיך געגלייבט אז די איין אשכול וואס ס'איז באמת נישט געווען וואס צו צולייגן , וועט זיך גאר אזוי ארויף ארבעטן ? )
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:42 pm
דורך יאנאש
אידאך גוט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:46 pm
דורך פענסטער
איך מיין אז איך פאנג אן צו באקומען דיסארדער'ס, ווער רעדט דא פון ניגונים מיט נאטען, איך קען ביחלאל נישט ליינען קיין נאטס ווי דו רופסט דאס.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 6:43 pm
דורך קרעמער
איך_הער האט געשריבן:וועגן דעם טאקע האב איך עס דיר פארציילט , אז איך האב הנאה געהאט זאל א צווייטער אויך , הגם דער באקאנטער ( איך מיין אז יעדער ווייסט ווער ס'איז ) ר' אלימלך שווארטץ נ"י פון קרית יואל , זאגט אביסל אנדערש , ער טענה'עט אז ווען איינער איז צובראכן זאל ער ארום גיין מיט א ברייטן שמייכל , אזוי אז ווער ס'זעט אים זאל פלאצן פאר קנאה , און אויך זיין צובראכן , אבער ווען איינעם גייט גוט , זאל ער ארום גיין באבלאזן , ווייל אז פאר אים גייט גוט , זאל פאר אן אנדערן אויך גיין גוט , דוירעכן זיך איינרעדן אז דו ביסט צובראכן ,
איך-הער;
האסט מצליח געווען ארויפצוברענגן א שמייכל אויף מיינע לעפצן! איך האב יעצט דאס ערשטע מאל געהערט אזא געוואלדיגע רעיון.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 6:50 pm
דורך קרעמער
די דיפערענץ צווישן איך-הער און קרעמער איז היינט פארשמעלערט געווארן, פאר די תגובה האט עס געהאלטן ביי 12 תגובות פונאנדערגעשיידט, דאס איז אבער נאך איידער איך האב עספיעט איבערצובליקן די היינטיגע ווארע אין די קרעטשמע... די פארמעסט איז בתוקפו!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:38 pm
דורך יאנאש
קרעמער האט געשריבן:די דיפערענץ צווישן איך-הער און קרעמער איז היינט פארשמעלערט געווארן, פאר די תגובה האט עס געהאלטן ביי 12 תגובות פונאנדערגעשיידט, דאס איז אבער נאך איידער איך האב עספיעט איבערצובליקן די היינטיגע ווארע אין די קרעטשמע... די פארמעסט איז בתוקפו!
יו איך ציטער, איך בין עפעס געווארן אריינגעכאפט פונקט אינדערמיט פונעם פארמעסט.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 01, 2006 2:21 pm
דורך איך_הער
איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער יאנאש ס'זעט אויס אז אין אפיס שרייבט זיך בעסער ווי אין שויער.
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 02, 2006 9:17 pm
דורך קרעמער
מיט יאנאש'ן האב איך נאך האפענונג, אויף איך_הער געב איך שוין כמעט אויף..
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 03, 2006 2:16 am
דורך איך_הער
נעווער גיב אפ.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 03, 2006 10:03 pm
דורך איך_הער
האב איך דיר דאך געבעטן, האסטו געפאלגט, און ביסט אנגעקומען, יהי בואכם לברכה.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 03, 2006 11:00 pm
דורך איך_הער
אזוי ווי איך האב מיך געבראכן קאפ, צו כאפן וואס דא גייט פאר, וועל איך עס מסביר זיין אז א צווייטער זאל זיך נישט מוטשענען, ס'איז געווען אן אשכול וואס ( עס כאתאי עני משכיר ) איך האב רעאגירט דערויף און ס'האט אנגעפאנגען צו פארן אויף אנדערע רעלסן אזש אז ס'האט מיך שוין אויך געבאדערט אז מ'האט אנגעפאנגען אריין צו מישן אינגאנצן אנדערע זאכן, ווי דאס וואס ס'באלאנגט דארט, איז געגאנגען איינער פון די חשובע מנהלים, וואס איך וויל נישט פורש בשמו זיין, ( משום טעם הכמוס )און געעפענט א נייע אשכול אן דעם וואס ער זאל אוועק נעמען מיין קרעדיט, אזוי אז ס'איז מיר געבוירן געווארן א נייע אשכול, ( מזל טוב )און דארטן געצויגן דעם שמועס וואס איז פארגעקומען בין כותלי הקרעטשמע, א גרויסן יישר כח פארן מנהל, הרוצה בעילום שמו.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 03, 2006 11:04 pm
דורך איך_הער
BTW די ערשטע תגובה אין דעם אשכול באדייט, אז איך האב רעאגירט צו אן אשכול וואס איז געווען טרם נענה, און איז געווען געוואנדן צו פענסטער וואס האט מיך באטיטלט אלס איינער וואס ליידט אויף א טרם נענה דיסארדער.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 03, 2006 11:19 pm
דורך איך_הער
קרעמער, גארטל דיך אן האסט צייט ביז מארגן נאכמיטאג.