א בקשה צו די היינטיגע בעל תפלה!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

גם אתה יכול
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

א בקשה צו די היינטיגע בעל תפלה!

תגובהדורך גם אתה יכול » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 6:40 am

איך ווייס נישט ווי אזוי די הייסט, דערפאר קען איך דיר נישט רופן ביים נאמען, אבער א בקשה צו דיר איך האב, איך לייג עס ארויף אויפן וועלטל און ביטע ..
היינט בין איך אריינגעפאלן אין דיין מנין שחרית, שוין גלייך ביים אריישפאצירן האב איך מרגיש געווען אז די האסט זייער ליב די סידור אדער קען גאר זיין אז די ברעטל איז די זאך אויף וואס די האסט זייער שטארק ארויסגעקוקט, בפרט היינט ראש חודש קען מען זיך לענגער גארגלען. די האסט געהיידשעקט די ברעטל און עס אנגפאנגן דרייוון לויט דיין געשמאק האסטעך געשטעלט אויף די ברייט פונעם הייוועי און נישט געלאזט אנדערע קארן אריבערפארן.
גלייך ווען איך האב געהערט די ווערטער ידיד נפש מיט אזא אויסגעזויגענע מריר(נעימ)ות איז מיר געווארן הייס אינעווייניג און פארשטאנען אז דער איד פלאנירט מיר צו נעמען אויף א לאנדע רייזע ווער ווייסט ווי לאנג...............
איך האב באשלאסן אז איך גיי מיר נישט צוטוהן מאכן נאר אנהייבן דאווענען כדרכי און אנגהויבן מישן בלעטער איינס נאכן צווייטן, ווען איך בין אנגעקומען צו ישתבח איז מיר שווארץ געווארן אז די האלטס נאך ביי אשרי..די נערווען האבן אנגעהויבן שפילן און נישט געוויסט ווי צו גיין ווייטער. ווען איך ווייס ווען פון פריער וואס ס'ווארט מיר אפ וואלט איך געטרינקן נאך א קאווע גערויכערט נאך א ציגאריא, אבער דא שטיי איך מעוטף בטלית ותפילין ...איי עם סטאק.. און איך מוז דיר זאגן אז די שיינע אויסגעצויגענע תנועה'לעך וואס די האסט געלאזט פאלן איז מיר געווען שפיזן אין די אויערן. ענדליך נאך 17 מינוט האסטו געענדיגט פסוקי דזמרה..
איך האב פרובירט צו אטעמען אריין און ארויס צו ארויסבלאזן די אנגעצויגענקייט אבער די האסט מיר כסדר פריש אנטוישט און פריש נערווירט .
וואס איז געווען די פשט פון די לאנגע ברכת יוצר זאג? אפשר זאגסטו מיר וואס די האסט געטראכט בשעת'ן אויסציען די אור חדש על ציון תאיר, די ווייסט נישט אז די מענטשהייט האט נישט די געדילט פאר אזאנע שטיקעס ?
איך האב געמוזט מאכן א שנעלע באשלוס זיך צו משדך זיין און זיך אויסגלייכן מיט די פריערדיגע מנין, וואס מיינסטו אז איך וועל מיר לאזן ווערן געהיידשעקט.

איך פרוביר מיר אריינצולייגן ביי דיר אין מוח צו פארשטיין וואס די טראכסט, די ווייסט באמת נישט אז די היינטיגע וועלט גלייכט ווען זאכן גייען געשמירט? די ווייסט נישט אז ווען מ'געט היינט א מינוט פאוז פליעט די מוח אוועק? די ווייסט וויפיל מאל מיין קאפ איז היינט אוועקגעפלויגן ביים דאווענען א דאנק דיר? שטעל דיר פאר אז די פארסט אריין אין א היי וועי און די באשליסט אז די ווילסט פארן אויף 30 מייל פער שעה וואס גייט דאן פאסירן, א בית מדרש איז א ליניע ווי מענטשן גייען דורך אינדערפרי צו אנהייבן די טאג מיטן זיך מדבק זיין אינעם בורא עולם, און שיקן צו א שליח ציבור וואס זיי העלפן דרייווען, אבער עס פארבלייבט א פובליק זאנע וואס מ'דארף טראכטן צוויי מאל אויב מ'שפאצירט נישט אריין אין א צווייטן, די קענסט נישט נעמען א ברעטל אן טראכטן וואס די מענטשהייט וויל, אפילו אויב די האסט נעכטן געהערט א שיינע שיעור איבער די נושא פון תפילה, איך פארלאנג נישט אז די זאלסט דאווענען אזוי שנעל ווי מיר ווייל איך בין אויך א יחיד, אבער ביטע נעקסט טיים ווען די נעמסט די ברעטל דרייוו עס אויף די נארמאלע ספיד לימיד, 18 מינוט פסוקי דזמרה איז גענוי ווי 30 מייל אויפן היי וועי. אז די וועסט ווייטער ממשיך זיין וועט מוזן בעטן פון קהל זאל אנהויבן טיילן טיקעטס פארן זיך נישט צושטעלן צו די ספיד לימידס

איך האב איין לימוד זכות אויף דיר אז די לעבסט נישט אין די היינטיגע וועלט און די ווייסט נישט ווי מבולבול מענטשן זענען.. אבער ביטע ליין די שירות און נעם אן מיין געבעט!

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 8:00 am

היינט איז ר"ח. איי געס אז דו וואוינסט אין נ.י. אז דו ביזט אזוי אנגעצויגן אין צייט... 6:40 האסטו שוין געהאלטן נאכן שרייבן און פאוסטן דיין תגובה וואס האט גענומען עט ליעסט 5 מיניט. אין נ.י. איז היינט געווען דער עלות 5:45 דאס מיינט אז פאר 6:03 קען מען נישט לייגן קיין טלות ותפילין (לויט די פריסטע שיטה). וועסטו מיר וועלן זאגן אז אין דיין מנין האט מען געלייגט תפילין פאר ישתבח, סאו האט פון ישתבח ביז נאכן דאווענען גענומען אונטער א האלבע שעה יוצר, קריאת שמע, שמו"ע, הלל, ליינען, מוסף. דאס איז אויך היבש שנעל...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

גם אתה יכול
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

תגובהדורך גם אתה יכול » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 8:06 am

אופס נישט ריכטיג געגעסט

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 8:09 am

עני וועיס. מ'האמער זייער הנאה פון דיין שפראך. דו ברויכסט שרייבן אפטער.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 8:17 am

א גוט מארגן א גוטן חודש

ב"ה ס'איז דורך...
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 8:54 am

nmi האט געשריבן:היינט איז ר"ח. איי געס אז דו וואוינסט אין נ.י. אז דו ביזט אזוי אנגעצויגן אין צייט... 6:40 האסטו שוין געהאלטן נאכן שרייבן און פאוסטן דיין תגובה וואס האט גענומען עט ליעסט 5 מיניט. אין נ.י. איז היינט געווען דער עלות 5:45 דאס מיינט אז פאר 6:03 קען מען נישט לייגן קיין טלות ותפילין (לויט די פריסטע שיטה). וועסטו מיר וועלן זאגן אז אין דיין מנין האט מען געלייגט תפילין פאר ישתבח, סאו האט פון ישתבח ביז נאכן דאווענען גענומען אונטער א האלבע שעה יוצר, קריאת שמע, שמו"ע, הלל, ליינען, מוסף. דאס איז אויך היבש שנעל...

קען זיין ער האט געשריבן בשעת דער בעל תפלה האט זיך געגארגלט... ער האט דעמאלטס געהאט מער ווי 5 מינוט
טעות לעולם חוזר

צביירושלים
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

תגובהדורך צביירושלים » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 9:58 am

6:30 מנין
פין אדון עולם ביז אדון עולם
יום ביומו 34 מינוט
שני וחמישי 40 מינוט
ר״ח 48 מינוט
חוות דעת ????

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 12:53 pm

נאך א מזל איך בין נישט היינט געשטאנען ביים עמוד, כ'וואלט מיך נאך איינגערעדט אז דו מיינסט מיך...

פיין געשריבן האסטו, "גם אתה יכול" תרתי משמע
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: נעבן די לעקעך

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מוצ"ש נובעמבער 30, 2019 3:43 pm

צביירושלים האט געשריבן:6:30 מנין
פין אדון עולם ביז אדון עולם
יום ביומו 34 מינוט
שני וחמישי 40 מינוט
ר״ח 48 מינוט
חוות דעת ????

תחנון שני וחמישי, ליינען =6 מינוט
הלל מוסף+ = 8 מינוט
????????
טעיק איט איזי

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 8:39 am

אגב
מארגן ביי די ערשטע מנין ווי מען יאגט זיך, זאל מען געדענקן צוריק צו מישן די ספר תורה פון ראש חודש'' נאך פארן ליינען''


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט