פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 2:08 am
יא א אינטרעסאנטע אשכול!
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
http://www.ivelt.com/forum/
זיידעניו האט געשריבן:צוווייטע רונדע שאלות ביים אנטערוויו אויף ק.נ.א. נייעם סאקשאן פון היסטארי אפטיילונג
15 ווען און פארוואס האט מען געטוישט די נאמען פון היימישע שטותים צו היימישע קרעטשמע
ווען מען האט געטוישט קאטעגאריעס אויף היידפארק, און צוליב וואס היימישע שטותים האט דערמאנט נישט גוטע זכרונות...
16 וועם איז איינגעפאלן דעם נאמען
עס איז דאן געעפענט געווארן אן אשכול דערויף ווי אסאך מיטגלידער האבן אנטייל גענומען אינעם אויסוואל, איך גלויב אז יענער אשכול שטייט נאך אין אלט שטאט.
17 איז געווען אך נעמען אויפן טיש אויב יא וועלכע און פארוואס איז דאס נישט אפראווט געווארן דורך קאנגערס
זוך אפיר יענעם אשכול עס איז גאנץ אינטערסאנט דוכט זיך.
18 ווער האט געשריבן די ערשטע לענגערע הומער ארטיקל? און וועלכע איז דאס געווען?
שטארקע פראגע, יענטטאש'ס ערשטע ארטיקלן זענען זיכער אויפן פראנט ליניע אינעם הומאר דיפארטמענט, נאטורליך איז אויך געווען כמים קרים יענע טעג..
19 איז דא א לינק צו די היימישע שטותים ? אויב עס עקזעטריט נאך אזא מציאות
וואס הייסט, עס איז דאך געטוישט געווארן צו היימישע קרעטשמע מיט אלע ווארע דערינען, און דאס שטייט נאך במלואו אויף היידפארק.
20 איז דארטן איבערגעבליבן עפעס ארטיקליך וואס זענען נישט דא און אויב יא פארוואס
גארנישט פון דארט איז נישטא דא, אויסער ממש געציילטע אשכולות וואס איז געקאפיעט געווארן דורך דעם אדער יענעם.
21 ווער און וויזוי האט זיך פארמירט די אמענדמענטס כ'מיין די תקנות הקרעטשמע
עס איז פארמירט געווארן מיט די צייט איינשטימיג דורך אלע מנהלים (יעמאלטדיגע ווי היינטיגע) און אמענדירט געווארן לויטן געברויך.
22 איז שוין געווען אזא זאך ווי פארלעצונג באשטראפן
ב"ה ממש נישט, אבער מען האט שוין געברויכט חוסם זיין געציילטע מעמבער'ס איבער די לויף פון די יארן, נעמען וועל איך נישט דערמאנען ווי אויך נישט סיבות.
23 ווי קען מען זעהן די תקנות אדער אלע אנדערע ענינים וואס זענען נוגע אויף דעם
העכער יעדן פורום איז דא אזא קעסטל, ווי אויך עטליכע אשכולות וואס איז ארויפגעקלעבט אין היימשיע קרעטשמע פורום.
24 וויפיל מאל האט מען צוגעלייגט סעיפים צו די תקנות און פארוואס
ווי דערמאנט פריער איז עס אמענדירט געווארן מיט די צייט פאר סיבות וואס איז דאן אונטערגעקומען, פרעג אן אויף א ספעציפישע תקנה העמער פרובירן צו ענטפערן.
25 איז די קרעטשמע שוין אמאל געשלאפן ד.ה. אז עס איז אריבער א תקופה וואס אין פוצה פה ומתגבב און אויב יא ווען און ווי לאנג איז דאס געווען
אין אלט שטאט אויף היידפארק האט געקענט פאסירן א וואך וואס איז נישט צוקגעקומען מער ווי צוויי דריי תגובות, אבער אז עס זאל אונטערגיין פאר אפי' א פיצי תקופה איז נישט געווען., און טאקע א דאנק אונזערע געטרייע ליינער און שרייבער.
26 איז די קרעטשמע שוין אמאל געווען איבערגעפילט מיט גאר אסאך רשומים אויס יא ווען און פארוואס איז דאס געשעהן
איך פארשטיי נישט די פראגע, וואס מיינסטו מיט רשומים?
שנאפס האט געשריבן:איז דא א בית הקברות פון קרעטשמע מיטגלידער וואס האבן אונז איבערגעלאזט?
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:יישר כח קראק פאט
א אינטערסאנטער חוה"מ האלטען