קום אריין, זיך אפרעדן פון הארצן!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

קום אריין, זיך אפרעדן פון הארצן!

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 3:24 pm

ברוך הבא!

דא קומט מען אריין זיך "אפרעדן"!
פארדעם איז דער אשכול געאייגענט, סיי אויף קלייניגקייטן, סיי אויף א גרעסערע 'ביג דיעלס',

די בענעפיטן:

1) דאגה בלב איש ועצת ה' הוא תקום, אפס... ישיחנה, מיט מענטשן וואס קענען דיך נישט,

2) אפשר וועט נאך איינער אויפקומען מיטא עיצה אדער הילף?

3) פאר די לייענער, אמאל מיינט מען אז מ'איז דער איינציגסטער וואס ליידט פון דעם, וועט מען געוואור ווערן, צרות רבים חצי נזק,

4) ועל כולם, כאניש וועט האבן א אשכול אין פארברענגען!

נו געגאנגען, ווער וועט זיין דער ערשטער זיך אפצורעדן?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 3:32 pm

כ'אנישט קיין נערוועזן צו אזוי פיל אשכולות, יעדע מינוט עפענט א צווייטער, און אלעס אזוי איינס נאכעס אנדערע, מ' דארף געבן אביסל צייט! אזויפיל וויכטיגע טעמעס איבערצוטראכטן, וואס כ'האב יא, און וואס כ' האב נישט, וואס כ'גיי יא, און וואס כ' גיי נישט, וואס נאר כמעט, און וואס שיער נישט, ס' איז פשוט נישט יושר צו אביוזען די מוחות, מיט אזעלכע שווערע השערת און החלטות, בפרט ביי אזעלכע וויכטיגע "זאכענעס"

אההההה סאך גרינגער אויפן הארצן איצט... א דאנק @כאניש
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2812
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 7:33 pm

צום קעפל;
נאכן ארבעטן היינט שעות אויף שעות, האב איך נאך אזוי באנטש ארבעט, רבוש"ע העלף די מצב, שיק אריין א ברכה אין מיין צייט.
אהההה שוין אויסגערעדט, קעמיר שוין אהיימגיין צו ארוכת ערב.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 8:16 pm

די לעצטע פאר וואכן קום איך אן אהיים פון ארבעט מיט א שרעקליכע קאפוויי,
כ'מיין אז סקומט פון אויסגעטרוקנטקייט, ווייל אין די ווערהאוז איז נישטא קיין וואסער צו טרינקען אים ווינטער,
כ'מוז עמערדשענסי גיין קויפן א קעיס וואסער צו טראגן אין ארבעט!

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 8:32 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:די לעצטע פאר וואכן קום איך אן אהיים פון ארבעט מיט א שרעקליכע קאפוויי,
כ'מיין אז סקומט פון אויסגעטרוקנטקייט, ווייל אין די ווערהאוז איז נישטא קיין וואסער צו טרינקען אים ווינטער,
כ'מוז עמערדשענסי גיין קויפן א קעיס וואסער צו טראגן אין ארבעט!


די פראבלעם איז אז די האסט נישט קיין נערווען צו גיין אין גראסערי קויפן א קעיס וואסער, אריינלייגען אין קאר, און טראגען אין ארבעט, שטופסטו עס אפ אויף מארגען.

גיי ארויף אויף עמעזאן ארדער א קעסטעל וואסער דעליווער עס צו די ווערהאויז, והכל על מקומו יבא בשלום
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 9:02 pm

אדער יא האט געשריבן:צום קעפל;
נאכן ארבעטן היינט שעות אויף שעות, האב איך נאך אזוי באנטש ארבעט, רבוש"ע העלף די מצב, שיק אריין א ברכה אין מיין צייט.
אהההה שוין אויסגערעדט, קעמיר שוין אהיימגיין צו ארוכת ערב.

*ארוחת

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:59 pm

נאר אייער ניק איז שוין די ערשטע תגובה פאר דעם אשכול.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 7:23 am

זויפיל טרעפיק דא!
היינט ציפרו נאך די אויסגעיאגטע מקווה, כ'זעה כ'האב נאך 37 סקונדעס צו מאכן א קאווע, כפלי אריין אין קאווע שטובל,
און באאם... נישטא קיין הייס וואסער... :x
קוים מיט צרות געכאפט די קארפאאל, כ'קען שוין קוים ווארטן אנמוקומען כאפן א קאווע, זיצט מען אין טרעפיק!


אה.. פיינעלי פארט מען שוין אביסל..

אוועטאר
KEWL
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ...Searching
פארבינד זיך:

תגובהדורך KEWL » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 8:51 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:די לעצטע פאר וואכן קום איך אן אהיים פון ארבעט מיט א שרעקליכע קאפוויי,
כ'מיין אז סקומט פון אויסגעטרוקנטקייט, ווייל אין די ווערהאוז איז נישטא קיין וואסער צו טרינקען אים ווינטער,
כ'מוז עמערדשענסי גיין קויפן א קעיס וואסער צו טראגן אין ארבעט!


זומער שטעלן זיי דיך יא צי וואסער? פריי דיך כאטש אויף דעם!!! נישט יעדער געט...
א מצוה בּלייבּט אויף אייבּיג
אויף עבירות קען מען תשׁובה טון

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 3:43 pm

זיין אויף אייוועלט נעמט מיר אוועק צופיל צייט, א געפערלכע פראבלעם. נאך איינער האט די פראבלעם..?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 3:48 pm

כ'קען וויסן פארוואס דער לאוס (Luis) האט זיך אראפגעזעצט יעצט קעגן מיר?!
הא?!
כ'האב ס"ה געוואלט איבערבייסן א דשאמבאו קאקי מיט א קאפי! נו וואס זעצט ער זיך דא אראפ?!

נו...?!

און ער רעדט נאך אלץ!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 3:51 pm

עפעס דעדט ער פון זיינע געוועזענע נעיבערס, און פון זיינע אייניקלעך פון זיין דריטע ווייב.....

נו?! איינער קען עם קומען אוועקנעמען פון דא פאר א שווארץ קאפל?!

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 7:22 pm

נעקסט טיים שיק מיר אן נישי...
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 8:18 pm

1235 געהאלפענע... און קיינער... קיינער האט נישט געפילט וויכטיג צו באדאנקן!!!
20191205_201458.png
20191205_201458.png (150.67 KiB) געזעהן 628 מאל

נו שוין היינטיגע דורות
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 12:15 am

איך וויל זייער שרייבען עפעס געוואלדיג, אבער נישט איך האב וואס, אין אויך האב איך נישט די שפראך שיין אראפצילייגען די מעשה וואס איך האב נישט צי פארציילען, אין אויך קען איך נישט ספעלען די ווערטער פין מיין שפראכלאזע דערציילונג וואס איך האב נישט,
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:08 am

פאר וועלכע סיבה אין דער וועלט וויל דער וואלמארט נישט פארקויפן קיין ביער נאך צוועלעווע?!
כ'בין געפארן 15 מינוט, האלב איינס באנאכט נאר געוואור צו ווערן אז כ'מיז מארגן צוריקקומען פאר די ביער!

חוץ(פה ישגי) מזה, וויאזוי זאלעך ארויסשלעפן די אלע זאכן אן קיין נארמאלע שאפפינג בעגס? מיט דעיע הענדיקעפ פעיפער בעגס וואס האט ניטאמאל קיין הענטלעך, און צורייסן זיך נאך פאר מ'קען עס אפי' ניצן?!
רח"ל וואס דעי ליבערלס מאכן אונז אן דא!

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 2:35 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:פאר וועלכע סיבה אין דער וועלט וויל דער וואלמארט נישט פארקויפן קיין ביער נאך צוועלעווע?!
כ'בין געפארן 15 מינוט, האלב איינס באנאכט נאר געוואור צו ווערן אז כ'מיז מארגן צוריקקומען פאר די ביער!

חוץ(פה ישגי) מזה, וויאזוי זאלעך ארויסשלעפן די אלע זאכן אן קיין נארמאלע שאפפינג בעגס? מיט דעיע הענדיקעפ פעיפער בעגס וואס האט ניטאמאל קיין הענטלעך, און צורייסן זיך נאך פאר מ'קען עס אפי' ניצן?!
רח"ל וואס דעי ליבערלס מאכן אונז אן דא!

א געז סטעישען וועט דער נישט פארקויפען?
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 2:54 am

ווי טרעף איך א געז סטעשן דא אין עלענוויל?
מיין פראבלעם איז נישט די ביער... די ביער דארף איך אויף שבת,
נאר כ'בין געפארן האלב איינס צו וואלמארט נישט צו דארפן פארן מארגן, למעשה שלאף איך נישט יעצט, און מארגן דארף איך צוריק פארן פאר די ביער,
פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן...
אלעס וועגן די ליבערלס!

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 10:14 pm

זיי ווילן נישט אז די חברה וואס דארפן ביער נאך צוועלעווע ביינאכט זאלן קומען צו זיי, וד"ל
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
KEWL
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ...Searching
פארבינד זיך:

תגובהדורך KEWL » פרייטאג פאברואר 14, 2020 9:13 am

פארוואס דארף ער ארויספארן אזוי פרי??

נאכדעם דארף מען ווארטן אין ווארטן אין ווארטן אין ווארטן אין ווארטן אין ווארטן...

בּיז בּיז בּיז בּיז .... ענדליך דערולעם קראצט זיך אויס אין משטעלט זיך דאווענען...

האסטעך שוין געזען נעכטן אין איידערנעכטן, פאראיאר אין פאר צוויי אין אפילו דריי אין פיר אז דערולעם קומט נישט אֳן טיים....

פארוואס דארפן מיר אייבּיג זיין ערשט??

וואטס דע ראש???
א מצוה בּלייבּט אויף אייבּיג
אויף עבירות קען מען תשׁובה טון


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מומחה יוחס, שמארטיקל און 23 געסט