Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:14 pm

גארנישט דא , וואס צו צולייגן , ( דאס איז נאר פאר פענסטער )

Advertisement

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:15 pm

דו ווארטסט איך זאל ארויסקומען פון מיין באהעלטעניש?...

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:18 pm

ס'איז מיר גראדע נישט בייגעפאלן אז דו ביסט דארט , אבער יעצט אז דו ביסט יא ארויס געקומען , וועל איך דיר דערציילן אז דו האסט ארויף געברענגט א ברייטן שמייכל אויפן פנים , :grin:

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:19 pm

זייער פיין, האב איך כאשט עפעס אויפגעטון היינט אויף די וועלט.

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:23 pm

וועגן דעם טאקע האב איך עס דיר פארציילט , אז איך האב הנאה געהאט זאל א צווייטער אויך , הגם דער באקאנטער ( איך מיין אז יעדער ווייסט ווער ס'איז ) ר' אלימלך שווארטץ נ"י פון קרית יואל , זאגט אביסל אנדערש , ער טענה'עט אז ווען איינער איז צובראכן זאל ער ארום גיין מיט א ברייטן שמייכל , אזוי אז ווער ס'זעט אים זאל פלאצן פאר קנאה , און אויך זיין צובראכן , אבער ווען איינעם גייט גוט , זאל ער ארום גיין באבלאזן , ווייל אז פאר אים גייט גוט , זאל פאר אן אנדערן אויך גיין גוט , דוירעכן זיך איינרעדן אז דו ביסט צובראכן ,

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:26 pm

ווער ביסטו מחולק צו זיין מיט ר' אלימלך?

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:28 pm

איך בין , איך הער , האסט עס שוין געמעגט וויסן , איך בין דאך נישט באהאלטן .

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:30 pm

דעס ווייס איך אויך, און דו ווייסט אויך אז איך האב דאס געוויסט נאך פאר דו האסט דא געשריבן דיין פריערדיגע תגובה, אלא מאי אז איך האב יא געפרעגט ווער ביסטו האב איך געמיינט עפעס אנדערש, סאו פיגער אויס וואס כ'האב געמיינט און דערנאך ענטפער מיר ווי א נארמאלע מענטש (ניק).

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:34 pm

איך קען אפילו נישט טראכטן אז דו האסט געמיינט פשוט און פראסט צו פרעגן ווער איך בין , עניוועי , איך קריג חלילה נישט מיט'ן הייליגן ר' ר' מיילעך , נאר אן אנדער דרך אין עבדות השם , דו פארשטייסט ? אדער ווי זיי פרעגן , פארשטייסטו אבער יא ?

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:36 pm

איך מיין אז יא.

אגב, איך מיין אז די 'ווי זיי פרעגן' גייט אזוי: פארשטייסטו אדער יא? ע"כ.

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:39 pm

און איך מיין אז עס גייט אזוי 'פארשטייסט אדער יא'. ודו"ק.

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:40 pm

איך מיין אז דו מיינסט גוט, וטל"ח.

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:42 pm

איך מיין אז יא , גייט ארויף אויף די ערשטע סענטנס מיינע אדער די צווייטע ?
אקעי , ווי לאנג איך שרייב כאפ איך אז דו מיינסט גאר מיין לעצטע פראגע , ( איך האב געזונגען די ווערטער מיט אן אנדער ניגון , איך קען דיר אבער נישט שרייבן די נאטס )
גראדע זאגן זיי , אבער , נישט אדער , אדער איז שוין צו גוט פאר זיי ,
(ווער האט זיך געגלייבט אז די איין אשכול וואס ס'איז באמת נישט געווען וואס צו צולייגן , וועט זיך גאר אזוי ארויף ארבעטן ? )

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:42 pm

אידאך גוט.

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 5:46 pm

איך מיין אז איך פאנג אן צו באקומען דיסארדער'ס, ווער רעדט דא פון ניגונים מיט נאטען, איך קען ביחלאל נישט ליינען קיין נאטס ווי דו רופסט דאס.

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 6:43 pm

איך_הער האט געשריבן:וועגן דעם טאקע האב איך עס דיר פארציילט , אז איך האב הנאה געהאט זאל א צווייטער אויך , הגם דער באקאנטער ( איך מיין אז יעדער ווייסט ווער ס'איז ) ר' אלימלך שווארטץ נ"י פון קרית יואל , זאגט אביסל אנדערש , ער טענה'עט אז ווען איינער איז צובראכן זאל ער ארום גיין מיט א ברייטן שמייכל , אזוי אז ווער ס'זעט אים זאל פלאצן פאר קנאה , און אויך זיין צובראכן , אבער ווען איינעם גייט גוט , זאל ער ארום גיין באבלאזן , ווייל אז פאר אים גייט גוט , זאל פאר אן אנדערן אויך גיין גוט , דוירעכן זיך איינרעדן אז דו ביסט צובראכן ,


איך-הער;

האסט מצליח געווען ארויפצוברענגן א שמייכל אויף מיינע לעפצן! איך האב יעצט דאס ערשטע מאל געהערט אזא געוואלדיגע רעיון.

מיטוואך אוגוסט 16, 2006 6:50 pm

די דיפערענץ צווישן איך-הער און קרעמער איז היינט פארשמעלערט געווארן, פאר די תגובה האט עס געהאלטן ביי 12 תגובות פונאנדערגעשיידט, דאס איז אבער נאך איידער איך האב עספיעט איבערצובליקן די היינטיגע ווארע אין די קרעטשמע... די פארמעסט איז בתוקפו!

דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:38 pm

קרעמער האט געשריבן:די דיפערענץ צווישן איך-הער און קרעמער איז היינט פארשמעלערט געווארן, פאר די תגובה האט עס געהאלטן ביי 12 תגובות פונאנדערגעשיידט, דאס איז אבער נאך איידער איך האב עספיעט איבערצובליקן די היינטיגע ווארע אין די קרעטשמע... די פארמעסט איז בתוקפו!


יו איך ציטער, איך בין עפעס געווארן אריינגעכאפט פונקט אינדערמיט פונעם פארמעסט.

פרייטאג ספטמבר 01, 2006 2:21 pm

איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער יאנאש ס'זעט אויס אז אין אפיס שרייבט זיך בעסער ווי אין שויער.

שבת ספטמבר 02, 2006 9:17 pm

מיט יאנאש'ן האב איך נאך האפענונג, אויף איך_הער געב איך שוין כמעט אויף..

זונטאג ספטמבר 03, 2006 2:16 am

נעווער גיב אפ.

זונטאג ספטמבר 03, 2006 10:03 pm

האב איך דיר דאך געבעטן, האסטו געפאלגט, און ביסט אנגעקומען, יהי בואכם לברכה.

זונטאג ספטמבר 03, 2006 11:00 pm

אזוי ווי איך האב מיך געבראכן קאפ, צו כאפן וואס דא גייט פאר, וועל איך עס מסביר זיין אז א צווייטער זאל זיך נישט מוטשענען, ס'איז געווען אן אשכול וואס ( עס כאתאי עני משכיר ) איך האב רעאגירט דערויף און ס'האט אנגעפאנגען צו פארן אויף אנדערע רעלסן אזש אז ס'האט מיך שוין אויך געבאדערט אז מ'האט אנגעפאנגען אריין צו מישן אינגאנצן אנדערע זאכן, ווי דאס וואס ס'באלאנגט דארט, איז געגאנגען איינער פון די חשובע מנהלים, וואס איך וויל נישט פורש בשמו זיין, ( משום טעם הכמוס )און געעפענט א נייע אשכול אן דעם וואס ער זאל אוועק נעמען מיין קרעדיט, אזוי אז ס'איז מיר געבוירן געווארן א נייע אשכול, ( מזל טוב )און דארטן געצויגן דעם שמועס וואס איז פארגעקומען בין כותלי הקרעטשמע, א גרויסן יישר כח פארן מנהל, הרוצה בעילום שמו.

זונטאג ספטמבר 03, 2006 11:04 pm

BTW די ערשטע תגובה אין דעם אשכול באדייט, אז איך האב רעאגירט צו אן אשכול וואס איז געווען טרם נענה, און איז געווען געוואנדן צו פענסטער וואס האט מיך באטיטלט אלס איינער וואס ליידט אויף א טרם נענה דיסארדער.

זונטאג ספטמבר 03, 2006 11:19 pm

קרעמער, גארטל דיך אן האסט צייט ביז מארגן נאכמיטאג.
שרייב א תגובה

Advertisement